פּאָליטיק

װי עס זעט אויס, איז אויך דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט באַשערט, אַזוי װי דעם גרעסטן רובֿ פֿון די 30 פֿריִערדיקע רעגירונגען, אַ קורץ לעבן. אפֿשר נאָך אַ יאָר, און אפֿשר אַפֿילו נאָך װײניקער.

פֿון װאַנען נעם איך די דאָזיקע השערה?

פֿון אהוד אָלמערטס נײַער פֿאַרזיכערונג, אַז זײַן רעגירונג װעט אויסהאַלטן איר גאַנצע קאַדענץ פֿון די פֿיר יאָר, "און אפֿשר נאָך מער"... גענוי אַזוי פֿיל האָט אויך געהאַט פֿאַרזיכערט אָלמערטס פֿאָרגייער, אריאל שרון, דער גרעסטער זיגער פֿון אַלע צײַטן, װעמעס ערשטע רעגירונג האָט נישט אויסגעהאַלטן קיין פֿולע צװײ יאָר; זײַן צװײטע רעגירונג האָט געלעבט אַ קאַפּעטשקע לענגער, צװײ יאָר מיט צװײ חדשים, און דאָס אויך די לעצטע פּאָר חדשים שוין נישט אונטער זײַן אָנפֿירונג, כאָטש נישט צוליב זײַן שולד.

דאָס געהערט שוין אָבער צו דער פּאָליטישער "טראַדיציע" אין ישׂראל, װוּ זאַכן געשעען צום היפּוך פֿון די נבֿיאות און הבֿטחות פֿון די מדינה-פֿירערס.

איך געדענק אָבער נישט נאָך אַזאַ תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה, אין װעלכער סײַ די רעגירונג און סײַ דאָס פֿאָלק זאָלן האָבן געװען אַזוי טראַומאַטיש מבֿולבל, אַזוי צעטומלט, און װאָס זאָל זײַן אַזוי אָנגעפּראָפּט מיט אַזוי פֿיל קאָנפֿליקטן, פּרשיות און "ייִדישע מלחמות" — װי אין די איצטיקע קורצע פּאָר װאָכן נאָך דער צװײטער לבֿנונישער מלחמה.

די מלחמה, װאָס האָט זיך נאָרװאָס פֿאַרענדיקט — מיט אַ נצחון, צי אָן אַ נצחון, צי בלויז מיט אַ "דורכפֿאַל" — גײט אָבער װײַטער אָן, נאָר אויף אַנדערע געביטן און מיט אַנדערע מיטלען. נאָך נישט באַװיזן זיך "אויסצוטשוכען" און צו "קומען צו זיך" פֿון דער מלחמה אויף די שלאַכטפֿעלדער פֿון לבֿנון; די רעגירונג און צה"ל האָבן זיך נאָך נישט באַװיזן צו אָרגאַניזירן — אַפֿילו כאָטש מיט בלויזע באַרימערישע רייד — האָט זיך גלײַך אָנגעהויבן דער דיגניטאַרן-"פּאַראַד" פֿון די העכסטע מלוכה-לײַט צו דער באַשולדיקונגס-באַנק פֿון געריכט: אָנהייבנדיק פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט, דעם פּרעמיער-מיניסטער, דעם שעף פֿון אַרמײ-שטאַב און אַ צאָל מיניסטאָרן, ביז צו די באַאַמטע פֿון אַלע מלוכישע און געזעלשאַפֿטלעכע ראַנגען.

נאָך נישט באַװיזן צו באַפֿרידיקן דעם רכילות- און נײַגעריקייט-דורשט פֿון דער ישׂראלדיקער עפֿנטלעכקייט, האָט דאָס לאַנד זיך גלײַך אַרײַנגעלאָזט אין אַ נישט װײניקער זומפּיקער שלאַכט איבער די קאָמיסיעס צו פֿאָרשן די מלחמה אין לבֿנון. און װי נאָר די מלחמה אַרום די קאָמיסיעס האָט זיך אָנגעהויבן, האָט זי זיך גלײַך פֿאַרפּלאָנטערט — און באַלד איז אויסגעבראָכן די טראַדיציאָנעלע מלחמה — נישט קעגן, נאָר װעגן — דער אָרעמקייט, װי דער פּעריאָדישער ריטואַל, מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן די סעריאַלע סטאַטיסטישע באַריכטן פֿון "נויט־אינדעקס" און מיט זײערע "דערשיטערנדיקע אַנטפּלעקונגען" װעגן דער אָן אויפֿהער װאַקסנדיקער נויט און דער כּסדר שטײַגנדיקער "ליניע פֿון אָרעמקײט", װאָס האָט אַרויפֿגעהויבן ישׂראל אויף דעם העכסטן אָרט — װאָס מײנט אויך, אויף דעם נידעריקסטן אָרט — אין דער מערבֿדיקער װעלט.

אָבער אַזוי װי יעדן מאָל, אַזוי האָט אויך איצטער די "דערשיטערונג" און די "פֿאַרביטערונג" אָנגעהאַלטן אַזוי לאַנג װי דער פֿלאַם פֿון אַ שװעבעלע, אַ צינד-העלצל — װײַל עס איז גלײַך אונטערגעקומען די בודזשעט-מלחמה, מיטן דערלאַנגען דער כּנסת דעם רעגירונגס-בודזשעט אויפֿן יאָר 2007 — מיטן חשבון צו באַצאָלן פֿאַר דער לבֿנונישער מלחמה פֿון יולי-אויגוסט 2006.

דאָס איז די סאַמע שװערסטע, די פֿלאַמיקסטע פֿון אַלע אויבן אויסגערעכנטע מלחמות. װײַל פֿון איר אויסגאַנג איז אָפּהענגיק דער גורל און די צוקונפֿט פֿון דער רעגירונג, װעמען דער פּרעמיער-מיניסטער האָט "צוגעזאָגט" אויסצוהאַלטן די פֿולע קאַדענץ, און "אפֿשר נאָך מער".

אָבער — לאָמיר פֿאַר דעם אַ קוק טאָן װאָס עס הערט זיך אויפֿן שלאַכטפֿעלד פֿון די אויספֿאָרש-קאָמיסיעס, װאָס אויך פֿון זײ איז אָפּהענגיק די צוקונפֿט פֿון דער רעגירונג. פֿון דעם רעזולטאַט פֿון דער אָפּגעהאַלטענער מלחמה — װעלכן די קאָמיסיעס װעלן באַשטימען, לויט זײערע אויספֿירן — איז אָפּהענגיק דער פּאָליטישער המשך, אויב די רעגירונג װעט זיך באַפֿרײַען פֿון אירע אַלטע דאָגמעס און "קאָנצעפּציעס" און װעט אַרויסציִען פֿון זײ די געהעריקע פּאָליטישע קאָנסעקװענצן.

עס האַנדלט זיך װעגן אַן איניציאַטיװ צו באַנײַען דעם פּאָליטישן פּראָצעס, װאָס זאָל פֿירן צו אַ שלום; װײַל אַ גוטער אײַנפֿאַל קען פֿאַרװאַנדלען דעם דורכפֿאַל אין אַן אמתדיקן נצחון מיט גוטע און פּאָזיטיװע רעזולטאַטן. די גרויסע צאָל פֿאַרלאַנגטע קאָמיסיעס, אַרום װעלכע עס גייט איצט אָן די פּאָליטישע קאַמפּאַניע זאָגט עדות, אַז דער אויסגאַנג פֿון דער מלחמה װערט באַטראַכט, װײניקסטנס, װי אַ דורכפֿאַל — כאָטש אַנדערע זעען אין איר אויך די פּאָזיטיװע רעזולטאַטן, װאָס זי איז עלול צו ברענגען. דער ערשטער, װאָס האָט זיך אָפּגערופֿן אויף דער פֿאָדערונג און האָט באַלד אויפֿגעשטעלט אַן אויספֿאָרש-קאָמיסיע פֿון זעקס חשובֿע און געאַכטעטע פּערזענלעכקייטן, בראָש מיט דעם געװעזענעם שעף פֿון גענעראַל-שטאַב אמנון ליפּקין־שחר, איז געװען דער זיכערהייט-מיניסטער עמיר פּרץ.

די דאָזיקע קאָמיסיע האָט אָבער אויך די ערשטע זיך אויפֿגעלייזט — צוליב דער פּאָפּולער געוואָרענער פֿאָדערונג אויפֿצושטעלן אַ יורידישע אויספֿאָרש-קאָמיסיע "מיט צײנער", בראָש מיט אַ ריכטער פֿון העכסטן געריכט און מיט ברייטע פֿולמאַכטן, צו פֿאָרשן "אַלץ און אַלעמען", און אויך די פֿאַרגאַנגענהייט. זי זאָל פֿאָרשן די רעגירונגען פֿון די פֿאַרגאַנגענע זעקס יאָר, װעלכע האָבן געלאָזט דעם "כעזבאָלאַ" אַנטװיקלען אַזאַ מעכטיקן כּוח מיט פֿאָרטיפֿיקאַציעס — "אונטער דער ערד און אונטער דער נאָז" פֿון ישׂראל, לענג־אויס דער גרענעץ, און האָבן נישט פֿאָרגעזען און נישט צוגעגרייט װי געהעריק די אַרמיי צו אַ מעגלעכן פֿאַרמעסט; אַ קאָמיסיע, װאָס זאָל אויך קענען פֿאָרשן דעם חלק פֿון דער אָקופּאַציע און פֿון די קאָלאָניעס אויף די שטחים, װאָס האָבן אײַנגעשלונגען אַלע מאַטעריעלע רעסורסן פֿון דער מדינה, כּדי צו אַנטװיקלען און פֿאַרשטאַרקן די אָקופּאַציע אויפֿן חשבון פֿון דער זיכערהייט פֿון ישׂראל.

אָלמערט האָט זיך אַנטשידן קעגנגעשטעלט דער פֿאָדערונג אויפֿצושטעלן אַן אומאָפּהענגיקע מלוכישע (יורידישע) אויספֿאָרש-קאָמיסיע, צו װעלכער עס האָט אָבער צום סוף זיך אָנגעשלאָסן אויך דער זיכערהייט-מיניסטער עמיר פּרץ פֿון "עבֿודה"; אָנשטאָט דעם האָט אָלמערט נאָמינירט דרײַ פֿאַרשידענע רעגירונג-קאָמיסיעס; די כּנסת האָט, פֿון איר זײַט, געשאַפֿן זעקס אַנדערע קאָמיסיעס, און די אויסערן- און זיכערהייט-קאָמיסיע פֿון דער כּנסת האָט מיט אַ מערהייט שטימען באַשלאָסן צו רעקאָמענדירן דער רעגירונג אויפֿצושטעלן דװקא אַ מלוכיש-יורידישע קאָמיסיע. דאָס זעלבע פֿאַרלאַנגט אויך דער מדינה-קאָנטראָלער, װעלכער האָט שוין במילא, פֿון זײַן זײַט, אָנגעהויבן פֿאָרשן די פֿאָרגעקומענע מלחמה פֿון אַלע אירע אַספּעקטן — אין די ראַמען פֿון זײַנע פֿליכטן און מעגלעכקייטן.

אַזוי שטײַגט דער פּאַרלאַמענטאַרישער דרוק אויף דעם פּרעמיער, װעלכער האָט אַ סך סיבות מורא צו האָבן פֿאַר אַזאַ קאָמיסיע, מחמת זי איז עלול צו באַדראָען דעם המשך פֿון זײַן רעגירונג.

* * *

די פֿאָדערונג צו פֿאָרשן דעם פֿאַרלויף פֿון דער מלחמה, מיט אירע דערפֿאָלגן און דורכפֿאַלן, איז בײַם אָנהײב געקומען פֿון די װאָס האָבן צום מערסטן פֿון איר געליטן — סײַ אויף די פֿראָנטן און סײַ אינעם הינטערלאַנד. דאָס זענען געװען די רעזערװיסטן, װאָס האָבן זיך צוריקגעקערט פֿון דער מלחמה. זײ האָבן דערצײלט װעגן די ליידיקע מאַגאַזינען פֿון געװער און אַמוניציע און פֿון שפּײַז פֿאַר די סאָלדאַטן, װעגן דער שלעכטער לאָגיסטיק, װעגן שיקן זיי אויפֿן פֿראָנט אָן װאַסער און אָן רפֿואות פֿאַר די פֿאַרװוּנדעטע, װאָס איינער פֿון זיי האָט צוליב דעם זיך צוריקגעקערט אַהײם אָן אַ פֿוס און װי אַ פֿולער אינװאַליד. צו די פּראָטעסטירנדיקע רעזערװיסטן האָט זיך אָנגעשלאָסן מאָטי אשכּנזי, דער "װעטעראַן" פֿון דער ספּאָנטאַנישער פּראָטעסט-באַװעגונג, װאָס איז אויפֿגעקומען נאָך דער יום-כּיפּור-מלחמה מיט 33 יאָר צוריק.

איינע פֿון די פּראָטעסטירנדיקע גרופּעס האָט פּראָקלאַמירט אַ הונגער-שטרײַק קעגנאיבער דער כּנסת, פֿאַרלאַנגענדיק נישט בלויז דאָס אויפֿשטעלן אַן אויספֿאָרש-קאָמיסיע, נאָר אויך די באַדינגלאָזע דעמיסיע פֿון די דרײַ אָנפֿירער פֿון דער מלחמה — דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט, דעם זיכערהייט-מיניסטער עמיר פּרץ און דעם שעף פֿון גענעראַל-שטאַב דן חלוץ, נאָך איידער זיי װערן געפֿאָרשט פֿאַר זײער מיניסטעריאַלער אחריות פֿאַר די פֿעלערן אין דער מלחמה. די פּראָטעסט-באַװעגונג פֿון די רעזערװיסטן האָט אָבער נישט מצליח געװען צו דערגרייכן אַ מאַסיװן פֿאַרנעם, און דער פּאָליטישער דרוק האָט זיך אַריבערגעטראָגן אויף דער פּאַרטײיִשער אַרענע, דער עיקר, אין דער כּנסת.

דאָ האָט די פּאָליטישע מלחמה זיך קאָנצענטרירט אויף דער שלאַכט פֿאַר דעם רעגירונג-בודזשעט פֿאַרן יאָר 2007 — דער בודזשעט, אין װעלכן עס װערט אויסגעשטעלט דעם פֿאָלק דער חשבון פֿאַר די שאָדנס פֿון דער מלחמה. און דער חשבון באַטרעפֿט קרובֿ 30 ביליאָן שקלים,— צו פֿאַרגיטיקן די געליטענע פֿון די קאַטיושעס און ראַקעטעס, צוריק אויפֿריכטן דעם "אָפּשרעקונג-כּוח" פֿון דער אַרמײ, דעם היזק פֿון דער טוריסטיק און פֿון דער װירטשאַפֿט און די הוצאָות אויסצופֿילן די אויסגעליידיקטע רעזערװן פֿון געװער.

אין אָט דעם חשבון איז די מדינה אַװעקגעשטעלט געװאָרן פֿאַר דער זעלבער סיטואַציע, װי די משפּחה פֿון װיקטאָריע לעוויט פֿון באר־שבֿע, װעלכע איז הײַנטיקע װאָך עקסמיטירט געװאָרן, צוזאַמען מיט אירע דרײַ קינדער און איר ברודער, נישט קענענדיק באַצאָלן דעם "באַנק לאומי" די 75,000 שקלים — דעם אָנגעזאַמלטן חובֿֿ פֿאַר דער נישט געצאָלטער "משכנתא" — די היפּאָטעקע פֿאַר דער װױנונג. דאָס האָט איר דער אָפּגעגטער מאַן איבערגעלאָזט אַ "לעצט-געלט" מיט זייער צעשיידונג.

פֿון אירע בידנע הכנסות האָט נישט די אָרעמע מוטער צו באַצאָלן דעם חובֿֿ. זי האָט נישט בײַ װעמען אים צו מאָנען. דאַקעגן די מדינה — זי האָט פֿון װעמען צו מאָנען אירע חובֿות, און װי אַלע מאָל, מאָנט זי זײ אויך איצט — פֿון די אָרעמע שיכטן, נישט װעלנדיק אָנרירן די אָנגעזאַמלטע פֿינאַנציעלע רעזערװן. אהוד אָלמערט און דער פֿינאַנץ-מיניסטער הירשזאָן האַלטן זיך בײַ דער זעלבער עקאָנאָמישער תּורה װאָס בנימין נתּניהו, בעת זיי האָבן זיך געפֿונען, צוזאַמען מיט אים, אין דער רעגירונג פֿון "ליכּוד". דאָס איז אויך די סיבה, הלמאַי אָלמערט האָט גראָד עמיר פּרצן פֿון "עבודה" נאָמינירט װי דעם זיכערהייט-מיניסטער, און נישט געװאָלט אים אָנטרויען דאָס פֿאַרלאַנגטע פֿינאַנץ-מיניסטעריום. פּרץ, װעלכער איז אַרײַן אין דער רעגירונג מיט זײַן סאָציאַלן פּראָגראַם צו באַקעמפֿן די אָרעמקײט, האָט זיך אינצװישן פֿאַרליבט אין זײַן קריגערישער פֿונקציע. און װי אַ נײַער און נאָך נישט דערפֿאַרענער זיכערהײט-מיניסטער האָט זיך פֿאַרלייגט אויף אים דער אויסברוך פֿון דער לבֿנונער מלחמה.

די מלחמה האָט שװער געטראָפֿן אין דער פּאָפּולערקייט פֿון דער הערשנדיקער קאָאַליציע און אירע פּאַרטייען, װעלכע געפֿינען זיך אין אַ טיפֿער נידערלאַגע. דערצו איז די אַרבעט-פּאַרטיי, די "עבֿודה" אויך אינעװײניק צעקריגט און פּרצעס "רייטינג" איז שטאַרק געפֿאַלן. מיטן פֿאַרענדיקן די מלחמה איז דער מנהיג פֿון "עבֿודה" אַװעקגעשטעלט געװאָרן פֿאַר אַ האַרבער דילעמע: צו דער רעגירונג איז ער געקומען מיט דער "סאָציאַלער אַדזשענדע", און װי דער זיכערהייט-מיניסטער, האָט ער זיך פֿאַרפֿליכטעט צו שטיצן די אינטערעסן פֿון דער אַרמיי און פֿון דער זיכערהייט. ער איז אָבער, אַזוי װי זײַן פּאַרטיי, קעגן אָלמערטס און הירשזאָנס עקאָנאָמישער פּאָליטיק, און פֿאַרלאַנגענדיק פֿאַר זײַן מיניסטעריום דעם צוגאָב פֿון קרובֿ צװײ מיליאַרד שקלים, איז ער אָבער קעגן קירצן די סאָציאַלע באַדינונגען און קעגן די שװערע גזירות, װאָס דער נײַער בודזשעט לײגט אַרויף גראָד אויף די שװאַכע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג.

אויך די מיניסטאָרן פֿון ש"ס און פֿון דער פּענסיאָנערן-פּאַרטיי שטעלן זיך אַנטקעגן דעם דראַקאָנישן בודזשעט, און אָלמערט האָט פֿאַראָרדנט זײַן פֿינאַנץ-מיניסטער מבֿטל צו מאַכן כאָטש איינע פֿון די געפּלאַנטע גזירות — דאָס העכערן דעם שׂכר-לימוד אין די אוניװערסיטעטן. די "סאָציאַלע" פּאַרטייען באַנוגענען זיך אָבער נישט מיט דעם און פֿאַרלאַנגען בטל צו מאַכן די גזירות קעגן די פּענסיאָנערן, קעגן דעם מינימום-לוין און ענדערן דעם גאַנצן געביט פֿון דעם בודזשעט.

אין אָנבליק פֿון אָט דער פֿאַרפּלאָנטערטער לאַגע האָט שוין דער פֿאָרזיצער פֿון דער קאָאַליציע אין דער כּנסת, אבֿיגדור יצחקי, אָנגעהויבן זוכן נײַע שותּפֿים, בראָש מיט ליבערמאַנס "ישׂראל ביתּנו" פֿאַר אַן עװענטועלער נײַער רעגירונג.

אַזוי װי אין דער מלחמה, פֿירט איצט אָלמערט אַ זיגזאַגישע פּאָליטיק, און מיטן עפֿענען די װינטער-סעסיע פֿון דער כּנסת, נאָכן צוריקקערן זיך פֿונעם זומער-אורלויב, גרייט זיך איצט אַ הײסער פּאַרלאַמענטאַרישער יאַריד מיט אַלע שװערע נאָכװײענישן פֿון דער נאָרװאָס פֿאַרענדיקטער צװײטער לבֿנונישער מלחמה — בעת דאָס נײַע ייִדישע יאָר שטײט אויף דער שװעל מיט באַנײַטער האָפֿענונג אויף אַ יאָר פֿון װױלשטאַנד און פֿון שלום.

תּל-אָבֿיבֿ, 5טער סעפּטעמבער 2006