פּאָליטיק

אַ קאָמפּליצירטן מאָמענט לעבט הײַנט איבער די וועלט בכלל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן בפֿרט. די עקאָנאָמיע אַנטוויקלט זיך גאָר ניט אַזוי, ווי עס וואָלט זיך געוואָלט. באַזונדערס שטורעמט אין דעם פֿינאַנציעלן סעקטאָר, וואָס שטעלט אַ שטעמפּל אויף אַלע איבעריקע געביטן. ס'איז דאָך גאָר אַ שלעכטער סימן, אויב די אַמעריקאַנער רעגירונג מישט זיך אַרײַן און הייבט אָן ראַטעווען, דורך אַ פֿאַקטישער נאַציאָנאַליזאַציע, ריזיקע פֿינאַנציעלע אונטערנעמונגען. און דאָס טוט דווקא די רעגירונג, וואָס באַרימט זיך מיט איר פֿילאָסאָפֿיע פֿון מינימיזירן די מלוכישע ראָלע אין וויכטיקע עקאָנאָמישע ענינים.

קיין באַזונדערס פֿריילעכע בשׂורות הערט מען ניט אויך מכּוח דעם אינטערנאַציאָנאַלן מצבֿ. אין איראַק האָט מען פּשוט באַקומען אַ שפּײַ אין פּנים. נאָך אַלעמען, נאָך די טויזנטער אומגעקומענע אַמעריקאַנער סאָלדאַטן און די ריזיקע געלטער, אַרײַנגעלייגט אין לאַנד, האָט די איראַקער רעגירונג געבעטן, מע זאָל זיך וואָס גיכער אָפּטראָגן פֿון דאָרט. זיי רעדן קלאָרע דיבורים, אַז די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט זיך פֿאַרגאָסטיעוועט — צו לאַנג זיך פֿאַרזעסן צו גאַסט.

אַפֿגאַניסטאַן זעט אויס, בכלל, ווי אַ מעשׂה אָן אַ סוף. מע שיסט, מע כאַפּט עמעצן, אָבער דערנאָך שיסן זיי, דער טאַליבאַן צי אַן אַנדער באַנדע, און אַלץ חזרט זיך איבער, בײַט זיך אין ציקלען ווי דער וועטער. די אַפֿגאַנער רעגירונג זיצט זיך אין קאַבול, און מחוץ דער הויפּטשטאָט קאָמאַנדעווען די היגע פֿעאָדאַלן. זיי צעגנבֿענען די אינטערנאַציאָנאַלע פֿינאַנץ-שטיצע און פֿאַרדינען גאָר משוגענע געלטער אויף נאַרקאָטיקן. די טעג האָט מען אויף "סי-ען-ען" געוויזן אַ זשורנאַליסטישע אויספֿאָרשונג, געווידמעט דעם מצבֿ פֿון אַפֿגאַנישע פֿרויען. דער סך-הכּל איז אַז זייער ווייניק האָט זיך דאָרטן געביטן.

הײַנט גרוזיע און רוסלאַנד. מע קען זאָגן, אַז ס'איז אַ נײַע אָנשיקעניש. אָבער פֿאַקטיש האָט צו דעם געפֿירט די גאַנצע לאָגיק פֿון געשעענישן אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע. מע קען — און מע דאַרף — באַשולדיקן אי די נעאָ-סאָוועטישע רוסישע רעגירונג, אי די יונגע, שמאָלקעפּיקע שוויצערס אין גרוזיע, אָבער אַ היפּש ביסל שולד ליגט אויך אויף דער איצטיקער אַמעריקאַנער רעגירונג, וואָס האָט זייער אַ סך געטאָן, כּדי צעשאָקלען, אונטערצוגראָבן די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס, קודם-כּל די "יו־ען". גלײַך ווי ס'איז ניט געווען קלאָר, אַז די אַנדערע, אויך באַוואָפֿנטע פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, וועלן עס אויך אָנהייבן טאָן. דער סוף איז אַ דראַמאַטישער: אַמעריקע, ניט געקוקט אויף איר גוואַלדיקן עקאָנאָמישן און מיליטערישן כּוח, דאַרף זיך רעכענען מיט אַנדערע רעגיאָנאַלע כּוחות, בפֿרט נאָך, אַז אַמעריקע געפֿינט ניט אָפֿט מאָל קיין שטיצע אַפֿילו אין אייראָפּע.

הקיצור, ס'איז גענוג אָנגעשטרענגט און, דאַכט זיך, דאָ וועגן וואָס צו טראַכטן און רעדן בײַם אויסקלײַבן דעם נײַעם פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אָבער די גאַנצע וואַל-קאַמפּאַניע האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין קאַרנאַוואַל. פֿאַר וואָס דאַרף דעם אַמעריקאַנער עולם אינטערעסירן, וואָס די פֿרויען פֿון דעם אָדער יענעם קאַנדידאַט טראַכטן וועגן זייערע מענער? מיט וואָס מאַכט עס קליגער, אויב מע הערט, אַז בײַ איינעם פֿון זיי פֿילט זיך פֿונעם מויל, ווען ער כאַפּט זיך אויף אין דער פֿרי, אָבער זי האָט אים סײַ-ווי-סײַ ליב, ניט געקוקט אויף אָט דעם פֿאַרדריסלעכן חסרון?

יעדן טאָג לייען איך אַ צײַטונג. איך קוק די טעלעוויזיע. אָבער פֿרעגט מיך, וועלכע פּראָגראַמען — ניט לאָזונגען, אָבער טאַקע פּראָגראַמען — האָבן די קאַנדידאַטן, וועל איך ניט קענען ענטפֿערן. ווײַל וועגן אַזעלכע "קלייניקייטן" גייט, בדרך-כּלל, קיין רייד ניט. די רייד גייט וועגן איין זאַך: צו געפֿעלן ווערן ווי אַ פּערזענלעכקייט. כאָטש אַלע ווייסן שוין לאַנג, אַז ס'איז ניט קיין פּראָפֿעסיע — צו זײַן אַ וווילער מענטש. אַ וווילן יאַט, אַפֿילו מיט אַ פֿרימאָרגנדיקן שטונק פֿון מויל, קען מען אויסקלײַבן ווי אַ זיווג. אָבער אַ פּרעזידענט מוז פֿאָרמולירן אַ קלאָרע פּראָגראַם.

אַזוי האַלט איך. דער ברייטער עולם האַלט, אַ פּנים, אַנדערש. ס'איז באַזונדערס קלאָר געוואָרן, ווען מע האָט אויף דער בינע אַרויסגעשטעלט סאַראַ פּיילין, די פֿרוי, וועלכע אַפֿילו מאַק‘קיין האָט, אין תּוך אַרײַן, ניט געקענט. אַזוי קלײַבט מען אונטער אַן אַקטיאָר אויף אַ ראָלע: פֿיס, פּנים, קול, באַוועגונגען. און דער המון איז נתפּעל געוואָרן פֿון אַזאַ סענסאַציע. איין קלייניקייט: אַ שיינע, אַ פֿרומע, אַ מאַמע פֿון פֿינף קינדער, אָט-אָט אַ באָבע, שיסט, אַנטי-אַבאָרטיש, ווערט ניט פֿאַרפֿרוירן אין אַלאַסקע, און קען שיין רעדן. אַ סחורה האָט זי אַרויסגעגעבן די זשורנאַליסטן — מע קען לעקן די פֿינגער.

הקיצור, ס'איז קלאָר, אַז די דעמאָקראַטן האָבן זיך באַנאַרישט. מע האָט גענומען און פּשוט דורכגעלאָזט אַ שאַנס צו געווינען די וואַלן שוין איצט. כ'מיין, אַז אַנשטאָט דעם וועטעראַן בײַדענען, וואָלט מען געדאַרפֿט שטעלן בריטני ספּירס. אויך — פֿיס, קול, באַוועגונגען. און די זויף-אָפּערע אַרום איר וואָלט געווען נאָך אינטערעסאַנטער, דינאַמישער. ווײַל פּיילין קען ניט פּראָגרעסירן, זי האָט שוין כּמעט דערגרייכט דעם סטאַטוס פֿון דער מוטער טערעזע. און מיט בריטני ספּירס קען זיך באַקומען אַ פֿאַרכאַפּנדיקער סיפּור-המעשׂה פֿון אַ בעל-תּשובֿהניצע.

איך האָב די טעג געקוקט, ווי מע האָט ספּירס געגעבן עפּעס צאַצקעס און זי איז אַרויס אין אַ בלישטשענדיקן קלייד — אַ קלייד, וואָס די אַלאַסקער יפֿת-תּואר קען זיך פֿאַרבאַהאַלטן. אַ חוץ דער שיינקייט, האָט דאָס קלייד אויך געהאַט אַ דורכזיכטיקן עקאָנאָמישן באַטײַט, דהײַנו: עס האָט זייער ראַציאָנעל פֿאַרדעקט נאָר דאָס, וואָס איז ניט געזונט איבערצולאָזן נאַקעט, שטיענדיק אויפֿן צוגווינט. אַרום דעם וואָלט מען בפֿירוש געקענט בויען אַ פּאָליטישע פּראָגראַם, צוטריטלעכע פֿאַר יעדן אַמעריקאַנער.

איצט וועל איך רעדן ערנסט: כ'האָב געטאָן אַ נדר, אַז אין די קומענדיקע פּאָר חדשים וועל איך פּרוּוון אויסמײַדן אַלע טעלעוויזיע-פּראָגראַמען, וואָס זײַנען געווידמעט די וואַלן. ווײַל קוקנדיק די דאָזיקע זייף-אָפּערעס פֿיל איך זיך פּשוט דערנידעריקט.