פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק, לכּבֿוד דעם אַמעריקאַנער "אַרבעטער־טאָג", האָט פּרעזידענט בוש פֿאַרטיידיקט זײַנע שטײַערשניטן, ווי דאָס בעסטע מיטל צו העלפֿן די אַמעריקאַנער אַרבעטער. "מיר דאַרפֿן אײַנפֿירן די שטײַערשניטן ווי אַ פּערמאַנענטע זאַך," האָט בוש באַמערקט. "כ׳האָב ליב צו זען ווי מענטשן פֿאַרדינען, און קענען אַרײַנלייגן מער געלט אין קעשענע, אַ דאַנק די שטײַערשניטן."
אויך די הויכע באַאַמטע אין דער בוש־אַדמיניסטראַציע האָבן געלויבט בושס שטײַערשניטן, זאָגנדיק, אַז זיי האָבן געהאָלפֿן אַרויפֿצופֿירן די עקאָנאָמיע אויף אַ גוטן וועג. ווי אַ באַווײַז, האָבן זיי ציטירט די סטאַטיסטיק פֿונעם פֿאַראַכטאָגיקן אַרבעט־באַריכט, וואָס האָט אָנגעוויזן, אַז אין אויגוסט האָבן זיך געעפֿנט 128,000 נײַע שטעלעס, און די אַרבעטלאָזיקייט איז געפֿאַלן פֿון 4.8% ביז 4.7%.
אָבער מיט עטלעכע טעג איידער מע האָט אַרויסגעלאָזט דעם אַרבעט־באַריכט האָט דער אַמעריקאַנער צענזוס־ביוראָ פּובליקירט די אָרעמקייט־סטאַטיסטיק פֿאַרן יאָר 2005, און די נײַעס זענען געווען נישט קיין פֿויגלדיקע. בערך 37 מיליאָן אַמעריקאַנער האָבן אין דעם יאָר געלעבט אונטער דער אָרעמקייט־ליניע ($19,971 פֿאַר אַ משפּחה פֿון פֿיר מענטשן) — וואָס דאָס איז אויף 4 מיליאָן מענטשן מער ווי אין 2001.
דער באַריכט האָט אויך געמאָלדן, אַז דער הכנסה־מיטלפּונקט — $46,326 — איז בערך דער זעלבער ווי אין 2001, און די צאָל מענטשן, וועלכע האָבן נישט קיין געזונט־פֿאַרזיכערונג, האַלט שוין בײַ 46.6 מיליאָן, און שטײַגט ווײַטער.
דער חידוש איז אָבער, אַז גלײַכצײַטיק מיטן אויפֿשטײַג פֿון דער אָרעמקייט, איז די עקאָנאָמיע פֿון לאַנד במשך פֿון די לעצטע פֿיר יאָר דווקא געווען געזונט און שטאַרק. פֿון 2001 ביז 2005 איז די ברוטאָ־פּראָדוקציע פֿון דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע געשטיגן אויף 12%; די פּראָדוקטיווקייט פֿון די אַרבעטער איז שטאַרק געוואַקסן, און די קאָרפּאָראַציע־פּראָפֿיטן האָבן זיך פֿאַרטאָפּלט.
בדרך־כּלל, ווען די עקאָנאָמיע פֿון אַ לאַנד פֿאַרבעסערט זיך, הייבט זיך אויך דער לעבן־ניוואָ בײַ אירע בירגער. דאָס מאָל האָט עס אָבער געווירקט פּאָזיטיוו בלויז אויף די געבילדעטע אַרבעטער. אין דער זעלבער צײַט וואָס די אָרעמקייט האָט געשטיגן, איז געוואַקסן דער פּראָצענט הויזגעזינדן, וואָס פֿאַרדינען מער ווי $100,000 אַ יאָר. די שׂכירות פֿון די ווייניק־געבילדעטע האָבן אָבער געליטן אַ שטאַרקן קלאַפּ, ערשטנס, ווײַל די טעכנאָלאָגישע אינאָוואַציעס בײַ דער אַרבעט זענען געוואָרן אַלץ מער קאָמפּליצירט, און צווייטנס, צוליב דער קאָנקורענץ פֿון פֿעיִקע אַרבעטער אין אַנדערע לענדער.
לויט אַן עדיטאָריאַל אין דער "ניו־יאָרק טײַמס" (New York Times) פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, איז די סטאַטיסטיק "אַ סימן, אַז אַ פֿאַרבעסערונג אין דער עקאָנאָמיע אַליין איז נישט מסוגל צו לייזן די עקאָנאָמישע און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען פֿון דער אָרעמקייט, די אומגלײַכקייט אין די שׂכירות און דעם דוחק אין געזונט־פֿאַרזיכערונג." די "טײַמס" טענהט, אַז מע דאַרף אויך האָבן רעגירונג־פּראָגראַמען, וואָס פֿאַרזיכערן, אַז אַלע אַמעריקאַנער זאָלן געניסן פֿון די בענעפֿיטן פֿונעם עקאָנאָמישן וווּקס. צווישן די פּראָגראַמען: אַרײַנלייגן מער געלט אין דער עפֿנטלעכער דערציִונג; אײַנפֿירן אַ פּראָגרעסיוון הכנסה־שטײַער, וואָלוועלע געזונט־פֿאַרזיכערונג, אַ העכערן מינימום־לוין און אַנדערע מיטלען צו באַשיצן די אַרבעטער.
אַן עדיטאָריאַל פֿון "יו־עס־איי טודיי" (USA Today), אויך אַרויסגעלאָזט פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, פּאַראָדירט אַ באַליבטן זאָג פֿון פּרעזידענט דזשאַן פֿ. קענעדי — "אַן אויפֿגייענדיקע כוואַליע הייבט העכער אַלע שיפֿלעך" — און געמאַכט דערפֿון: "אַן אויפֿגייענדיקע כוואַליע הייבט העכער אַלע יאַכטן".
דער אויפֿשטײַג אין אָרעמקייט און די אומגלײַכקייט פֿון די שׂכירות, שרײַבט "יו־עס־איי טודיי", קאָן אפֿשר גורם זײַן שווערע פּאָליטישע קאָנסעקווענצן. דער פֿרײַער האַנדל און גלאָבאַלע קאָנקורענץ, למשל, וואָס האָבן במשך פֿון די לעצטע יאָרן שטאַרק געהאָלפֿן פֿאַרבעסערן די וועלט־עקאָנאָמיע, וועלן איצט מסתּמא ווערן אומפּאָפּולער בײַ די אָרעמע לײַט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס וועלן זיך באַקלאָגן, אַז די אַנדערע לענדער "גנבֿענען צו" די שטעלעס פֿון די אַמעריקאַנער אַרבעטער. ווי אַ רעזולטאַט, וועלן זיי ווערן אָנהענגער פֿון פּראָטעקציאָניזם — דאָס אַרויפֿלייגן קוואָטעס און שטײַערן אויף די אימפּאָרטירטע זאַכן, כּדי צו באַשיצן די אינערלעכע אינדוסטריעס פֿון אויסלענדישער קאָנקורענץ — אַ סיסטעם, וואָס איז עקאָנאָמיש נישט פּראָדוקטיוו.
וואָס קען מען טאָן? פֿרעגט ווײַטער "יו־עס־איי טודיי". ערשטנס, דאַרף די פֿאַראייניקטע שטאַטן תּיכּף אײַנפֿירן ריזיקע רעפֿאָרמען אין דער געזונט־באַדינונג, וואָס זאָלן אָפּשטעלן די אַלץ וואַקסנדיקע הוצאָות און וואָס קאָן פֿאַרזיכערן, אַז אַלע זאָלן זיי געדעקט ווערן.
צווייטנס, מוז מען פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿון דערציִונג אין אַמעריקע, כּדי צו ברענגען אירע בירגער אויף דער זעלבער מדרגה ווי די אַרבעטער אין אַנדערע ציוויליזירטע לענדער. "די הויפּט־פּראָבלעם איז נישט אַז די עקאָנאָמיע פּראָדוצירט צו ווייניק שטעלעס, נאָר אַז די געזעלשאַפֿט פּראָדוצירט צו פֿיל נישט־געבילדעטע אַרבעטער."
הגם דער אָרעמקייט־באַריכט האָט אַרויסגערופֿן פּעסימיזם וועגן דעם מצבֿ פֿון די הײַנטיקע פֿעדעראַלע פּראָגראַמען, איז אָבער יאָ דאָ אַ פּראָגראַם וואָס האָט מצליח געווען — האָט פֿאַראַכטאָגן שבת איבערגעגעבן די פֿינאַנציעלע צײַטונג, "וואָל סטריט דזשורנאַל". פֿאַרגאַנגענע וואָך איז געוואָרן 10 יאָר זינט מע האָט אײַנגעפֿירט "וווּרקפֿער" (Workfare) — אַ רעגירונג־פּלאַן לויט וועלכן די געניסער פֿון סאָצפֿאַרזאָרג (welfare) מוזן אָננעמען אַ שטעלע אָדער זיך באַטייליקן אין אַן אויסשולונג־פּראָגראַם, כּדי צו באַקומען דאָס געלט.
די "וואָל סטריט דזשורנאַל" גיט איבער, אַז ווען ביל קלינטאָן האָט אין 1996 אונטערגעשריבן דעם געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאָדערט, אַז די געניסער פֿון סאָצפֿאַרזאָרג מוזן אַרבעטן, האָט אַ באַקאַנטע ליבעראַלע צײַטונג באַצייכנט די פּראָגראַם ווי "פּאַסקודנע", "אַכזריותדיק", "דערווידערדיק", און פּראָקלאַמירט, אַז "די קינדער וועלן לײַדן צום מערסטן," און בפֿרט די שוואַרצע קינדער, וואָס באַטרעפֿן דעם גרעסטן חלק פֿון דער אָרעמער קינדער־באַפֿעלקערונג.
דער רעזולטאַט איז אָבער געווען גאָר אַן אַנדערער. אין פֿאַרגלײַך מיט 1995, ווען 5 מיליאָן מענטשן האָבן באַקומען סאָצפֿאַרזאָרג, באַקומען עס הײַנט בלויז 2 מיליאָן מענטשן. דאָס לעצטע מאָל איז די צאָל געווען אַזוי נידעריק אין יאָר 1970, אָבער דאָס איז אויך, ווײַל די באַפֿעלקערונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז דעמאָלט געווען מיט 100 מיליאָן מענטשן קלענער. וואָס שייך דער זאָרג, אַז די קינדער וועלן לײַדן, איז די נײַעס אויך אַ גוטע. אין 1996 האָבן מער ווי 40% פֿון די שוואַרצע קינדער געלעבט אין אָרעמקייט; הײַנט האַלט עס בײַ 32%.
מיט אַ חודש צוריק (דעם 7טן אויגוסט) האָט דער עקאָנאָמיקער ראָבערט סעמיועלסאָן, אין זײַן רובריק אין "ניוסוויק", אויך באַצייכנט די 10־יאָריקע "סאָצפֿאַרזאָרג־רעפֿאָרם" ווי אַ וואַשינגטאָנער סוקצעס. ער ציטירט אַ בוך, Work Over Welfare פֿון ראָן העסקינס, אַן אָנגעזעענער מיטגליד פֿון דער "ברוקינגס־אינסטיטוציע", וואָס דערקלערט, אַז בערך 60% פֿון די מאַמעס וואָס פֿלעגן באַקומען סאָצפֿאַרזאָרג גייען הײַנט צו דער אַרבעט. זינט 1991, איז געפֿאַלן דער פּראָצענט געבורטן בײַ די נישט־חתונה געהאַטע מיידלעך אויף 33%. העסקינס׳ השערה איז, אַז דאָס אַריבערגיין פֿון סאָצפֿאַרזאָרג אויף "וווּרקפֿער" האָט אומדירעקט געוויזן די אָרעמע מיידלעך די וויכטיקייט און די מעלות פֿון אָננעמען אַ פּערזענלעכן אַחריות, נישט בלויז וואָס שייך הכנסה, נאָר אויך אין אַנדערע אַספּעקטן פֿון זייער לעבן.
סעמיועלסאָן דערקלערט, אַז די הצלחה פֿון דער סאָצפֿאַרזאָרג־רעפֿאָרם באַווײַזט, וואָס די געזעלשאַפֿט קאָן אויפֿטאָן, ווען זי שרעקט זיך נישט דורכצופֿירן ממשותדיקע ענדערונגען אין אירע פּראָגראַמען. "אין 1995, ווען מע האָט גערעדט וועגן אײַנפֿירן ׳וווּרקפֿער׳, האָבן קריטיקער געשריגן: ׳געוואַלד! דאָס וועט פֿאַראָרעמען נאָך 1 מיליאָן קינדער!׳ צום גליק, האָט דער קאָנגרעס זיך נישט צוגעהערט צו זיי, ווײַל אַזוי וואָלטן מיר קיין מאָל נישט דערגרייכט די הײַנטיקע רעזולטאַטן."
סעמיועלסאָן לייגט פֿאָר, אַז פּונקט אַזוי ווי מע האָט דעמאָלט באַוויזן צו רעפֿאָרמירן דעם סאָצפֿאַרזאָרג, וואָלט מען הײַנט געקאָנט טאָן דאָס זעלבע מיט די פֿעדעראַלע פּענסיע־פּראָגראַמען: "אויב מיר וואָלטן, למשל, צו־ביסלעך געהעכערט די קוואַליפֿיציר־עלטער, בײַ וועלכן מענטשן באַקומען סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג (׳סאָשל סעקיוריטי׳) און ׳מעדיקער׳, וואָלט עס אויך נישט גורם געווען קיין סאָציאַלע קאַטאַסטראָפֿע." "יו־עס־איי טודיי" האָט אויסגעדריקט אַן ענלעכע מיינונג: "די סאָצפֿאַרזיכערונג און ׳מעדיקער׳ באַטרעפֿן אין איינעם מער ווי אַ העלפֿט פֿון די פֿעדעראַלע הוצאָות. דאָס איז אָבער אַ טעות, ווײַל די רעגירונג וואָלט געדאַרפֿט טראַכטן מער וועגן אינוועסטירן אין דער צוקונפֿט."
אין אַן אַרטיקל אין דער "וואַשינגטאָן פּאָסט" פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, שרײַבט רורק אָ׳ברײַען, אַן אַנאַליטיקער אינעם געדאַנקען־צענטער, אַז נישט געקוקט אויף דער הצלחה פֿון דער סאָצפֿאַרזאָרג־רעפֿאָרם, בלײַבט איין גרויסע פּראָבלעם: נישט־וועלנדיק, לערנט זי די אָרעמע לײַט, אַז ס׳איז נישט כּדאַי צו שפּאָרן געלט."
אויב אַ משפּחה האָט באַוויזן אָפּצושפּאָרן געלט וואָס איז העכער ווי דער באַשטימטער מאַקסימום, קען זי מער נישט באַקומען קיין בענעפֿיטן. דער כּלל איז אַ שׂכלדיקער ווײַל מע וויל נישט, אַז פֿאַרמעגלעכע משפּחות זאָלן באַקומען געלט, ווען די אָרעמערע משפּחות דאַרפֿן עס מער. אָבער אָ׳ברײַען טענהט, אַז ווען מע האָט אין וואַשינגטאָן אינטערוויויִרט אַ צאָל געניסער פֿון ׳וווּרקפֿער׳, האָבן זיי זייער קלאָר אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג אַמאָל צו פֿאַרמאָגן אַ הויז און צו קענען שפּאָרן געלט אויף פּענסיע.
"ווען די יחידים מאַכן דעם שווערן איבערגאַנג פֿון אָפּהענגיקייט (סאָצפֿאַרזאָרג) צו אומאָפּהענגיקייט (אַרבעטן), דערלאַנגט מען זיי אַ שווערן אולטימאַטום: אָדער צו שפּאָרן געלט און פֿאַרלירן די בענעפֿיטן, אָדער אויסצוגעבן זייער גאַנצע הכנסה און דערבײַ ווײַטער קריגן די בענעפֿיטן. ווען אַ משפּחה שפּאָרט נישט קיין געלט, בלײַבט זי אָבער אייביק אין אַ וואַקלדיקן מצבֿ: טאָמער ווערט עמעצער קראַנק, למשל, אָדער פֿאַרלירט די שטעלע, מוז די משפּחה ווידער קריגן סאָצפֿאַרזאָרג. וואָס זשע טוט מען?
זינט 1996 האָבן געוויסע שטאַטן געלייזט אָט די פּראָבלעם דורך העכערן דעם מאַקסימום וואָס אַ משפּחה אויף סאָצפֿאַרזאָרג מעג אָנשפּאָרן; און צוויי שטאַטן — ווירדזשיניע און אָהײַאָ — האָבן אַפֿילו אָפּגעשאַפֿן דעם מאַקסימום אין גאַנצן. דער רעזולטאַט? ערשטנס, האָט מען ביז איצט נישט געזען קיין פֿאַלן פֿון פֿאַרמעגלעכע יחידים וואָס קריגן אומזיסט בענעפֿיטן; און צווייטנס, האָט עס רעדוצירט די אַדמיניסטראַטיווע קאָסטן בײַ דער שטאַט־רעגירונג, ווײַל זי דאַרף זיך מער נישט פֿאַרנעמען מיט אויסזוכן די "שווינדלער".
אָ'ברײַען לייגט פֿאָר, אַז אַנדערע שטאַטן זאָלן טאָן דאָס זעלביקע. זאָל מען ווײַטער געבן די געניסער פֿון "וווּרקפֿער" די שפּײַזמאַרקעס און אַנדערע בענעפֿיטן, נישט געקוקט אויף דעם, וויפֿל געלט זיי האָבן שוין אָנגעשפּאָרט. און נאָך מער: די שטאַטן זאָלן אַקטיוו מוטיקן די משפּחות צו שפּאָרן געלט דורך העלפֿן זיי עפֿענען אַ באַנקקאָנטע, און לערנען זיי די פֿאַרשידענע מיטלען ווי אַזוי מע קאָן שפּאָרן געלט. "אויף אַזאַ אופֿן — שרײַבט אָ׳ברײַען — וועלן מיר פֿאַרזיכערן, אַז די אָרעמע לײַט וואָס געפֿינען אַ שטעלע, אַרבעטן שווער און שפּאָרן געלט אויף להבא, וועלן אויך געניסן פֿונעם אַמעריקאַנער חלום פֿון עקאָנאָמישער אומאָפּהענגיקייט."