פֿינף יאָר איז אַוועק, זינט יענעם שרעקלעכן טאָג פֿון 11טן סעפּטעמבער, ווען די גאַנצע וועלט, פֿאַרטײַעט דעם אָטעם בײַ די טעלעוויזיע־עקראַנען, האָט נאָך אַלץ נישט געגלייבט, אַז אַזוינס קאָן געשען. אַזוי טרעפֿט יעדעס מאָל מיט דער מענטשהייט, ווען ס׳געשעט עפּעס אַזוינס אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט, וואָס ביז אַהער האָט עס נישט עקזיסטירט אין אונדזער היסטאָרישן זכּרון; זיך נישט געלייגט אויפֿן שׂכל — צי דאָס זאָל זײַן צום גוטן, צי צום שלעכטן. צום וווילן, צי צום בייזן. צום פּראָגרעס אָדער רעגרעס...
יעדע דערשײַנונג מוז האָבן איר היפּוך, ווי שײַן און שאָטן, אָבער קיינער אין יענעם טאָג האָט קיין פּאָזיטיוון היפּוך צו דעם וואָס עס איז געשען, נישט געקאָנט געפֿינען. דעמאָלט, אין דער פֿאַרציטערניש, האָבן מיר מער דערפֿילט, איידער פֿאַרשטאַנען, ווי עס טרעפֿט מיט חיות, אַז מע דאַרף ערגעץ לויפֿן. זיך ראַטעווען. דאָס מענטשלעכע האָט אָבער גענומען די אויבערהאַנט; דער שׂכל האָט געקלאַפּט אין די שלייפֿן נאָך שטאַרקער, ווי עס טרעפֿט נאָך אַ שאָק: ווער איז שולדיק? ווער דאַרף געשטראָפֿט ווערן?
דעם שולדיקן האָט מען אינגיכן געפֿונען. די שטראָף האָט אויך נישט געלאָזט זיך וואַרטן לאַנג. אפֿשר, ווי קיינמאָל פֿריִער נישט, האָבן די רעגירונגען, פֿאַרגעסנדיק אין סיכסוכים און וויכּוחים צווישן זיך, זיך פֿאַראייניקט אין איין קאָאַליציע קעגן דעם וויסטן שׂונא. די בילדער פֿון די אײַנפֿאַלדיקע צוויי קאָלאָסן־בנינים אין מיטן ניו־יאָרק זײַנען נאָך אַלץ געשטאַנען פֿאַר די אויגן. אָבער אויך זיי האָבן זיך בהדרגה צעשאָטן, בלויז פֿון צײַט צו צײַט אויפֿגעבליצט, בעת אַ נײַעם טעראָריסטישן אַטאַק — דאָ און דאָרט איבער דער וועלט.
אָבער דעם איבערראַשונג־באַריער האָט מען שוין גובֿר געווען. פּונקט אַזוי איז מסתּמא געשען אויך מיט יענע, וואָס האָבן צום ערשטן מאָל דערזען אין קינאָ דעם "פּייסאַזש" נאָכן אויפֿרײַס פֿון די ערשטע צוויי אַטאָם־באָמבעס אין יאַפּאַן...
די רעגירונגען האָבן זיך ווידער אומגעקערט צום אַלטן. ווי האָט עס געזאָגט איינער אַ חכם און זעלטענער ציניקער: לאָזט זיך נישט פֿאַרפֿירן פֿון די ערשטע געפֿילן, זיי זײַנען, בדרך־כּלל, איידלמוטיקע. טראַכט יעדעס לאַנד אויס אירע אייגענע קונצן, ווי אַזוי אויסצומײַדן אַ נײַעם טעראָריסטישן אַטאַק; און יעדעס יאָר קומען פֿאָר נײַע טרויער־אַקאַדעמיעס לזכּרון די קרבנות פֿון די ווילדע טעראָר־אַטאַקן. איצט האָבן אַ סך לענדער זייער אייגענעם "נײַן/עלעווען"!
דער "קאַמף קעגן טעראָר" איז לעצטנס פּראָקלאַמירט געוואָרן ווי דער הויפּט־פּונקט פֿון דער נאַציאָנאַלער פּראָגראַם בײַ דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי. אָבער פֿון דעם צד־שכּנגד הערן זיך קולות: יעדן טאָג קומען אום אין איראַק צענדליקער מענטשן. אָט־אָט הייבט זיך דאָרט אָן אַ בירגער־קריג. דער "טאַליבאַן" אין אַפֿגאַניסטאַן הייבט ווידער אויף דעם קאָפּ, און דאָס "נאַטאָ"־מיליטער פֿירט אַ קאַמף מיט מיליטאַנטן־געשפּענסטער. בקיצור, די מלחמה קעגן טעראָר האָט מען פֿאַרשפּילט.
אייראָפּע איז פֿאַרפֿלייצט מיט יונגע איסלאַמיסטן, וואָס זײַנען גרייט צו באַגיין זעלבסטמאָרד, אַבי אומצוברענגען וואָס מער בירגער פֿון דעם לאַנד, וווּ זיי אַליין זײַנען געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן.
די גאַנצע מוסולמענישע וועלט איז גרייט אָפּצוּווישן ישׂראל פֿון דער ערד; און אויב פֿריִער האָט עס געוואַגט אַרויסצוזאָגן אויף אַ קול נאָר דער איראַנישער פּרעזידענט, האָט די מלחמה מיט "כעזבאָלאַ" אויפֿגערייצט דעם חשק אויך בײַ אַנדערע. די שׂינאה צו ישׂראל בפֿרט און צו אַמעריקע בכלל האָט נישט קיין גרענעץ...
דעם 11טן סעפּטעמבער וועט אַמעריקע דערמאָנען די פֿאַרברענטע און באַגראָבענע קרבנות אונטער די אײַנגעפֿאַלענע צווילינג־בנינים. זיי זײַנען געווען די ערשטע. כּבֿוד זייער אָנדענק...