געשיכטע
די היילן לעבן ים-המלח, וווּ די מגילות זענען געפֿונען געוואָרן
די היילן לעבן ים-המלח, וווּ די מגילות זענען געפֿונען געוואָרן

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט די ישׂראלדיקע "אינסטאַנץ פֿון אַנטיקן" איבערגעגעבן, אַז זי פּלאַנירט אַרויסצושטעלן די באַרימטע מגילות פֿון ים־המלח אויף דער אינטערנעץ. לויט דעם פּלאַן, וועלן די אינטערנעץ-באַנוצער באַקומען אין צוויי יאָר אַרום אַן אָפֿענעם צוטריט צו טויזנטער בילדער פֿון די מגילות, סקאַנירט מיט אַ הויכער קוואַליטעט אינעם געוויינטלעכן און אינפֿראַ-רויטן ליכט; די אינפֿראַ-רויטע בילדער ווײַזן צומאָל אַרויס אומזעעוודיקע אותיות און אַנדערע צוגאָב-פּרטים אין די 2000־יעריקע כּתבֿ־ידן.

אין אַן אינטערוויו דער צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס", האָט ד״ר פּנינה שור, די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם אָפּהיטונג-אָפּטייל בײַ דער "אינסטאַנץ פֿון אַנטיקן", איבערגעגעבן, אַז בײַם אָנהייב האָבן די גרינדער פֿונעם פּראָיעקט געטראַכט בלויז צו פֿאַרהיטן די אוניקאַלע אוראַלטע מגילות, וועלכע ווערן צו ביסלעך צעשטערט במשך פֿון צײַט, צוליב דער באַלײַכטונג, אַטמאָספֿער-פֿײַכטקייט, טעמפּעראַטור-באַדינגונגען, און אַנדערע סיבות. כּדי צו האַלטן אַן אויפֿזיכט איבער דעם מצבֿ פֿון די פּאַרמעטן, האָט מען זיי געמוזט פֿאָטאָגראַפֿירן; שפּעטער, האָבן די פֿאָרשער באַשלאָסן אַרויסצושטעלן די בילדער אויף אַ פֿרײַ־צוטריטלעכן אופֿן אויף דער אינטערנעץ.

דער פּראָיעקט ווערט אָנגעפֿירט דורך ברעג בערמאַן, אַ געוועזענער פֿאָרשער בײַ דער אַמעריקאַנער לאַבאָראַטאָריע פֿון אויטאָמאַטישע קאָסמאָס-אַפּאַראַטן. די אַמעריקאַנער קאָסמאָס-אַגענטור, "נאַסאַ", האָט איבערגעגעבן, אַז איר טעכנאָלאָגיע, וועלכע איז אויסגענוצט געוואָרן בײַם פֿאָטאָגראַפֿירן די קאָסמישע אָביעקטן, דערמעגלעכט צו דערזען אויף די מגילות אַ סך פּרטים, וואָס מע קאָן נישט באַמערקן מיטן בלויזן אויג.

די וועבזײַט פֿון "נאַסאַ" האָט פֿאַרגליכן די אַנטדעקונג פֿון די מגילות מיט די אַווענטורן פֿונעם באַקאַנטן קינאָ-העלד אינדיאַנאַ דזשאָנס. מע דערציילט, אַז אינעם יאָר 1947 האָט מאָכאַמעד עד־דיב, אַ בעדויִנער פּאַסטעך, וועלכער האָט געפּאַשעט דאָס פֿיך אין קומראַן, אויפֿן צפֿון-מערבֿ פֿון ים-המלח, אַרײַנגעוואָרפֿן אַ שטיין אין אַ דערבײַיִק הייל, כּדי צו פֿאַרטרײַבן פֿון דאָרטן אַ בהמה. דער פּאַסטעך האָט דערהערט אַ קלאַנג פֿון צעבראָכענע כּלים, און אַרײַנגעגאַנגען אין דער הייל, וווּ עס זענען געלעגן עטלעכע ליימענע טעפּ מיט אוראַלטע פּאַרמעטן.

במשך פֿון בערך 10 יאָר, פֿון 1947 ביז 1956, האָבן די אַרכעאָלאָגן געפֿונען אין די אַרומיקע 11 היילן בערך 900 אוראַלטע כּתבֿ־ידן, אָנגעשריבן במשך פֿון אַ לאַנגן פּעריאָד — פֿון 2200 ביז 1900 יאָר צוריק. אַ טייל פֿון זיי זענען אויסגעשטעלט געוואָרן אינעם ספּעציעלן ירושלימער מוזיי, "היכל הספֿר". אַ סך דאָקומענטן זענען, צום באַדויערן, צעשאָטן געוואָרן במשך פֿון דער צײַט; די קליינע פֿראַגמענטן שטעלן אָבער פֿאָר אַ גרויסן אינטערעס פֿאַר די היסטאָריקער. אַ טייל מגילות זענען אָפּגעהיט געוואָרן אין אַ גוטן צושטאַנד.

די קומראַנער קהילה, וועלכע האָט איבערגעלאָזט די פּרײַזלאָזיקע ביבליאָטעק, האָט געהייסן "היחד" — "ברודערשאַפֿט" אָדער "קאָמונע", און האָט, מסתּמא, געהערט צו דער באַוועגונג פֿון די איסיים (Essenes), אָדער צו אַן ענלעכער גרופּע, וועלכע האָט געפֿירט אַ קאָמונאַלן לעבנס-שטייגער. די מיטגלידער פֿון דער קהילה האָבן געאַרבעט צוזאַמען און געטיילט זייער האָב-און-גוטס איינער מיטן צווייטן.

דער גרויסער אוראַלטער ייִדישער פֿילאָסאָף ידידיה (פֿילון) האַלכּסנדרי, און דער באַרימטער היסטאָריקער יוסף בן מתּתיהו (פֿלאַוויוס) האָבן געשריבן, אַז די איסיים האָבן אינגאַנצן אָפּגעלייקנט שקלאַפֿערײַ, האַנדל-באַציִונגען און פּריוואַטע אייגנשאַפֿט. לויט יוסף פֿלאַוויוס, האָבן ס׳רובֿ איסיים נישט חתונה געהאַט, און געפֿירט אַ מאָנאַכיש לעבן; בלויז איין גרופּע פֿון זיי האָט געלעבט מיט די ווײַבער. די מגילות פֿון ים-המלח און די אַרכעאָלאָגישע פֿאָרשונגען אין דער געגנט האָבן אָבער געוויזן, אַז אַ גרויסער טייל פֿון דער קומראַנער קהילה פֿלעגט פֿירן אַ געהעריק משפּחה-לעבן און האַנדלען מיט דער דרויסנדיקער וועלט.

די אוראַלטע היסטאָריקער האָבן געשריבן, אַז די איסיים זענען געווען פּאַציפֿיסטן, און פֿלעגן טראָגן געווער בלויז צוליב זעלבסטשוץ. אין די קומראַנער מגילות ווערט אָבער דערציילט וועגן אַ מלחמה, בעת וועלכער די "זין פֿון ליכט", מיט וועלכע עס האָבן זיך אַסאָציִיִרט די מיטגלידער פֿון דער קהילה, וועלן אומברענגען די בייזע "זין פֿון חושך". אין די מגילות פֿון ים-המלח טרעפֿן זיך אָפֿט אַפּאָקאַליפּטישע און משיחישע מאָטיוון און נבֿואות וועגן מלחמות.

אַ מגילה פֿון ים-המלח
אַ מגילה פֿון ים-המלח

יוסף פֿלאַוויוס, וועלכער האָט אַמאָל אַליין געטראַכט צו ווערן אַן איסי, האָט באַטאָנט, אַז די דאָזיקע ייִדישע גרופּע פֿלעגט זיך אײַנשווערן צו זײַן לאָיאַל צו דער מאַכט; ס׳איז מעגלעך אָבער, אַז ער האָט אַזוי געשריבן צוליב אַפּאָלאָגעטישע צוועקן. אין די טראַדיציאָנעלע ייִדישע געשיכטע-ספֿרים — צום בײַשפּיל, אינעם ספֿר "סדר הדורות" פֿונעם מינסקער רבֿ יחיאל היילפּרין — שטייט געשריבן, אַז די איסיים האָבן אָפּגעלייקנט די מענטשלעכע מאַכט, ווײַל "בלויז ג-ט האָט רעכט צו געוועלטיקן איבער מענטש", און האָבן דערפֿאַר אָנגעהויבן דעם אויפֿשטאַנד קעגן די רוימער; אינעם "סדר-הדורות" ווערן די איסיים אויסגעמישט מיט די קנאָים (זעלאָטן).

אין אַ טייל קומראַנער טעקסטן ווערט די צוקונפֿט געשילדערט אויף אַ פֿרידלעכן אופֿן. צום בײַשפּיל, ווי עס שטייט אין דער "מגילת הרזים", ווען יושר און צידקות וועט זיך פֿאַרשפּרייטן אין דער וועלט, וועט דאָס שלעכטס און אומיושר ממילא בטל ווערן, אַזוי ווי חושך ווערט פֿאַרשוווּנדן אינעם ליכט. מע קאָן משער זײַן, אַז צווישן די איסיים און מיטגלידער פֿון "היחד" זענען געווען סײַ פּאַציפֿיסטישע, סײַ מיליטאַנטישע גרופּעס.

פֿילון פֿון אַלעקסאַנדריע, אַן אויסגעצייכנטער דענקער, נאָענט צו דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון די סטאָיִקער, האָט אויך געשריבן אין זײַן ווערק "יעדער גוטער מאַן איז פֿרײַ", אַז ווײַל די איסיים זענען געווען פּאַציפֿיסטן, האָבן זיי פֿײַנד געהאַט מאַכט. אויב די איסיים, אַזוי ווי פֿילון, זענען געווען פֿאַרבונדן מיט די גריכישע סטאָיִקער, לייגט זיך אַזאַ צוגאַנג אויפֿן שׂכל, ווײַל זענאָ פֿון קיטיום, דער גרינדער פֿון סטאָיִציזם, ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ פֿריִיִקער אַנאַרכיסטישער פֿילאָסאָף.

יוסף פֿלאַוויוס האָט געשריבן, אַז די איסיים זענען געווען ענלעך צו די פּיטאָגאָריער — אוראַלטע גריכישע מיסטיקער, וועלכע האָבן זיך פֿאַרנומען מיט די סודות פֿון קאָסמישע כּוחות און מאַטעמאַטישע סימבאָלן, געגלייבט אין גילגולים און געפֿירט, ווי די איסיים און סטאָיִקער, אַן אַסקעטיש לעבנס-שטייגער.

אין "סדר הדורות" און אַנדערע טראַדיציאָנעלע ספֿרים ווערן די איסיים באַטראַכט ווי גאָר פֿרומע ייִדן. הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, דער באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון קבלה און ייִדישער מעדיטאַציע, האָט געהאַלטן, אויפֿן סמך פֿון אַ ריי ספֿרים, אַז די מקובלים האָבן געירשנט אַ טייל פֿון זייער מסורה בײַ די איסיים. די מגילות פֿון ים-המלח ווײַזן אָבער, אַז די קומראַנער קהילה האָט געהאַט זייער אַן אומגעוויינטלעכע מסורה: זי האָט גערעכנט די יום-טובֿים לויט די זון-חדשים, ענלעך אויפֿן הײַנטיקן ניט-ייִדישן גריגאָריאַנער קאַלענדאַר. די חז״ל ברענגען אָבער אויך אַ סך טראַדיציעס, וועלכע געפֿינען זיך אין סתּירה מיט דער הײַנטיקער הלכה, אָבער זענען אַמאָל געווען אָנגענומען אין געוויסע קרײַזן; עס קאָן זײַן, אַז אין די אוראַלטע צײַטן האָט דער קומראַנער לוח נישט אויסגעזען אַזוי אויסטערליש.

אין קומראַן זענען געפֿונען געוואָרן די עלטסטע אָפּגעהיטע קאָפּיעס פֿון אַלע תּנ״ך-ספֿרים, אַחוץ מגילת-אסתּר; אַ צאָל ספֿרים-חיצונים (אַפּאָקריפֿן), וועלכע זענען פֿריִער געווען אומבאַקאַנט אָדער באַקאַנט בלויז אין זייערע איבערזעצונגען אויף אַנדערע שפּראַכן; קאָמענטאַרן צום תּנ״ך, היסטאָרישע דאָקומענטן, רעליגיעזע הימנען, הלכות און קהילה-תּקנות; פֿאַרשיידענע מיסטישע ספֿרים, וועלכע האָבן צו טאָן מיט אַסטראָלאָגיע, חכמת-הפּרצוף (פֿיזיאָגנאָמיע) און אַנדערע עזאָטערישע חכמות, וועלכע זענען טאַקע קלאָר פֿאַרבונדן מיט די שפּעטערדיקע קבלה-ספֿרים. למשל, די מגילה "שירות עולת-השבת" דערציילט וועגן פֿאַרשיידענע גײַסטיקע וועלטן, מדרגות פֿון מלאָכים און דער הימלישער "מרכּבֿה".

צווישן די אַנדערע מגילות, אָנגעשריבן אויף פּאַרמעט אָדער פּאַפּירוס, האָבן די אַרכעאָלאָגן געפֿונען אין קומראַן אַ קופּערנע מגילה, אין וועלכער עס ווערן איבערגעציילט אַ רשימה פֿון 64 ריזיק-גרויסע אוצרות — בסך-הכּל עטלעכע טאָן גאָלד און זילבער. לויט דעם אַמעריקאַנער היסטאָרישן טעלעוויזיע-קאַנאַל, איז דער באַשריבענער אוצר ווערט, צום ווייניקסטן, אַ מיליאַרד דאָלאַר. צוליב דער גרויסער צאָל גראַמאַטישע גרײַזן, זענען די פֿאָרשער משער, אַז די מגילה איז קאָפּירט געוואָרן דורך אַ מענטש, וועלכער האָט נישט געקענט העברעיִש — מסתּמא, כּדי דער שרײַבער זאָל נישט וויסן דעם סוד פֿון די אוצרות. אין אַ סך ערטער איז דער טעקסט אומקלאָר, און דערמעגלעכט עטלעכע סתּירותדיקע אָפּטײַטשן.

אַ סך היסטאָריקער מיינען, אַז די "קופּערנע מגילה" אַנטהאַלט די אינפֿאָרמאַציע וועגן די אויסבאַהאַלטענע אוצרות פֿונעם בית-המיקדש. דערווײַל האָט די פֿאָרשער זיך נישט אײַנגעגעבן צו לייזן דעם סוד פֿונעם דאָזיקן דאָקומענט.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אינעם קבלה-ספֿר "עמק המלך" ווערט געבראַכט אַ קליינער מדרש, וווּ עס ווערן איבערגעציילט די באַהאַלטענע כּלים פֿונעם ערשטן בית-המקדש. אַזוי ווי די "קופּערנע מגילה", וואָס באַשטייט פֿון 12 שפּאַלטן, באַשטייט דער דאָזיקער מיסטעריעזער טעקסט פֿון 12 משניות. לויטן מדרש, זענען די אוצרות באַגראָבן אין בבֿל, און נישט אין ארץ-ישׂראל, און ווערן אַנטדעקט ווערן נאָר אין משיחס צײַטן. אין דער "קופּערנער מגילה", אָבער, ווערן איבערגעגעבן פּרטימדיקע קאָאָרדינאַטן פֿון פֿאַרשיידענע ערטער אין ארץ-ישׂראל. הײַנט ווערט די "קופּערנע מגילה" אויסגעשטעלט אינעם אַרכעאָלאָגישן מוזיי פֿון אַמאַן, יאָרדאַניע.

צוליב דער היסטאָריש-וויכטיקער צײַט, ווען די מגילות זענען אָנגעשריבן געוואָרן, צווישן דער תּקופֿה פֿונעם צווייטן בית-המיקדש, און די ערשטע צוויי יאָרהונדערטער נאָכן חורבן-הבית, צוליב זייער אוניקאַלן אינהאַלט, ווי אויך צוליב דעם קאָמונאַלן כאַראַקטער פֿון דער קומראַנער קהילה, האָבן די דאָזיקע אוראַלטע דאָקומענטן צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקע פֿאָרשער: היסטאָריקער, לינגוויסטן, רבנים, מיסטיקער און אַפֿילו אַ טייל רעליגיעז-געשטימטע לינקע ראַדיקאַלן.

ביז די 1990ער יאָרן זענען די מגילות געפֿאָרשט געוואָלט דורך אַ פֿאַרמאַכטער גרופּע וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט נישט געגעבן קיין צוטריט דעם ברייטערן עולם. אַזאַ פֿאַרמאַכטער שטייגער פֿון פֿאָרשונגען האָט אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע אומצופֿרינדקייט און כּלערליי קאָנספּיראַציע-טעאָריעס. לעצטנס, זענען פּובליקירט געוואָרן אַקאַדעמישע אויסגאַבעס פֿון כּמעט אַלע קומראַנער מגילות — בסך-הכּל אַרום 40 בענד. האָפֿנטלעך, וועט דער אָפֿענער אינטערנעץ-צוטריט צו די מגילות העלפֿן צו לייזן די סודות פֿון די דאָזיקע אוראַלטע דאָקומענטן און זייערע מחברים.