|
דער גראַפֿיקער עדואַרד מײַדענבערג |
|
בעסאַראַביע טיילט זיך אויס צווישן אַלע געגנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע ניט בלויז מיט שיינע לאַנדשאַפֿטן, געשמאַקע מאכלים און מילדן קלימאַט, נאָר אויך מיט דער אייגנאַרטיקער שעפֿערישקייט פֿון די אָרטיקע ייִדן. בלויז אין בעסאַראַביע געפֿינט מען אַן אוניקאַלן קינסטלערישן סטיל, וואָס האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך עלעמענטן פֿון דער מאָלדאַווישער און אוקראַיִנישער פֿאָקלס־קונסט און זיי "פֿאַרייִדישט" אויף אַן אָרגאַנישן אופֿן.
אַ סך פֿון די שיינע מוסטערן אינעם דאָזיקן נוסח זײַנען אומגעקומען בעת דעם חורבן, דער באַרבאַרישער סאָוועטישער מאָדערניזאַציע, און סתּם פֿון דער צײַט. צום בעסטן האָט זיך דער בעסאַראַבער סטיל אָפּגעהיט אויף די געשניטענע שטיינערנע מצבֿות אויף די בית־עלמינס אין בעלץ און אוריִעוו, אָטאַק און בריטשעוו.
דער בעסאַראַבער ייִדישער "פּרימיטיוו" איז געוואָרן אַנטדעקט און פּרטימדיק באַשריבן דורך דעם פּעטערבורגער קונסט־היסטאָריקער דוד האָבערמאַן, וועלכער האָט מיט גרויס התמדה געזאַמלט און געפֿאָרשט די ייִדישע פֿאָלקס־קונסט אין די סאַמע פֿינצטערע סאָוועטישע יאָרן. האָבערמאַן איז געווען ניט נאָר אַ געלערנטער, נאָר אויך אַ קינסטלער, און האָט גענוצט מאָטיוון פֿון ייִדישער פֿאָלקסקונסט אין זײַנע אייגענע ווערק. אַ דאַנק זײַן מסירת־נפֿשדיקער מי, לעבט די דאָזיקע טראַדיציע ווײַטער, און איינער פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטע יורשים אירע איז דער קעשענעווער קינסטלער עדואַרד מײַדענבערג.
|
|
|
דעם ייִדישן לייענער איז מײַדענבערג באַקאַנט, אַ דאַנק זײַנע אילוסטראַציעס צו די ביכער פֿון די ייִדישע שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן און באָריס סאַנדלער, אָפּשטאַמיקע פֿון מאָלדאַוויע. זײַן איראָניש־טרוקענעם און שאַרפֿזיניקן סטיל דערקענט מען גלײַך. דאַכט זיך, אַז דער אילוסטראַטאָר וויל טרעפֿן אין סאַמע עצם פֿונעם שרײַבערס כּוונה. אָבער מײַדענבערג זאָגט, אַז אַלץ, וואָס ער טוט, קומט פֿון זײַן אייגענעם זכּרון, און ערשט דערנאָך זוכט ער, ווי אַזוי צוצופּאַסן זײַנע אימאַזשן צו דעם ליטעראַרישן טעקסט. זײַן קינסטלערישער כּוח־הדמיון אַרבעט אויף אַן אייגנאַרטיקן אופֿן, פֿאַרוואַנדלדיק כּלערליי אײַנדרוקן אין קאָנצענטרירטע סימבאָלישע געשטאַלטן. בעת זײַן אַרבעט וואַרפֿט דער קינסטלער אַוועק אַלע פּרטים, וועלכע טראָגן ניט קיין סימבאָלישן שליחות. יעדער שטריך, יעדע שטיקל ליכט און שאָטן האָבן פֿאַר אים אַ געוויסן באַטײַט. זײַנע ווערק זײַנען ניט סתּם אילוסטראַציעס צו דעם טעקסט, נאָר בילדערישע פּרושים, וועלכע פֿירן אַ דיאַלאָג מיטן געשריבענעם וואָרט.
מײַדענבערגס סטיל איז אַ דירעקטער המשך פֿונעם "פּרימיטיוון" סטיל פֿון די צענדליקער אַנאָנימע ייִדישע פֿאָלקס־מײַסטער פֿון סוף־נײַנצנטן — אָנהייב־צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, וועלכע האָבן באַפּוצט געשניטענע מצבֿות מיט חיות און געוויקסן. מיר ווייסן גאָרניט וועגן זייער לעבן, זייערע אָנזיכטן וועגן קונסט, זייער וועלטבאַנעם. דאָס איינציקע, וואָס איז פֿאַרבליבן נאָך זיי, איז זייער סטיל, וואָס איז איינצײַטיק נאַיִוו און טיפֿזיניק, פּויעריש און תּלמיד־חכמיש. מײַדענבערג אַרבעט מיט פּאַפּיר, אָבער זײַנע ווערק זעען אויס ווי געשניטענע, ניט געמאָלטע. מען פֿילט דעם ווידערשטאַנד פֿונעם מאַטעריאַל, וווּ יעדע ליניע איז אויסגעקריצט געוואָרן מיט מי.
|
|
|
אַפֿילו די סאַמע פּשוטע ווערק זײַנע פֿאַרמאָגן אַ קאָמפּליצירטע קאָמפּאָזיציע. דער קינסטלערישער אימאַזש האָט פֿאַרשידענע פֿלאַכן, מעשׂה עטלעכע דימענסיעס. דערבײַ האָט דאָס בילד קלאָרע גרענעצן, וועלכע שנײַדן אָפּ איבעריקע פּרטים. דער קינסטלער פּראָוואָצירט כּלומרשט דעם צושויער אויסצומאָלן פֿאַר זיך אַליין דאָס, וואָס עס קומט פֿאָר מחוץ אָט די גרענעצן. אַזוי אַרום דערגרייכט מײַדענבערג אַ סימבאָלישן צימצום. זײַן סימבאָליזם איז אײַנגעוואָרצלט אין דער בעסאַראַבער טראַדיציע, וועלכע האָט קאָמבינירט פּשטות מיט פֿילאָזאָפֿישער טיפֿקייט.
אָבער מײַדענבערג איז ווײַט ניט קיין נאָכמאַכער פֿון דער אַלטער טראַדיציע. זײַנע ווערק האָבן גאָר אַן אַנדערן טעם. זיי זײַנען אָנגעזאַפּט מיט דער מעלאַנכאָלישער איראָניע און קריטישן אינטעלעקט פֿון אַ מאָדערנעם מענטשן. מײַדענבערג האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ ביכער־גראַפֿיקער אין קעשענעווער פֿאַרלאַגן, וועלכע האָבן געשמט אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט זייער אָריגינעלער פּראָדוקציע. ער האָט אילוסטרירט ביז גאָר פֿאַרשידענע ביכער פֿאַר קינדער און דערוואַקסענע אויף כּלערליי טעמעס. גוט באַקאַנט זײַנען זײַנע אילוסטראַציעס צו דער מאָלדאַווישער קינדער־ליטעראַטור און צו די ווערק פֿון די "עכט"־רוסישע דאָרפֿישע שרײַבער, ווי אויך זײַן ציקל "רוסישע מאָטיוון" (2001).
|
|
|
אין משך פֿון עטלעכע יאָר האָט מײַדענבערג געאַרבעט איבער דעם גרויסן ייִדישן ציקל "בעסאַראַבער אַלבום" פֿון העכער ווי דרײַ הונדערט בילדער. דער דאָזיקער ציקל שפּיגלט אָפּ פֿאַרשידענע צדדים פֿונעם ייִדישן לעבן אין מאָלדאָווע. וועט דאָס זײַן אַ מין "ספֿר־הזכּרון", אַ דענקמאָל דער אַוועקגעגאַנגענער תּקופֿה — אָדער פֿאַרקערט, אַ נײַער אָנהייב, אַ שעפֿערישער אימפּעט, וועלכער וועט צוגעבן אַ נײַע ענערגיע דער ייִדישער שעפֿערישקייט אין מאָלדאָווע און אין דער גאַנצער וועלט? עס איז שווער צו ענטפֿערן אויף דער דאָזיקער פֿראַגע מיט אַ "יאָ" אָדער אַ "ניין". איין זאַך איז קלאָר׃ די גאַנצע ייִדישע וועלט וועט געווינען, אויב מען וועט וויסן מער פֿון דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אויף דער קולטורעלער ייִדישער גאַס אין דער "אַלטער היים", וווּ עס וווינען און שאַפֿן אַזעלכע באַגאַבטע און אָריגינעלע קינסטלער ווי עדואַרד מײַדענבערג.