הגם אַ הער־אַפּאַראַט קען ממשותדיק פֿאַרבעסערן דאָס געהער, איז עס נישט תּמיד גרינג זיך צוצוגעוווינען צו אים. אָט זענען דאָ עטלעכע רעקאָמענדאַציעס פֿונעם "נאַציאָנאַלן אינסטיטוט וועגן טויבקייט און אַנדערע הער־פֿעלערן":
1) זײַט זיכער, אַז דער אוידיאָלאָג ווײַזט אײַך, ווי אַזוי ריכטיק אַרײַנצושטעלן, און ווי צו ניצן דעם הער־אַפּאַראַט. בעת איר זיצט נאָך אין זײַן אָדער איר ביוראָ, פּראַקטיצירט, ווי אַזוי עס אָנצודרייען און אויסצולעשן; ווי צו בײַטן די הויכקייט; ווי אים צו רייניקן און ווי צו פֿאַרבײַטן די באַטעריעס.
2) ס׳וועט אפֿשר געדויערן אַ ביסל צײַט, ביז איר געוווינט זיך צו צום פֿאַרשטאַרקטן קלאַנג פֿון אײַער אייגן קול. איר וועט לכתּחילה הערן זײַטיקע קלאַנגען פֿון אַ הינטערגרונט־גערויש. צום טייל, איז דאָס נאַטירלעך, אָבער עס קאָן אויך זײַן אַ פּראָבלעם פֿונעם אַפּאַראַט. קאָנטראָלירט מיט אײַער אוידיאָלאָג, צי דער אַפּאַראַט פֿונקציאָנירט ווי געהעריק.
3) אויב דער אַפּאַראַט לאָזט אַרויס אַ פֿײַפֿנדיקן קלאַנג, קאָן עס זײַן אַ רעזולטאַט פֿון צו פֿיל גיסיקייט אין אויער אָדער "אויערן־שמאַלץ" (earwax); אָדער אַ באַווײַז, אַז דער אַפּאַראַט איז נישט ריכטיק צוגעפּאַסט צו אײַער אויער. רעדט מיט אײַער אוידיאָלאָג טאָמער האָט איר אַזאַ פּראָבלעם.