הגם דאָס באַוווּסטע לידל, "אוי, אוי, אוי, שיכּור איז אַ גוי", חזרט איבער דעם סטערעאָטיפּ, אַז ייִדן טרינקען נישט, איז דאָס שוין אַ היפּש ביסל פֿאַרעלטערט. די אַלקאָהאָל־פּראָבלעם איז הײַנט פּונקט אַזוי נוגע די ייִדישע משפּחות, ווי די גוייִשע, און איז אַפֿילו אַן אָנגעווייטיקטער ענין בײַ פֿרומע ייִדן, בפֿרט אין די יום־טובֿים שׂימחת־תּורה און פּורים.
דאָ רעדט זיך נישט וועגן איין כּוס פֿון קידוש־ווײַן, נאָר וועגן גאַנצע פֿלעשער ביר און אַפֿילו האַרבע משקה, ווי בראָנפֿן און וואָדקע, וואָס די קינדער טרינקען מיט זייערע פֿרײַנד, בעת די עלטערן מיינען, אַז זיי קוקן סתּם אַ פֿילם, אָדער עסן פּיצע אין אַ רעסטאָראַן.
אין אַן אַרטיקל אינעם זשורנאַל פֿון דער "וואַשינגטאָן פּאָסט" לעצטנס האָט דער מחבר, מאַרק פֿישער, געשריבן, אַז מע הערט אָפֿט מאָל אַזוינע קאָמענטאַרן בײַ טאַטעס און מאַמעס פֿון צענערלינגען (קינדער צווישן 13 און 18 יאָר):
"די קינדער וועלן סײַ ווי טרינקען; שוין בעסער, זיי זאָלן עס טאָן אין דער היים, וווּ דערוואַקסענע קענען האַלטן אויף זיי אַן אויג."
"ס׳איז נישטאָ קיין שׂכל אין הייסן די קינדער נישט טרינקען; זיי וועלן דאָך באַלד סײַ ווי אַוועק אין קאַלעדזש."
"איך וויל נישט אָנשטרענגען די באַציִונגען מיט מײַנע קינדער."
הגם בײַ געוויסע מענטשן וועלן די דרײַ דערקלערונגען אפֿשר קלינגען שׂכלדיק, זענען זיי אָבער, פּונקט פֿאַרקערט, זייער געפֿערלעך, ווײַל דערמיט מוטיקן זיי די קינדער צו טרינקען וויפֿל דאָס האַרץ גלוסט.
יעדעס יאָר אין די מיטלשולן אין מאָנטגאָמערי־קאַונטי, לעבן וואַשינגטאָן, למשל, שרײַבן אַ צאָל משפּחות אונטער אַ נדר צו פֿאָלגן אַ ריי כּללים, אין שײַכות מיט זייערע קינדער:
"איך וועל האַלטן אַן אויג אויף אַלע שׂימחות און טרעפֿונגען, וואָס קומען פֿאָר אין מײַן שטוב; איך וועל גערן ענטפֿערן אויף יעדן טעלעפֿאָן פֿון אַנדערע עלטערן, ווען מײַן קינד איז דער גאַסטגעבער פֿון אַ שׂימחה; איך וועל אַליין אָנקלינגען די עלטערן, ווען מײַן קינד גייט אויף אַ שׂימחה; איך וועל נישט דערלויבן אַרײַנצוברענגען אַלקאָהאָל, פּאַפּיראָסן אָדער נאַרקאָטיק אין מײַן היים."
אַ סך פֿון די עלטערן, וועלכע שרײַבן אונטער דעם נדר, טוען עס צוליב דעם דרוק פֿון די אַנדערע עלטערן. "אויב יעדער שרײַבט זיך אונטער — טראַכטן זיי — פּאַסט נישט, אַז איך זאָל עס נישט טאָן." ס׳איז אָבער נישט אַזוי גרינג טאַקע אויפֿצוהייבן דאָס טרײַבל און אָנצוקלינגען די עלטערן, ווען מע ווייסט, אַז עס קומט דאָרט פֿאָר אַ שׂימחה מיט צענערלינגען.
נענסי מאָרי איז איינע פֿון די מאַמעס, וואָס שרײַבן אונטער דעם נדר, און זי שעמט זיך נישט צו קלינגען די עלטערן פֿונעם גאַסטגעבער איידער די שׂימחה הייבט זיך אָן, אַפֿילו אַז זי ווייסט, אַז אירע קינדער, און זייערע פֿרײַנד, וועלן דערמיט נישט זײַן צופֿרידן. זי קלינגט אַפֿילו ווען זי קען נישט די עלטערן פֿונעם גאַסטגעבער, און זי פֿרעגט: וועט איר זײַן אויף דער שׂימחה? וועט איר זיצן אין צימער מיט זיי? וועט איר קאָנטראָלירן, ווער עס קומט אײַך אַרײַן?
מאָרי זאָגט, אַז אַמאָל זענען די עלטערן פֿרײַנדלעך; אַ מאָל — נישט. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט זי זיך שוין אויסגעלערנט נישט צו געטרויען די אַנדערע טאַטעס און מאַמעס, אַפֿילו די וואָס זי קען גאַנץ גוט. "זיי זאָגן מיר: ׳וואָס איז די נפֿקא־מינה, זיי וועלן טרינקען סײַ ווי סײַ. אַבי זיי טוען עס דאָ, קען איך האַלטן אַן אויג אויף זיי, און וויסן, אַז זיי טוען נישט קיין נאַרישקייטן.׳ ווען איך זאָג זיי, אַז דאָס איז קעגן די כּללים פֿונעם נדר, ענטפֿערן זיי מיר: ׳אוי, ביסטו נאַיִוו.׳"
די צרות הייבן זיך אָן אין דער עלעמענטאַר־שול, ווען געוויסע עלטערן דערלויבן נישט זייערע קינדער צו קוקן אויף סעקסועלע אָדער בלוטיקע פֿילמען און ווידעאָ־שפּילן, בעת אַנדערע עלטערן דערלויבן עס יאָ; אָבער שפּעטער באַווײַזן זיך די קאָנפֿליקטן צווישן די עלטערן, וואָס דערלויבן משקה פֿאַר זייערע קינדער, און די וואָס דערלויבן עס נישט. אָפֿט מאָל, ווען ס׳קומט פֿאָר אַן אינצידענט — די פּאָליציי באַווײַזט זיך אויף דער שׂימחה פֿון די טרינקענדיקע קינדער, אָדער איינער פֿון די אָנגעשיכּורטע קינדער פֿירט אַן אויטאָ, וואָס איז גורם, חלילה, אַן אַקצידענט, באַשולדיקן די עלטערן איינער דעם צווייטן.
צום סוף פֿון אַרטיקל, גיט פֿישער איבער די קאָמענטאַרן פֿון געוויסע צענערלינגען, וואָס האָבן זיך שוין באַטייליקט אין די שׂימחות מיט אַלקאָהאָל. הגם די יונגע לײַט דריקן אויס אומצופֿרידנקייט וועגן דעם וואָס זייערע עלטערן פֿאַרווערן זיי צו טרינקען, און צו מאַכן "אַ גוד טײַם", האָבן זיי אָבער נאָך מער קריטיקירט יענע עלטערן, וואָס דערלויבן עס יאָ. איין בחור האָט באַמערקט: "יעדער טאַטע אָדער מאַמע וואָס דערלויבט עס, איז גאַראַנטירט, אַז דאָס קומענדיקע מאָל וועט דאָס קינד טאָן אַ ביסל מער. אַזוי גייט עס."
אַ מיידל פֿון 18 יאָר האָט דערציילט וועגן אַ סילוועסטער־שׁימחה, וווּ דער טאַטע פֿון דער גאַסטגעבערין איז דווקא יאָ געווען דערבײַ, אָבער אַפֿילו נאָך דעם ווי די יונגע געסט האָבן שווער געטרונקען, און זיך געוואָרפֿן מיט זאַכן איבער דער שטוב, האָט דער טאַטע גאָרנישט געטאָן. "כ׳האָב נישט געהאַט קיין ברעקל דרך־ארץ פֿאַר אים," האָט זי געזאָגט. "ער איז דאָך פֿאָרט דער טאַטע!"