געשיכטע

דאָס זאַמלבוך נעמט אַרײַן 261 דאָקומענטן, װעלכע שפּיגלען אָפּ פֿאַרשידענע צדדים פֿון דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ אין דעם צײַט־גערעם, װאָס װערט באַשטימט װי "פֿון אָנהײב ביז דער קולמינאַציע". דער נאָמען פֿונעם רוסישן געלערנטן גענאַדי קאָסטירטשענקאָ איז גוט באַקאַנט אין דער װעלט פֿון סאָװעטישער היסטאָריאָגראַפֿיע, אַ דאַנק זײַנע פֿילצאָליקע פּובליקאַציעס אױף רוסיש און ענגליש. אַ בקי אין אַרכיװאַלע מקורים, איז קאָסטירטשענקאָ דער ערשטער פֿאָרשער, װעלכער האָט באַזירט זײַן אַרבעט אױפֿן ברײטן קוואַל פֿון סאָװעטישע מלוכישע דאָקומענטן. דאָס נײַע בוך איז אַ װערטפֿולער צוגאָב צו זײַנע פֿריִערדיקע פֿאָרשונגען פֿון סאָװעטישן אַנטיסעמיטיזם: "אין געפֿענגעניש בײַם רױטן פּרעה" (1994) און "סטאַלינס געהײמע פּאָליטיק׃ מאַכט און אַנטיסעמיטיזם" (2004).

לױט דער היסטאָרישער קאָנצעפּציע פֿון פּראָפֿעסאָר קאָסטירטשענקאָ, איז אַנטיסעמיטיזם געװאָרן אַ באַשטאַנד־טײל פֿון דער סאָװעטישער מלוכישער פּאָליטיק ערבֿ דער צװײטער װעלט־מלחמה, װען סטאַלין האָט איבערגענומען די אידעאָלאָגיע פֿון רוסישן "גרױס־מלוכישן שאָװיניזם", װי אַן עלעמענט פֿון זײַן נוסח קאָמוניזם. אין דער נײַער אָפֿיציעלער אידעאָלאָגישער סכעמע האָט דאָס רוסישע פֿאָלק פֿאַרנומען דעם שפּיץ־פּלאַץ אין דער מלוכישער פּיראַמידע, בעת די ייִדן און אַנדערע "אױס־טעריטאָריעלע מינאָריטעטן" זײַנען אַראָפּגעלאָזט געװאָרן אױף דעם סאַמע דנאָ. אין הסכּם מיט דער דאָזיקער סכעמע, װאָס איז פֿולקום מקוים געװאָרן אין פֿולן פּראַקטישן פֿאַרנעם ערשט נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה, האָבן די ייִדן ניט געהאַט קײן רעכט צו פֿאַרנעמען קײן שום װיכטיקע פּאָזיציעס אין פּאָליטיק, קולטור, װיסנשאַפֿט.

סטאַלינס קער צו דער גרױס־רוסישער נאַציאָנאַלער פּאָליטיק האָט פֿאַרשידענע פּועל־יוצאס. די ביוראָקראַטישע איניציאַטיװן זײַנען אַרױסגעקומען פֿון דער קאַדער־פֿאַרװאַלטונג בײַם צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, װאָס האָט זיך בהדרגה גענומען צו באַזײַטיקן די ייִדן פֿון װיכטיקע פּאָזיציעס. צוערשט, האָט מען דורכגעפֿירט די דאָזיקע פּאָליטיק שטילערהײט און פּאַמעלעך, װײַל די אָפֿיציעלע סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט זיך תּמיד געהאַלטן בײַ דעם פּרינציפּ פֿון "פּראָלעטאַרישן אינטערנאַציאָנאַליזם". די ערשטע "רעקאָמענדאַציעס" פֿון דער פּאַרטײ־פֿירערשאַפֿט האָבן פּשוט פֿעסטגעשטעלט, אַז עס זײַנען פֿאַראַן צו פֿיל ייִדן אין געװיסע אַקאַדעמישע אָדער פּאָליטישע אינסטיטוציעס און האָבן געעצהט אויסצוגלײַכן דעם "דיס־באַלאַנס". אָבער אַרום 1943, װען סטאַלין איז שױן געװען זיכער אין דעם נצחון איבער דײַטשלאַנד און האָט זיך פֿאַרטראַכט װעגן פֿאַרברײטערן זײַן אימפּעריע, האָט די פּאַרטײ אָנגעהױבן אַן אַקטיװע פּאָליטיק פֿון "עטנישער רײניקונג" אין די הױכע פֿענצטער. אַזױ אַרום איז די אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע פֿון 1948—1953 געװאָרן אַ לאָגישע פֿאָרזעצונג פֿון דער פּאָליטיק, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן אין 1938.

די געזאַמלטע דאָקומענטן דערצײלן דראַמאַטישע און טראַגישע געשיכטעס. דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז געװען אַ טאָטאַליטאַרישע מלוכה און די קאָמוניסטישע פּאַרטײ האָט געהאַט אַן אַבסאָלוטע מאַכט איבער דער געזעלשאַפֿט, אָבער אינעװײניק און אַרום דער פּאַרטײ האָבן עקזיסטירט פֿאַרשידענע מײנונגען. אײניקע מענטשן האָבן געשטיצט די אַנטיסעמיטישע פּאָליטיק און געשריבן מסירות, כּדי צו העלפֿן צו געפֿינען און באַזײַטיקן די ייִדישע "בורזשואַזע נאַציאָנאַליסטן". די אַנדערע האָבן געפּרוּװט זיך אַנטקעגנצושטעלן דער נײַער מאַנקאָליע. דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ בריװ פֿון לענינס אַלמנה, נאַדעזשדאַ קרופּסקאַיאַ, צו סטאַלינען אין 1938, אין װעלכן זי באַקלאָגט זיך אױף דעם װוּקס פֿון רוסישע נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען און אַנטיסעמיטיזם אין די סאָװעטישע שולן.

דאָס גרעסטע קאַפּיטל אינעם בוך איז געװידמעט דער תּקופֿה פֿון 1948—1953. עס נעמט אַרײַן עטלעכע טעמאַטישע טײלן, װעלכע באַהאַנדלען פֿאַרשידענע צדדים פֿון דער מלוכישער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק׃ דער "ענין" פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט; די רעפּרעסיעס קעגן דער פּאַרטײ־פֿירערשאַפֿט אין ביראָבידזשאַן; די רדיפֿות קעגן רעליגיע; די ליקװידאַציע פֿון ייִדישע טעאַטערס; דעם קאַמף קעגן "קאָסמאָפּאָליטן"; די רײניקונעגן אין די געביטן פֿון װיסנשאַפֿט און אינדוסטריע; די קאַמפּאַניע קעגן ציוניזם; דעם "דאָקטױרים־ענין". באַזונדערס אינטערעסאַנט איז דער לעצטער אָפּטײל, װאָס איז באַטיטלט "װידערשטאַנד". דאָ זײַנען געזאַמלט דאָקומענטן װעגן די מוטיקע יחידים, װעלכע האָבן פּראָטעסטירט קעגן דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק. צװישן זײ איז געװען דער װעלט־באַרימטער דאָקטאָר גאַמאַלײאַ. אין 1949 האָט דער נײַנציק־יאָריקער אַלטער מאַן געשיקט אַ פּראָטעסט־בריװ צו סטאַלינען, אין װעלכן ער האָט פֿאַרגליכן דעם נײַעם סאָװעטישן אַנטיסעמיטיזם מיט דער צאַרישער פּאָגראָם־פּאָליטיק. די אַנדערע דאָקומענטן דערצײלן װעגן די פּראָטעסטן פֿון יונגע מענטשן, װעלכע האָבן באַצאָלט פֿאַר זײער מוטיקײט מיט זײער פֿרײַהײט.

עס איז גוט באַקאַנט, אַז די פּאַרטײ און סטאַלין אַלײן האָבן געהאַלטן אַ וואַכיק אויג אויף דער ליטעראַטור און קונסט. צװישן כּלערלײ "סיגנאַלן", װאָס די פּאַרטײ־פֿירערשאַפֿט און געהײם־פּאָליצײ האָבן באַקומען פֿון זײערע געטרײַע דינער אין דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, געפֿינען זיך אינטערעסאַנטע אָפּשאַצונגען פֿון אײנצלנע װערק פֿון סאָװעטישע ייִדישע שרײַבער.

אין אַ געהײמען בריװ פֿון 1946 האָט דער פֿאַרװאַלטער פֿונעם קאַדער־אָפּטײל פֿון דעם צענטראַל־קאָמיטעט שטשערבאַקאָװ פּרטימדיק אַנאַליזירט די ייִדישע נאַציאָנאַלע מאָטיװן און אימאַזשן אין די װערק פֿון פֿעפֿער, מאַרקיש, האָפֿשטײן און אַנדערע ייִדישע דיכטער. ער האָט זיך ספּעציעל אָפּגעשטעלט אױף די תּנ״כישע מאָטיװן אין די פּובליקאַציעס אין דער צײַטונג "אײניקײַט". אַ באַזונדערן "חטא" האָט ער דערזען אין דעם פֿאַקט, װאָס די רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג האָט ניט געפֿירט קײן אידעאָלאָגישע מלחמה קעגן דעם ניו־יאָרקער "פֿאָרװערטס". מין־הסתּם, האָט שטשערבאַקאָװ אַלײן ניט געלײענט די "אײניקײַט" אױף ייִדיש. זײַנע מבֿינות שטאַמען פֿון די אינפֿאָרמאַנטן, װעלכע זײַנען געװען מער באַהאַװנט אין דער ייִדישער קולטור. װעגן דעם קאָן מען זיך אױך דערװיסן פֿון דעם נײַעם זאַמלבוך.

דאָס נײַע זאַמלבוך װעט בלי־ספֿק אויסגענוצט װערן אין אַ סך נײַע פֿאָרשונגען. חוץ דעם, איז דאָס אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור, װאָס עפֿנט אַ פֿענצטער אין דער געהײמער װעלט פֿון דער סאָװעטישער פּאָליטיק.