|
מינע בערן |
|
די בינע־טעטיקייט פֿון מינאַ בערן דאַרף פֿאַרטיילט ווערן אויף עטלעכע תּקופֿות — פֿון די דרײַסיקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט ביז איר אַרבעט אין ייִדישן טעאַטער הײַנט־צו־טאָג:
— אַ יונגע ייִדישע אַקטריסע אין פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן, ביזן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה;
— די מלחמה־יאָרן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין אוגאַנדע;
— איר אַרבעט אין ייִדישן און העברעיִשן טעאַטער אין ארץ־ישׂראל — 1944־1949;
— איר בינע־טעטיקייט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ זי לעבט און שפּילט ייִדיש טעאַטער ביזן הײַנטיקן טאָג.
מינאַ בערן איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל ביעלסק־פּאָדלאַסקי, קאָנגרעס־פּוילן. איר טעטיקייט אין ייִדישן פּראָפֿעסיאָנעלן טעאַטער האָט זיך אָנגעהויבן אין די דרײַסיקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט. ייִדיש טעאַטער אין פּוילן האָט אין יענער צײַט געבליט — די "ווילנער טרופּע", "יוגנט־טעאַטער", "וויקט", "קאַמינסקי־טעאַטער" — צענדליקער ערנסטע ייִדישע דראַמאַטישע אַנסאַמבלען. אין 1927 איז אין לאָדזש געשאַפֿן געוואָרן דער רעווי־ און סאַטירע־טעאַטער פֿון משה בראָדערזאָן. דאָס טעאַטער "אַררט" איז געווען געבויט אויף הומאָר און סאַטירע, דורכגעפֿלאָכטן מיט לידער, מוזיק און טענץ. אינעם טעאַטער האָבן מיטגעאַרבעט אַזעלכע אַקטיאָרן ווי דזשיגאַן און שומאַכער; אויך אַנדערע סצענאַריסטן ווי יצחק קאַצענעלסאָן; די מוזיק האָבן געשריבן אַזעלכע באַרימטע קאָמפּאָזיטאָרן ווי גלאַטשטיין און הענעך קאָהן. דאָס איז געווען דער איינציקער ייִדישער סאַטירע־טעאַטער אין דער וועלט.
מינאַ בערן האָט אירע ערשטע שריט געמאַכט אין ביאַליסטאָקער טעאַטער אונטער דער אָנפֿירונג פֿון באַקאַנטן טעאַטראַל און רעזשיסאָר יהודה גרינהויז.
מינאַ פֿאָרט אַרויס פֿון ביאַליסטאָק קיין לאָדזש און ווערט גלײַך אַנגאַזשירט אין דעם טעאַטער "אַררט". זי פֿאַרמאָגט אַלע מעלות צו שפּילן אין אַזאַ מין טעאַטער — אַ יונגע, אַ שיינע, אַ לוסטיקע מיט אַ פּרעכטיקער שטימע; זי קען זינגען און טאַנצן — דאָס איז דער פּאַסיקער קאַנדידאַט פֿאַר אַ טעאַטער פֿון דעם זשאַנער! עס דאַרף, אַגבֿ, געזאָגט ווערן, אַז מינאַ, וועלכע צייכנט זיך אויס אין פֿאַרשיידענע טעאַטער־זשאַנערס, איז אַממיינסטנס גענייגט צום לײַכטן, פֿאַרווײַלערישן רעפּערטואַר, צו רעווי און קאָמעדיע. זי האָט אין דער סבֿיבֿה פֿון "אררט"־טעאַטער פֿאַרנומען זייער אַ בכּבֿודיק אָרט.
כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אין יענער תּקופֿה צווישן ביידע וועלט־מלחמות האָבן זיך אויף דער ייִדישער בינע אין דער גאָרער וועלט און באַזונדערס אין פּוילן באַוויזן זייער גרויסע שוישפּילער — אידאַ קאַמינסקאַ, די ברידער טורקאָוו, קלאַראַ סעגאַלאָוויטש, דיאַנאַ בלומענפֿעלד, אײַזיק סאַמבערג, אַלכּסנדר גראַנאַך, דינה האַלפּערן, רחל האָלצער, — צענדליקער גרויסע שוישפּילער, וואָס וואָלטן געקאָנט פֿאַרנעמען די חשובֿסטע פּאָזיציעס אין די טעאַטערס בײַ די אומות־העולם.
מינאַ בערן באַקומט אַ נאָמען בײַם ייִדישן טעאַטער־עולם נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.
מיטן אויסבראָך פֿון דער מלחמה אַנטלויפֿט זי קיין רוסלאַנד און אויך דאָרט שפּילט זי ייִדיש טעאַטער (מען האָט נאָך דעמאָלט געמעגט!). אַ געוויסע צײַט האָט זי געשפּילט אין דעם אַזוי גערופֿענעם "ביאַליסטאָקער ייִדישן מיניאַטור־טעאַטער".
אין יאָר 1941 באַווײַזט זי זיך אַרויסצובאַקומען פֿון די פֿאַרנומענע סאָוועטישע געביטן און באַזעצט זיך אין טיף־רוסלאַנד. דאָרט ווערט מינאַ מאָביליזירט אין די אַזוי גערופֿענע פֿאַרווײַלונגס־בריגאַדעס, וואָס זענען אַרויסגעפֿאָרן אויף די פֿראָנטן ברענגען אַ ביסל פֿרייד און האָפֿענונג די קעמפֿנדיקע סאָוועטישע סאָלדאַטן.
אין 1942 קומט מינאַ אָן קיין אוגאַנדע לויטן הסכּם וואָס איז דערגרייכט געוואָרן דורך דער פּוילישער עמיגראַציע־רעגירונג אין לאָנדאָן און דער סאָוועטישער רעגירונג אַרויסצולאָזן פּוילישע פּליטים פֿון רוסלאַנד, באַגרענעצטע פֿיזיש, קראַנקע, פֿרויען מיט קליינע קינדער און אַנדערע. מינאַ בערן געהערט צו דער קאַטעגאָריע — זי האָט אַ פּיצל קינד. מען שיקט אַרויס די מענטשן זיי זאָלן בויען הײַזער אין דער דזשונגל...
זי באַקומט אַ צערטיפֿיקאַט פֿון ארץ־ישׂראל און אין יאָר 1944 קומט זי אָן אין לאַנד.
ייִדיש טעאַטער האָט דעמאָלט אין ישׂראל נישט עקזיסטירט, אָבער אַ גרופּע ייִדישע אַקטיאָרן זענען שוין געווען אין לאַנד. די באַקאַנטע ייִדישע אַקטריסע פֿון רומעניע זשעני לאָוויטש, דער אַקטיאָר פֿון פּוילן מאָטל הילסבערג און מינאַ בערן שאַפֿן אַ קליינעם ייִדישן טעאַטער און מען שפּילט אַ לײַכטן רעפּערטואַר. קיין בנין איז נישט געווען — שפּילט מען אין פּאַרקן, בײַם ברעג ים... די ייִדן זענען אויסגעהונגערט נאָך אַ ייִדיש וואָרט.
אין יאָר 1945 שליסט זיך מינאַ בערן אָן צום באַקאַנטן העברעיִשן הומאָר־ און סאַטירע־טעאַטער "לי־לה־לו". מען שפּילט סקעטשן, פּאַראָדיעס, מאָנאָלאָגן, מען זינגט נײַע העברעיִשע לידער. מינאַ בערן איז געוואָרן אַ העברעיִשע אַקטריסע... דער טעאַטער "לי־לה־לו" איז געווען אויף אַ הויכער קינסטלערישער מדרגה. די בעסטע דיכטער, האָבן געשריבן טעקסטן, ווי, למשל, דער באַרימטער פּאָעט נתן אַלטערמאַן — מוזיק האָט געשריבן דער קאָמפּאָזיטאָר משה ווילענסקי. אין דעם אַנסאַמבל האָבן זיך באַטייליקט די בעסטע אַקטיאָרן פֿון ישׂראל — דאָס איז געווען אַן אַוואַנגאַרד־טעאַטער.
אַזאַ טעאַטער איז הײַנט־צו־טאָג אין ישׂראל שוין נישט פֿאַראַן.
מינאַ בערן האָט געדינט אין דער ישׂראל־אַרמיי, צה"ל, אין יאָר 1948, בעת דער באַפֿרײַונגס־מלחמה. אין יאָר 1949 באַקומט זי אַן אײַנלאַדונג פֿונעם "נאַציאָנאַל־טעאַטער" אין ניו־יאָרק און שפּילט די ערשטע פֿאָרשטעלונג "שלום, תּל־אָבֿיבֿ". אין דער פֿאָרשטעלונג באַטייליקט זיך דער באַקאַנטער ייִדישער שוישפּילער בען באָנוס, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן איר מאַן.
בען באָנוס האָט אין יענער צײַט געשאַפֿן דעם "ווילעדזש ייִדיש טעאַטער". דער טעאַטער האָט געהאַט דעם גרעסטן דערפֿאָלג. זיי האָבן געשפּילט אין אַלע שטעט פֿון אַמעריקע פֿון ברעג צו ברעג. וועגן בען באָנוס שרײַבן חנה און יוסף מלאָטעק אין אַן אָפּהאַנדלונג אין "פֿאָרווערטס" אונטערן קעפּל "דער טרובאַדור פֿון ייִדישן ליד": "בען באָנוס איז געווען אונדזער לעצטער בעל־תּפֿילה, וואָס האָט מיט זײַן אייגענעם נוסח געקענט אויסדאַוונען דאָס ייִדישע קינסטלערישע וואָרט. ער האָט געטריבן זײַן וואָגן אויף וועלכן ער האָט געפֿירט די 'חבֿרה פֿריילעכע ייִדישע אַקטיאָרן’ צוזאַמען מיט מינאַן".
מינאַ בערן שפּילט ייִדיש טעאַטער — די דראַמע, קאָמעדיע, וואָדעוויל, רעווי, פֿאָלקס־שפּיל. זי שפּילט ייִדיש טעאַטער אין אַמעריקע שוין 57 יאָר.
אַ וויכטיק קאַפּיטל אין איר בינע־טעטיקייט איז איר אַרבעט אין דער "פֿאָלקסבינע" אין ניו־יאָרק. וואָס איז דאָס אַזוינס "פֿאָלקסבינע"? עס איז אַן אָנגענומענער כּלל, אַז "פֿאָלקססבינע" איז אַן "אַמאַטאָריש טעאַטער". איך וועל מיט דער דאָזיקער דעפֿיניציע נישט מסכּים זײַן...
וואָס באַטײַט פּראָפֿעסיאָנעל טעאַטער? פּראָפֿעסיאָנעל טעאַטער באַשטייט פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן, וואָס שפּילן אַ קינסטלערישן רעפּערטואַר. אויב די דעפֿיניציע איז אַ ריכטיקע, איז די "פֿאָלקסבינע" — אַ פּראָפֿעסיאָנעל טעאַטער מיט אַלע קאָמפּאָנענטן פֿון אַ גוטן טעאַטער. "פֿאָלקסבינע" איז דאָס עלטסטע ייִדישע טעאַטער אין דער וועלט.
אין דעם טעאַטער האָבן געשפּילט די בעסטע ייִדישע אַקטיאָרן, וואָס אַמעריקע פֿאַרמאָגט. ווי קען מען רעדן וועגן אַן אַמאַטאָריש טעאַטער (וואָס דאָס איז, אַגבֿ, נישט קיין בושה) אין דער צײַט, ווען אין דעם טעאַטער האָבן יאָרן־לאַנג געשפּילט אַזעלכע אַקטיאָרן, ווי לעאָן ליבגאָלד, דער באַקאַנטער פֿאַרדינסטפֿולער אַקטיאָר דוד ראָגאָוו, רייזל באָזשיק, צפּורה שפּײַזמאַן, שפֿרה לערער, מינאַ בערן?
מינאַ בערן האָט במשך פֿון די 57 יאָר לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן זיך באַטייליקט אין צענדליקער פֿאָרשטעלונגען, סײַ מיט בען באָנוס, סײַ אין דער "פֿאָלקסבינע". זי האָט געשפּילט צענטראַלע ראָלעס און אויך "קלענערע" ראָלעס.
גוטע אַקטיאָרן זאָגן זיך נישט אָפּ פֿון די אַזוי גערופֿענע "קליינע ראָלעס"... זי האָט זיך אויסגעצייכנט אין איר ראָלע אין שלום־עליכמס "סטעמפּעניו" און "דאָס גרויסע געווינס", אין "מירעלע אפֿרת", אין "יאַנקל דער שמיד" און אין "זיסע חלומות".
אין די לעצטע יאָרן איז מינאַ בערן געוואָרן אויך אַ פֿילם־אַקטריסע אין דער אַמעריקאַנער פֿילם־פּראָדוקציע. זי האָט געשפּילט אין בערי לעווינסאָנס "אַוואַלאָן", אין אַ פֿילם פֿון באַרימטן פֿילם־רעזשיסאָר וווּדי אַלען "סעלעבריטי", "איך בין נישט ראַפּאָפּאָרט" "פֿלאַלעס" און "ליטל אַדעסאַ".
מינאַ בערן האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק זיך באַטייליקט אין דער וועלט־פּרעמיערע פֿון "יענטל", אויפֿגעפֿירט אין דער "פֿאָלקסבינע". דאָס איז אַ גלענצנדיקע דערציילונג פֿון י. באַשעוויס־זינגער, באַאַרבעט פֿאַר דער בינע דורך לאה נאַפּאָלין. אין דער פֿאָרשטעלונג שפּילט זי אַ צענטראַלע ראָלע.
מינאַ בערן איז הײַנט־צו־טאָג איינע פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע אַקטריסעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע.