משה גרודה איז געבוירן געוואָרן אין 1919 אין שטעטל רוזשאַן, 80 קילאָמעטער צפֿון־מזרח פֿון וואַרשע. זײַן פֿאָטער, אַ שוסטער, האָט מיט גרויס שוועריקייט געקאָנט מפֿרנס זײַן דאָס הויזגעזינד פֿון דרײַ טעכטער און דרײַ זין. מיט דער צײַט האָט זײַן מוטער, אַן אשת־חיל, געעפֿנט אַ בעקערײַ און אַ דאַנק איר טויגלעכקייט האָט די מערכה פֿון דער פֿאַמיליע זיך פֿאַרבעסערט. משה, דער ייִנגסטער פֿון די קינדער, האָט פֿאַרענדיקט אַ פּוילישע עלעמענטאַר־שול און איז אין פֿריִען עלטער געוואָרן אַ לערן־ייִנגל בײַ אַ דאַמען־שנײַדער. ווי פֿיל אַנדערע ייִדישע יוגנטלעכע איז ער געווען אַן אויטאָדידאַקט, געלייענט ביכער פֿון דער ייִדישער, פּוילישער און אַלגעמיינער ליטעראַטור, און אָנגעהערט צו דער יוגנט־אָרגאַניזאַציע "השומר־הצעיר". ווען ער איז געוואָרן אַ פּאָלנער שנײַדער־געזעלן איז ער אַוועק אַרבעטן בײַ אַ דאַמען־שנײַדער אין פּולטוסק און אַהיימגעקומען קיין רוזשאַן בלויז אויף ימים־טובֿים. אין סעפּטעמבער 1939 באַפֿאַלן די דײַטשן פּוילן און די גורלות פֿון משהן און זײַן משפּחה, ווי פֿון רובֿ פּוילישע, זײַנען פֿאַרמישפּט צו פּײַן און אומקום, אָדער לײַדן וואָגל־און־וואַנדער.
משה, צוזאַמען מיט זײַן ברודער און שוואָגער, שלעפּן זיך מיט פּליטים־באַנען ביז קיִעוו און דניעפּראָפּעטראָווסק און פֿון דאָרטן ביז הינטער סטאַלינגראַד, די גאַנצע צײַט אונטערן פֿײַער פֿון באָמבאַרדירונגען פֿון דײַטשישן לופֿט־פֿלאָט. זיי אַרבעטן אַ קורצע צײַט אין אַ קאָלכאָז פֿאַר אַ הונגער־לוין און אַנטלויפֿן פֿון דאָרט אין אַ שטעטל ניט ווײַט פֿון אַסטראַכאַן, וווּ זיי געפֿינען אַרבעט און בעסערע לעבנס־באַדינגונגען אויף אַ קאָנסערווען־פֿאַבריק. דאָ ווערט משה מאָביליזירט אין אַן אַרבעטס־באַטאַליאָן צו בויען אַ נײַע באַן־ליניע פֿון אַסטראַכאַן קיין גרוזיע, און זײַן ברודער שלמה ווערט גענומען ווי אַ סאָלדאַט אין דער רויטער אַרמיי. דאָס לעבן אין אַרבעטס־באַטאַליאָן איז שווער און ביטער, אָבער משהן קומט צו הילף זײַן שנײַדערײַ־פֿאַך; צוזאַמען מיט נאָך עטלעכע מאָביליזירטע בעל־במלאָכות אָרגאַניזירט ער אַ שנײַדער־ און שוסטער־וואַרשטאַט. צום ערשט לאַטען זיי די בגדים פֿון די אַרבעטער, מיט דער צײַט אָבער נעמען זיי נייען פֿון די אָפֿיצירן און נאַטשאַלניקעס און זייערע פֿרויען און פֿון דעמאָלט אָן זײַנען זיי שוין פֿאַרזאָרגט מיט אַלעם נייטיקן.
די צווייטע וועלט־מלחמה דערנענטערט זיך צו איר סוף און משה לאָזט זיך ווידער אין וועג אַרײַן צוריק קיין פּוילן. ער שטעלט זיך אָפּ אויף אַ ווײַל אין קאָטאָווסק, ניט ווײַט פֿון אָדעס, און דאָ דערוואַרט אים אַ פֿריידיק־ביטערע ידיעה: זײַנע עלטערן און די דרײַ שוועסטער, וואָס ער האָט געלאָזן בײַם אויסברוך פֿון דער מלחמה אין סאַרנע, האָבן זיך נאָך דעם אויך עוואַקויִרט און זיך דערשלאָגן ביז סטאַלינאַבאַד, אין מיטל־אַזיע. דאָרטן זײַנען זײַן מוטער און צוויי עלטערע שוועסטער אויסגעגאַנגען פֿון הונגער און טיפֿוס. בײַם לעבן זײַנען געבליבן בלויז דער פֿאָטער און אַ ייִנגערע שוועסטער מיט אַ קינד פֿון איינער פֿון די פֿאַרשטאָרבענע שוועסטערס. משה פֿאַרבינדט זיך מיט זיי און עס געלינגט אים זיי צו ברענגען צו זיך קיין קאָטאָווסק. אויך זײַן עלטערער ברודער באַפֿרײַט זיך פֿון מיליטער און צוזאַמען קומען זיי אַלע צוריק קיין פּוילן. לאַנג בלײַבן זיי דאָרט ניט, מחמת די אַנטיסעמיטישע שטימונגען און דער ניט־זיכערער לאַגע אין לאַנד. זיי לאָזן זיך אַלע ווידער אין וועג אַרײַן, שוואַרצן מיט דער הילף פֿון דער "בריחה" די גרענעצן פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ און עסטרײַך ביז זיי קומען אָן אין אַ "די־פּי"־לאַגער אין דער אַמעריקאַנער זאָנע אין דײַטשלאַנד. דאָ הייבן אָן די געראַטעוועטע פּליטים צו באַנײַען זייערע לעבנס. משה געפֿינט דאָ זײַן לעבנס־באַשערטע פֿרוי מאַניע (געשטאָרבן ערשט מיט 5 חדשים צוריק), זיי האָבן חתונה און עמיגרירן קיין קאַנאַדע. אין טאָראָנטאָ אַקלימאַטיזירן זיי זיך ביסלעכווײַז; משה גייט אַרבעטן אין אַ באַקלייד־שאַפּ, עס ווערן געבוירן קינדער, אַ זון מיט אַ טאָכטער, וואָס וואַקסן אונטער און בויען אויף זייערע אייגענע היימען, דער זון אין מדינת־ישׂראל און די טאָכטער אין טאָראָנטאָ.
משה גרודהס מעמואַר איז געשריבן פּשוט און אמתדיק, אָן אויסטראַכטענישן און באַפּוצונגען און איז דערפֿאַר זייער איבערצײַגעוודיק. ער איז אַ גוטער אָבסערווירער און זײַן זכּרון דינט אים גוט. אין זײַן בוך זײַנען פֿאַראַן פֿײַנע באַשרײַבונגען פֿון ייִדישן שטייגער לעבן אין פּוילן, ווי אויך פּרטימדיקע סצענעס פֿון דעם, וואָס ער האָט זיך אָנגעזען בעת זײַנע וואַנדערונגען איבער דער ברייט פֿון סאָוועט־רוסלאַנד; זיי שפּיגלען אָפּ ענלעכע איבערלעבונגען פֿון טויזנטער אַנדערע ייִדישע מלחמה־פּלטים. גרודה איז פֿול מיט לויב פֿאַר די פּשוטע רוסישע מענטשן, מיט וועלכער ער איז געקומען אין באַרירונג און וואָס האָבן אים אָפֿט מאָל אַרויסגעהאָלפֿן און ער שאַצט אָפּ זייער מענטשלעכקייט און גוטהאַרציקייט. דאָס שטערט אים אָבער ניט אַרויסצוטראָגן אַ נעגאַטיוון אורטייל איבערן סאָוועטישן רעזשים. ער שרײַבט: "איך מוז זיך מודה זײַן, אַז איך האָב פֿאַרלאָזן רוסלאַנד מיט געמישטע געפֿילן: פֿון איין זײַט בין איך געווען דאַנקבאַר, וואָס זיי האָבן מיך באַשיצט פֿון די דײַטשן; אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט האָב איך צוגעזען דעם גרויסן ליגן וועגן דער כּלומרשטער ׳גלײַכקייט׳, וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן דער תּוך פֿון דעם רעזשים און וואָס זיי האָבן פּראָקלאַמירט איבער דער וועלט. פֿאַקטיש איז דאָס געווען איין גרויסער בלאָף" (ז׳ 243).