מײַן זון, נפֿתּלי, וועלכער שטודירט אין "בראַנדײַס־אוניווערסיטעט", האָט לעצטנס געמאַכט אַ געשמאַקן קוגל פֿון מערן און אָפֿענעס (blueberries), וואָס ער האָט פֿאַרזוכט בײַם אָרטיקן חב״ד־הויז. אָט איז דער רעצעפּט:
שפּריצבוימל + 1 לעפֿעלע מעל
6־8 מערן
4 אייער
2 טעפּלעך צוקער
2 טעפּלעך מעל
2 לעפֿעלעך באַקפּראָשיק
1 לעפֿעלע באַקסאָדע
1־2 לעפֿעלעך צימערינג
1 לעפֿעלע וואַניל
1/2 טעפּל עפּל־קאָמפּאָט
1/2 טעפּל קאַנאָלאַ־בוימל
1/4־1 טעפּל אָפֿענעס־געפֿילעכץ
הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (175 צעלזיוס). באַשפּריצט אַ קוואַדראַט־בעקן (9 אינטשעס, אָדער בערך 22 צענטימעטער) מיט שפּריצבוימל, און באַשפּרענקלט אים מיטן מעל. צעמאָלט די מערן אינעם פּראָצעסירער, ביז עס ווערט דערפֿון אַ פּורע.
קאָמבינירט די מערן־פּורע מיט אַלע אַנדערע באַטשאַנדטיילן, אַחוץ דעם אָפֿענעס־געפֿילעכץ, אין אַ שיסל. גיט דאָס געמיש אַרײַן אינעם בעקן. גיסט דאָס אָפֿענעס־געפֿילעכץ, לעפֿלווײַז, איבער דעם, און ווירבלט עס אַרום מיט אַ מעסער, ביז עס באַקומט אַ שיינעם אויסזען. באַקט דעם קוגל 35־45 מינוט, ביז ער ווערט אַ ביסל ברוינלעך.
קילט אָפּ דעם קוגל 5 מינוט, דערנאָך דרייט אים איבער און לאָזט אים זיך אָפּקילן אין גאַנצן. שטעלט אים אַרײַן אין פֿרידזשידער. דעם קוגל קען מען עסן סײַ קאַלטערהייט, סײַ אָנגעוואַרעמט. אויב איר ווילט, קענט איר אים אַפֿילו סערווירן ווי אַ דעסערט.