פֿאָרווערטס - 115

דער שוועדישער קעניג קאַרל דער 16טער גוסטאַף און יצחק באַשעוויס זינגער, נאָך דעם ווי באַשעוויס האָט באַקומען דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר ליטעראַטור, דעם 10טן דעצעמבער 1978, אין שטאָקהאָלם
דער שוועדישער קעניג קאַרל דער 16טער גוסטאַף און יצחק באַשעוויס זינגער, נאָך דעם ווי באַשעוויס האָט באַקומען דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר ליטעראַטור, דעם 10טן דעצעמבער 1978, אין שטאָקהאָלם

(פֿון "פֿאָרווערטס", דעצעמבער 24, 1978)

דער ביז איצט נישט אָפּגעשאַצטער פֿאַרדינסט פֿון יצחק באַשעוויס איז דער וואָס שוין אין די אָנהייב 1930ער יאָרן, מיטן דערשײַנען פֿון זײַן "דער שׂטן אין גאָרײַ", האָט ער צעבראָכן די אָפּגערעדטע פֿאָרמעס און טאַבוס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. נאַטירלעך האָט אין דער קלאַסישער ייִדישער פּראָזע אויך ביז באַשעוויסן געשפּילט די קאָמפּאָזיציע פֿון נאַטור און מענטש, גענוי אַזוי ווי אין אַלע ליטעראַטורן. אָבער בנוגע דעם מענטש, ביז וועלכער גרענעץ צו שילדערן אים אין זײַנע לײַדנשאַפֿטן און שטאַרקע באַגערן, האָבן געהערשט צוימען און אָפּגערעדטע פֿאָרמעס. אַזוי איז אויך ווי פֿאַרמענטשלעכט געוואָרן די נאַטור אין זיסלעכקייט.
מענדעלע איז געווען דורכויס אַ סאַציאַלער שרײַבער, אַ וועקער און שטראָפֿער. לגבי דעם מענטש, אַפֿילו ווען ער שטראָפֿט אים, איז ער ייִדישלעך־מאָראַליש אַזוי ווי ער איז ייִדישלעך־פּאַטעטיש אין זײַנע נאַטור־שילדערונגען? "די ביימער אין וואַלד דאַווענען מינחה", "די גרעזער רוישן אַ תּפֿילה", "די נאַכט דעקט איבער (די שטאָט) מיט אַ טונקל־בלויען שאַל, געשפּרינקלט מיט גאָלדענע שטערן, און די לבֿנה, אַ מײַסטערין אין ליבעס, פֿאַרקוקט זיך אויף איר מיט אַ זיס־שײַנענדיקער צורה... דער סאָלאָוויי שפּילט צו אַ ליבעס־לידל" (פֿון "ווינטשפֿינגערל"). "דער וואַלד שטייט און שלאָפֿט, איבערגעדעקט פֿון אויבן עפּעס מיט אַ טונקעלן פֿאָרהאַנג. אַרום איז שטיל, נאָר צײַטנווײַז הערט מען ווי צוויי הויכגעוויקסיקע ביימלעך, נאָענטע שכנים, שושקען זיך מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ צווישן זיך, איינער דעם אַנדערן אַ קיצל געבנדיק הינטערווײַלעכץ מיט די צווײַגן... דאָס רעדט דער וואַלד פֿון שלאָף. דאָס חלומט זיך אים נעכטיקער טאָג מיט אַלע לייד און פֿרייד אין אים..." (פֿון "פֿישקע דער קרומער").
אָט די דאָזיקע פֿאַרמענטשלעכטע נאַטור, מיט דאַווענען מינחה, מיט קיצלען זיך, מיט שלאָפֿן און ליידן, איז אייגנטלעך די מאָס פֿון שילדערן אויך דעם מענטש. ערשט מיט אַ דור פֿריִער האָט אָט דער שטייגער צו שילדערן די נאַטור צעבראָכן א. מ. פֿוקס. ער האָט די נאַטור צוריקגעפֿירט צו אירע רויע נאַטירלעכע עלעמענטן, צו איר אמתדיקייט: "אין פֿרײַען פֿעלד האָט באַלד אַ זעץ געטאָן אַ דרייענדיקע זאַווערוכע, מיט צעשיטע שנייוואָלקנס. דער ווויענדיקער אײַזווינט האָט געבלאָזן מיט צעקײַכטן קוויטש אין פּנים, געשניטן מיט שאַרפֿן פֿראָסט, ווי מיט מעסערס, געשמיסן די בערד און צעטיילט זיי אויף צוויי העלפֿטן, ווי פֿלאַסן פֿון אַ פֿיש... אַ גאַנצע נאַכט האָט דער שטורעם־ווינט יאָמערלעך געשריגן, געפֿײַפֿט אין קוימען, מוראדיק געווויעט ווי וועלף הינטער די שטוב־ווענט, געקלונגען מיט די פֿענצטער־שויבן, געריסן די צעקרעכצטע דעכער, געהאַקט די וועלט און געטרעשטשעט מיט די שטיבער ווי מיט שטרוי". אַגבֿ, רעדט דערפֿון יצחק באַשעוויס אין זײַן פֿאָרוואָרט צו דעם בוך פֿון א. מ. פֿוקס "די נאַכט און דער טאָג". דערמיט איז דער נאַטור אין דער ייִדישער ליטעראַטור צוריקגעגעבן געוואָרן איר עלעמענטאַרישקייט, ווי גאָט האָט זי באַשאַפֿן. אָבער בנוגע דעם מענטש זענען ווײַטער געבליבן די אָפּגערעדטע פֿאָרמעס און פֿאַרבאָטן. די דרײַ פּינטעלעך און אַרומגייענדיקע אָנדײַטונגען האָבן געדאַרפֿט צעוועקן די פֿאַנטאַזיע פֿון דעם לייענער, ער זאָל זיך אָנשטויסן און אַליין דערזאָגן וואָס דער שרײַבער דערלויבט זיך נישט צו זאָגן.
ערשט יצחק באַשעוויס האָט דער ערשטער אין דער ייִדישער ליטעראַטור דערזען דעם מענטש אין דער ראַם פֿון די נאַטור־כּוחות, וווּהין ער געהערט. נאָך אַלע אונדזערע ביטערע דערפֿאַרונגען, נאָך אַלע קינס, לעבן מיר נאָך אַלץ אונטער דער השפּעה פֿון די תּנ״כישע פּסוקים "ויברא אלוהים את האָדם בצלמו, בצלם־אלוהים ברא אותו". דעם אמת ווייסן מיר, אַז אויך דער מענטש איז באַשאַפֿן בצלם־הטבֿע, וואָרעם אויך אין דער מענטשלעכער נשמה קומען פֿאָר ענלעכע פּראָצעסן ווי די, וואָס פֿאַרלויפֿן זיך אין דער נאַטור: אויפֿקום און טויט, שטורעמס און געוויטערס, ערד־ציטערנישן און שׂרפֿות און פֿאַרפֿלייצונגען, אָבער אויך וווּנדערלעכע זון־אויפֿגאַנגען, מילדע שיינקייטן און דערהויבנקייטן און אַזוי אויך שגעונות און דאָס וואָס מיר רופֿן אָן אומנאָרמאַלקייטן, וואָס זענען אין דער ווירקלעכקייט גאַנץ נאָרמאַלע, ווי פֿאַר דער געאָלאָגיע איז ערד־ציטערניש נאָרמאַל, ווי פֿאַר דער ביאָלאָגיע איז טויט נאָרמאַל.
יצחק באַשעוויס, אַ שרײַבער מיט אַן אויסערגעוויינטלעכער אינטויִציע און אַ גרויסער ווייסער אין די קעמערלעך פֿון דער מענטשלעכער נשמה, האָט אָפּגעשאַפֿט די פֿאַרבאָטן און אָפּגעפֿרעמדקייטן אין אונדזער ליטעראַטור. ווען באַשעוויס שילדערט אַ טיפּ, שילדערט ער אים אָפֿן און קלאָר, מיט אַלע זײַנע לײַדנשאַפֿטן ווי שיינקייטן און מיט אַלע זײַנע ברוטאַלישקייטן און דערהויבנקייטן. אָט זענען צוויי קעגנצעזלעכע מענטשלעכע פּאָלוסן:
דער שוחט יונה מאיר האָט אַ פֿאַרזאָג פֿונעם טריסקער רבין, אַז "מען טאָר נישט האָבן מער רחמנות פֿונעם אייבערשטן. ווען מען שעכט אַ בהמה מיט אַ כּשרן חלף און מיט כּוונה, איז מען מתקן דאָס נפֿש וואָס זיצט אין איר. ס’איז ווויל באַקאַנט, אַז די נשמה פֿון צדיקים ווערט אָפֿט מגולגל אין בהמות, עופֿות, פֿיש, אָפּצוקומען אַ פּגם". יונה מאיר האָט זיך אונטערגעגעבן. "פֿון דעסטוועגן האָט ער זיך נישט געקענט צוגעוווינען צו דער שחיטה. נישט געפֿונען קיין טרייסט. יעדעס צאַפּל פֿון אַן עוף האָט אַרויסגערופֿן אַ צאַפּלעניש אין זײַן, יונה מאירס, אינגעווייד. דאָס שעכטן יעדע סקה, יעדע גסה (גרויסע און קליינע בהמות) האָט אים וויי געטאָן ווי ער וואָלט געשניטן דעם אייגענעם האַלדז. פֿון אַלע שטראָפֿן, וואָס האָבן געקענט קומען אויף אים, איז די שחיטה די האַרבסטע".
יונה מאיר האָט נישט געקענט אויסהאַלטן דעם פּײַן פֿון די לעבעדיקע באַשעפֿענישן בעת דער שחיטה און זײַן אייגענעם פּײַן, ווי ער וואָלט זיך אַליין געשאָכטן. אַזוי ביז ער הייבט אָן לעסטערן, אַז גאָט איז אַן אַכזר, "אַן איש־מלחמה, אַן אל־קנא־ונוקם" און אַז ער וויל אים מער נישט דינען. ס’איז אַ הפֿקר אַ וועלט: ער וואַרפֿט אַרײַן די כּלי־שחיטה אינעם גרוב פֿון אָפּטריט און לאָזט זיך אַוועקשפּאַנען. טלית און תּפֿילין — האָט ער זיך אַליין געענטפֿערט — דער פּאַרמעט איז אָפּגעשונדן פֿון אַ בהמה. די בתּים זענען קעלבערנע. די תּורה אַליין איז פֿון פֿעל. ס’איז אַלץ געבויט אויף שחיטה. פֿאָטער אין הימל, ביסט אַ שוחט? — האָט אַ קול געהויערט אין מאירן — ביסט אַ שוחט און אַ מלאך־המוות. די גאַנצע וועלט איז איין שעכטהויז..."
פֿון אָט דער מענטשלעכער דערהויבנקייט, פֿון דער איבערגעטלעכער מענטשלעכקייט גייט יונה מאיר אַראָפּ פֿון זינען. ער וויל נישט מער שעכטן. ער דערטרינקט זיך.
און אָט איז אַ צווייטער, אַן עקסטרעם־קעגנזעצלעכער מעמד:
זינט דאָס פּויערישע מיידל קונעגונדע האָט זיך געשטעלט אויף די פֿיס איז די גאַנצע וועלט קעגן איר. אַלע פּײַניקן זי, אַלע דערנידעריקן זי. אויך איר אייגענער פֿאָטער, אויך איר אייגענער ברודער. "וויפֿל שלאַפֿקייטן עס האָבן זיך צו איר צוגעקלעפּט, וויפֿל בילבולים מ’האָט אויף איר אויסגעטראַכט — האָט קונעגונדע נישט געקענט דערציילן, ווײַל אַלע האָבן זיך געקוויקט מיט אירע שטרויכלונגען..."
"קונעגונדע האָט נישט געהאַט קיין אויסוועג. זי האָט געמוזט לערנען כּישוף, ווען נישט וואָלט מען זי אויף שטיקער צעריסן. זי האָט גיך אײַנגעזען, אַז וואָס עס איז שלעכט פֿאַר אַנדערע איז גוט פֿאַר איר. ווען מענטש און חיה האָבן געליטן, האָט מען זי געלאָזט צו רו. זי האָט גענומען גאַרן ס’זאָלן זײַן אין די הײַזער שלאַפֿקייטן, געשלעגן, נויט. זי, קונעגונדע, האָט ליב געהאַט אָנצוקוקן אַ מת, ווי ער ליגט ווײַס ווי קאַלך, אָדער געל ווי ליים, און ס’ברענען ליכט צוקאָפּנס... ווען אַ פּויער האָט געקוילעט אַ חזיר האָט קונעגונדע זיך אַוועקגעשטעלט בײַם הײַפֿל, געקוקט ווי מ’האַקט דאָס דבֿר־אַחר מיט אַ האַק און ווי מען קרעלט עס לעבעדיקערהייט אין זודיקן וואַסער. קונעגונדע האָט ליב געהאַט צו טויטן און פּײַניקן באַשעפֿענישן".
צום סוף קומט פֿאָר אין דאָרף פֿון קונעגונדען אַ שטורעם־געוויטער, אין וועלכן עס באַטייליקן זיך נישט נאָר די עלעמענטן פֿון דער נאַטור, וויוגעס און זאַווערוכעס, נאָר אויך די מענטשלעכע עלעמענטן פֿון ווילדקייט — וווּט, צאָרן און ברוטאַליטעט, ווי אויך די עלעמענטן פֿון יענער וועלט מיט שדים, ווילקאַלאַקעס, קאַשעצן, לאַנטוכס און די אַנדערע לאַפּיטוטן. דאָס דאָרף ווערט האַלב־צעשטערט און האַלב־פֿאַרפֿלייצט. קונעגונדע קומט אום אין דעם אַלגעמיינעם נאַטור־מענטש, שדישן שטורעם.
יונה מאיר דער שוחט קומט אום אין זײַן העכסטער מענטשלעכער דערהויבונג קעגן שחיטה און קונעגונדע קומט אום מיט איר כּישוף אין דער נידעריקסטער געפֿאַלנקייט. ס’איז צום סוף — דער זעלבער סוף. די זעלבע שחיטה אין דער וועלט, וווּ דער מענטש און די נאַטור גייען דורך ענלעכע שטורעמס און געוויטערן און די זעלבע אויסלײַטערונגען אין ליכטיקע פֿרילינגס, כּדי באַלד דערנאָך ווידער ערד־ציטערנישן, ווידער צעשטערונג...
ווי יצחק באַשעוויס האָט באַפֿרײַט די ייִדישע ליטעראַטור פֿון די אָפּגערעדטע פֿאַרבאָטן אין באַצוג צו דעם מענטש. אַזוי האָט ער אויך באַוויזן, אַז אַ שרײַבער מוז נישט מיט זײַן שפּראַך גיין אויף שטאָלצן, מיט דער לינקער האַנט צום רעכטן אויער און באַשאַפֿן אַ פֿאַרליטעראַטעוועט לשון. נאָר אויב דער שרײַבער האָט וואָס צו זאָגן און וואָס צו שילדערן — באַווײַזט ער עס צום בעסטן מיט דער פּשוטער שפּראַך און רעדנס־שטייגער פֿונעם פֿאָלק, וואָס האָט מיט זײַן אידיאָמאַטיק באַשאַפֿן וווּנדערלעכע מעגלעכקייטן אויסצודריקן די העכסטע שיינקייטן ווי די נידעריקסטע באַגערן. אין די שילדערונגען מיט דער אידיאָמאַטישער שפּראַך האָט יצחק באַשעוויס דערגרייכט זײַן מײַסטערשאַפֿט.