פֿון רעכטס: שיין סמאָליאַן, אַוויאַ מאָר, אַליסאַ גאָלדשטיין |
דער זומער קומט שוין צום סוף, אָבער פֿון אַ ביסל זומערלעב האָט מען נאָך געקענט געניסן אין די לעצטע וואָכן פֿון אויגוסט אין די לאָרענשאָנער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאַל, די "קאַנאַדישע קעטסקילס". דאָרטן, אין אַ זומער־קאָלאָניע פֿון "בני־ברית", קומען זיך צונויף יאָר־אײַן, יאָר־אויס, כּמעט 500 ליבהאָבער פֿון ייִדישער מוזיק און קולטור און פּראַווען דעם יערלעכן "קלעזקאַנאַדע"; אַ זיבן־טאָגיקע אונטערנעמונג אָנגעפֿילט מיט וואַרשטאַטן, לעקציעס און קאָנצערטן. דאָס יאָר — צווישן אַנדערע סורפּריזן — איז דער זינגער טעאָדאָר ביקעל אויפֿגעטראָטן, צוזאַמען מיט אַ צוויי טוץ מוזיקער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זיי זענען געקומען קיין קאַנאַדע צום צווייטן יאָר אַ דאַנק אַ סטיפּענדיע־פֿאָנד. צווישן דער גרופּע געפֿינען זיך אַזוינע באַקאַנטע און נאָוואַטאָרישע זינגערס, ווי פּסוי קאָראָלענקאָ און וואַניע זשוק פֿון מאָסקווע; די זינגערין זשעניע לאָפּאַטניק און דער פֿידלער סטאַניסלאַוו רײַקאָ פֿון כאַרקאָוו, דער זינגער און ייִדיש־לערער מאָטל גאָרדאָן פֿון מאָסקווע.
כאָטש דער טראָפּ אין "קלעזקאַנאַדע" איז געשטעלט געוואָרן אויף דער אינסטרומענטאַלער קלעזמער־מוזיק, געפֿינען די נישט־מוזיקער אַן אָרט וווּ צו פֿאַרברענגען: פּראָפֿ׳ יודזשין אָרענשטיין האָט געהאַלטן דרײַ לעקציעס וועגן ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן, איציק גאָטעסמאַן האָט גערעדט וועגן די בוקאָווינער ייִדן, זייער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר; ד״ר ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, יחיאל שאַנדלער און מײַקל וועקס האָבן געהאַלטן לעקציעס וועגן ייִדיש און עטנאָגראַפֿיע.
די באַטייליקטע מיט אַ קינסטלערישן טאַלאַנט האָבן אָנטייל גענומען אין אַ וואַרשטאַט, אָנגעפֿירט פֿון נחמה סאָקאָלאָוו, שיינדל ראָמיין און טינאַ קינדעמאַן, אין וועלכן מע האָט געבויט און באַצירט קליינע טעאַטערלעך, די גרייס פֿון אַ שוך־קעסטל. אין די "שפּילכל־טעאַטערס" האָט מען אויסגעשפּילט אָריגינעלע סצענעס מיט פּאַפּיר-אויסשניט־פֿיגורן.
די דירעקטאָרן פֿון "קלעזקאַנאַדע", ד״ר חיים גאָלדמאַן, מיישקע אַלפּערט און דזשעף וואַרשאַוער האָבן פֿאַרזיכערט, אַז עפּעס אַ פּאַסיקע אַקטיוויטעט זאָל זײַן פֿאַראַן פֿאַר יעדן איינעם. מיר האָבן גערעדט מיט עטלעכע באַטייליקטע אויסצוגעפֿינען אַ ביסל מער וועגן זיי און זייער אינטערעס צו ייִדיש.
טימור פֿישעל
פֿון טאַלין, דער קרוינשטאָט אין עסטלאַנד, איז געקומען דער קיִעוו־געבוירענער טימור פֿישעל, אַ וווּנדערלעכער זינגער. ייִדיש קען ער נישט פֿון דער היים, נאָר מיט דרײַ און אַ האַלב יאָר צוריק האָט ער אָנגעהויבן אַליין זיך צו לערנען. די לינגוויסטקע, פּראָפֿ׳ אַנאַ ווערשוק, וועלכע וווינט אין טאַלין, העלפֿט אים פֿאַרבעסערן זײַן שפּראַך. פֿון פֿאַך איז ער אַן עלעקראָנישער אינזשעניר און אַ טישלער.
ער האָט געקענט נאָר דרײַ, אָדער פֿיר, פּאָפּולערע ייִדישע לידער, ביז ער איז געקומען קיין "קלעזפֿעסט־אוקראַיִנע" אין קיִעוו. דאָרטן האָט ער אויסגעפֿינען, אַז די ייִדישע מוזיק איז נישט קיין פּרימיטיווע, נאָר פֿאַרמאָגט אוצרות. דערנאָך האָט ער זיך אַליין געלערנט פֿון שמעון סאַנדלערס ייִדישע לערן־ביכער און ווײַטער שטודירט מיט מרדכי יושקאָווסקי און באָריס קאָטלערמאַן. דאָס יאָר האָט ער זיך פֿאַרשריבן אין דער ווילנער ייִדישער לערער־פּראָגראַם, וואָס איז געווען שווער פֿאַר אים, אָבער זייער ניצלעך.
אין טאַלין האָט ער געשאַפֿן אַ ייִדיש־גרופּע, און עס באַטייליקן זיך אין איר מענטשן פֿון פֿאַרשיידענער עלטער — פֿון 14 ביז 80 יאָר אַלט — און ער לערנט מיט זיי ייִדיש. זײַן פֿרוי און טאָכטער לערנען זיך אויך אין דער גרופּע. ער וואָלט געוואָלט האָבן מער געלעגנהייט צו זינגען אויף ייִדיש אין טאַלין, און ער האָפֿט, אַז אין דער אָרטיקער שיל וועט ער הײַנטיקס יאָר דורכפֿירן אַ ייִדיש־פּראָגראַם.
מיט וואָס איז "קלעזקאַנאַדע" אַנדערש פֿון אַנדערע ייִדישע פֿעסטיוואַלן? די "קלעז־פֿעסטן" אין פּעטערבורג און אוקראַיִנע זענען אויך אויף א הויכער מדגרה, און צום טייל, קומען די זעלביקע לערער אויף אַלע דרײַ אונטערנעמונגען. אָבער דאָרטן קומען ווייניקער ווי הונדערט אָנטיילנעמער און דאָ, אין קאַנאַדע, עטלעכע הונדערט. בײַ אַזוי פֿיל מענטשן איז דאָ אַלע מאָל עמעצער נײַ מיט וועמען זיך צו באַקענען. אויך קומען גאַנצע משפּחות קיין "קלעזקאַנאַדע" און דאָס שאַפֿט אַ היימישע סבֿיבֿה. בײַ זיך אין טאַלין וועט ער ווײַטער זיך באַמיִען צו פֿאַרשפּרייטן ייִדיש צווישן דער באַפֿעלקערונג.
דמיטרי סלעפּאָוויטש
אַ מוזיקאָלאָג פֿון מינסק, וואָס קען נאָר אַ ביסל ייִדיש פֿון זײַנע זיידע־באָבעס, האָט ער אויף אַן ערנסטן אופֿן זיך גענומען לערנען די שפּראַך ווי אַ סטודענט. אין דער ווײַסרוסישער מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע האָט ער שטודירט עטנאָמוזיקאָלאָגיע און מוזיק־געשיכטע. ווען ער איז געווען 15 יאָר אַלט האָט ער זיך באַקענט מיט זײַן פּראָפֿעסאָרין און וועגווײַזערין, ד״ר נינאַ סטעפּאַנסקאַיאַ, און פֿאַר איר אָנגעשריבן זײַן ערשטן אַרטיקל וועגן דער ייִדישער מוזיק. אונטער איר אויפֿזע האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט מיזרח־אייראָפּעיִשער פֿאָלקמוזיק און געזאַמלט סײַ מוזיק, סײַ אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם לעבן־שטייגער פֿון די ווײַסרוסישע ייִדן.
זײַן וויכטיקע אַרבעט "קלעזמער־מוזיק, און דאָס שאַפֿן פֿון קלעזמער־מוזיק: אַ פֿענאָמען פֿון ייִדישע מיזרח־אייראָפּעיִשע קהילות" איז געבויט אויף זײַנע אינטערוויוען מיט עלטערע ייִדן און זײַן פֿאָרש־אַרבעט אין פֿאַרשיידענע אַרכיוון. די אינטערוויוען וויל ער סיסטעמאַטיזירן און פֿון דער אינפֿאָרמאַציע שאַפֿן אַן אַרומנעמיק היסטאָריש בילד פֿון דער ייִדישער מוזיקאַלישער קולטור אין ווײַסרוסלאַנד — ווער, וואָס און וווּ האָבן די קלעזמאָרים געשפּילט, אאַ״וו.
אין "קלעזקאַנאַדע" האָט ער געוויזן אינטערעסאַנטע אויסצוגן פֿון זײַנע ווידעאָ־אינטעוויען מיט ווײַסרוסישע ייִדישע פֿאָלקזינגער. איין ציל פֿונעם פּראָיעקט איז צו אַנאַליזירן די סטילן פֿון די ייִדישע זינגער און מוזיקער אין פֿאַרשיידענע רעגיאָנען. דערווײַל שפּירט ער אינעם ווײַסרוסישן סטיל אַ צוריקגעהאַלטנקייט אין אַן עקספּרעסיווקייט בײַם זינגען אין פֿאַרגלײַך מיטן סטיל פֿון די ייִדן אין אַנדערע געגנטן.
הײַנט איז ער אַ לערער אין דער מינסקער מוזיק־אַקאַדעמיע, וווּ ער לערנט אַ קורס וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער מוזיק. סײַ סטודענטן, סײַ אַנדערע פּראָפֿעסאָרן קומען אים הערן. כּדי די מוזיק זאָל ווײַטער לעבן, און נישט נאָר בלײַבן אַ טעמע אין דער אַקאַדעמיע, פֿירט אָן דמיטרי מיט דער "מינסקער קאַפּעליע" און שפּילט קלאַרנעט אין דער גרופּע.
שיין סמאָליאַן, אליסאַ גאָלדשטיין, אַוויאַ מאָר
איידער זיי זענען געקומען קיין "קלעזקאַנאַדע" זענען די דרײַ סטודענטן פֿון דרײַ לענדער (פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, און אויסטראַליע) געקומען זיך לערנען אין דער פֿאַרברייטערטער ייִדישער שפּראַך־פּראָגראַם בײַם "נאַציאָנאַלן ייִדישן ביכער־צענטער" אין מאַסאַטשוסעטס. שיין סמאָליאַן איז אַ גראַדויִר־סטודענטקע אין בראַון־אוניווערסיטעט, וווּ זי שטודירט עטנאָמוזיקאָלאָגיע. זי זינגט און לערנט זיך מאַנדאָלין. איינע פֿון אירע פֿאָרשונג־אינטערעסן איז ווי אַזוי מע שטעלט פֿאָר ייִדישע לידער פֿאַר דעם הײַנטיקן ענגליש־רעדנדיקן עולם.
אַוויאַ מאָר איז אַ סטודענטקע אינעם אוניווערסיטעט אין עדמאָנטאָן, אַלבערטאַ, קאַנאַדע, וווּ זי שטודירט טעאַטער און טאַנץ. איר טעמע איז פֿאַרבונדן מיטן מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער. זי איז אַ לאַנג־יאָריקע "קלעזקאַנאַדערין", וואָס איז געוואָרן, נאָך דרײַ יאָר פֿון זיך לערנען טענץ מיט מיישקע אַלפּערט און זאבֿ פֿעלדמאַן, איינע פֿון די לערערס פֿון טענץ. זי וואָלט געוואָלט, נאָך איר גראַדויִרונג, רעזשיסירן ייִדישן טעאַטער אין אַ גרעסערער שטאָט, אפֿשר מיט ברײַנע וואַסערמאַנס טרופּע אין מאָנטרעאָל. זי האָט זיך פֿאַרשריבן אין דזשעני לעווינסאָנס קלאַס וועגן "ייִדישער באַוועגונג" אין "קלעזקאַנאַדע" און וויל אויך פֿאָרשן עלטערע ייִדן און זייערע זשעסטן.
אַליסאַ גאָלדשטיין האָט גראַדויִרט פֿון מעלבורנער אוניווערסטעט, וווּ זי האָט זיך קאָנצענטרירט אויף אירע פֿעיִקייטן צו שרײַבן בעלעטריסטיק און זשורנאַליסטיק. ווי אַ סך יונגע אויסטראַליער וואָס פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, איז זי גרייט עטלעכע יאָר אַרומצופֿאָרן און זען די וועלט. אין ישׂראל וויל זי זיך ווײַטער לערנען ייִדיש, אפֿשר אין דער נײַער זומער־פּראָגראַם בײַם "שלום־עליכם"־הויז. מיט דער צײַט וואָלט זי אויך געוואָלט שרײַבן אויף ייִדיש.
בײַם "קלעזקאַנאַדע" האָבן אַלע דרײַ סטודענטקעס ספּעציעל הנאה געהאַט פֿון פּראָפֿ׳ שאַנדלערס קוק אויף דער ייִדישער קולטור ווי אַ "פּאָסט־ווערנאַקולערע שפּראַך", און זענען נײַגעריק אַליין צו שאַפֿן און פֿאָרשן מיט אַזוינע נײַע פּערספּעקטיוון אויף דער ייִדישער קולטור אין אַ "פּאָסט־מאָדערנער" תּקופֿה.
עוועלין טאָבען
אַ געבוירענע אין מאָנטרעאַל, קומט עוועלין פֿון אַ ייִדישיסטישער משפּחה. אָבער בײַם שטודירן קונסט־געשיכטע אין פֿילאַדעלפֿיע האָט זי געפֿילט אַ בלויז אין דער דאָרטיקער ייִדישער געזעלשאַפֿט — וווּ איז די ייִדישע קולטור? פֿאַר וואָס, האָט זי זיך געוווּנדערט, קומען נישט פֿאָר אַקטיוויטעטן צווישן די יונגע מענטשן, זיי צוצוציִען צו ייִדיש? ווען מע האָט גערעדט וועגן ייִדיש, האָט מען כּסדר געשמייכלט וועגן דעם חן פֿון דער שפּראַך און, ווען זי האָט פֿאַר זיי אויפֿגעקלערט, אַז "ייִדיש איז אַ גאַנצע קולטור, נישט נאָר אַ שפּראַך וואָס רופֿט אַרויס אַ געלעכטער" — האָבן די מענטשן זיך מודה געווען, אַז זיי ווייסן גאָר נישט וועגן דעם. האָט זי געוואָלט איר דור באַקענען מיט ייִדיש און געשאַפֿן די גרופּע "יונג און ייִדיש". די גרופּע פֿירט אײַן חודשלעכע אַקטיוויטעטן, צווישן זיי, צוויי קלאַסן ייִדישע שפּראַך. זי האָפֿט, אַז דאָס וועט שאַפֿן אַ סבֿיבֿה, און מאַכן אַ פּאָזיטיוון רושם אויף ייִנגערע מענטשן. אין "קלעזקאַנאַדע" האָט זי, אויף איר אייגענער איניציאַטיוו, גערופֿן אַ זיצונג וועגן דער פּראָבלעם, ווי אַזוי אײַנצופֿירן ייִדיש פֿאַר דער יוגנט, און ווי אַזוי צו "פֿאַרקויפֿן" ייִדיש דעם ייִנגערן דור. צו ביסלעך קניפּט זי אָן קאָנטאַקטן מיט די "הויכע פֿענצטער" אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין פֿילאַדעפֿיע, אָבער איר אַרבעט גייט זייער פּאַמעלעך. אין "קלעזקאַנאַדע" האָט זי געפֿונען אַן אינספּיראַציע ווײַטער צו פֿירן דעם "קאַמף" פֿאַר ייִדיש. וועגן איר גרופּע, קענט איר לייענען אויפֿן וועבזײַטל: