- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נישט לאַנג צוריק האָט די וועבזײַט פֿון דער פּעטערבורגער "רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק" געעפֿנט אַן אוניקאַלן קאַטאַלאָג פֿון בערך 2,500 ייִדישע ביכער, אַרײַנגערעכנט אַ סך זעלטענע סאָוועטישע און מיזרח-אייראָפּעיִשע אויסגאַבעס. דער פֿעברואַר-נומער פֿון אונדזער בײַלאַגע "ווײַטער" האָט איבערגעגעבן וועגן דער צוגרייטונג-אַרבעט איבערן פּראָיעקט; איצט איז דער קאַטאַלאָג אָפֿיציעל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ, אויפֿן אַדרעס: "www.nlr.ru/rlin1/idish.php" די "נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק", וועלכע האָט ביז לעצטנס געטראָגן דעם נאָמען "עפֿנטלעכע ביבליאָטעק", איז איינע פֿון די גרעסטע און עלטסטע אָפֿענע ביבליאָטעקן אין דער וועלט, געגרינדעט אינעם יאָר 1795, לויטן באַפֿעל פֿון דער רוסישער אימפּעראַטאָרין יעקאַטערינע די צווייטע. אינעם ריזיקן אוצר פֿון 34 מיליאָן ביכער און אַנדערע מאַטעריאַלן, זענען דאָרטן במשך פֿון דער סאָוועטישער צײַט אויך געזאַמלט געוואָרן בערך 20,000 ביכער אויף ייִדיש — איינע פֿון די גרעסטע קאָלעקציעס אין דער וועלט. הגם ייִדיש איז בעצם אַן אייראָפּעיִשע שפּראַך, געהערט די ייִדישע זאַמלונג צום "אָפּטייל פֿון ליטעראַטור אויף די שפּראַכן פֿון אַזיע און אַפֿריקע". אין פֿאַרגלײַך מיט דעם רוסישן ביכער-אוצר, איז דער דאָזיקער אָפּטייל נאָך נישט קאָמפּיוטעריזירט געוואָרן; בלויז דער ייִדישער קאַטאַלאָג איז דערווײַל אַרויסגעשטעלט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ. אין דער "רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק" געפֿינען זיך ייִדישע ביכער פֿונעם 17טן יאָרהונדערט ביזן הײַנטיקן טאָג, אַרײַנגערעכנט ס׳רובֿ ביכער אויף ייִדיש, וואָס זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן אין דער רוסלענדישער אימפּעריע. די מלוכישע צענזור פֿלעגט שיקן אַהין עקזעמפּלאַרן פֿון אַלע נײַע ביכער. במשך פֿון דער סאָוועטישער צײַט האָט מען דאָרטן געזאַמלט אַלע אָרטיקע אויסגאַבעס, וואָס אַ סך פֿון זיי קאָן מען נישט געפֿינען אין קיין איין מערבֿדיקער ביבליאָטעק. אינעם קאַטאַלאָג געפֿינען זיך אַ סך ווייניק-באַקאַנטע קינדער-ביכער, אָריגינעלע און איבערגעזעצטע, למשל: אַלעקסיי טאָלסטויס "פּאַסירונגען פֿון בוראַטינאָ", איינס פֿון די בעסט-באַקאַנטע רוסישע קינדער-ביכער. אינעם קאַטאַלאָג געפֿינען זיך אויך אַ גרויסע צאָל זעלטענע איבערזעצונגען פֿון דער "דערוואַקסענער" וועלט-ליטעראַטור. אַ גרויסן אינטערעס פֿונעם היסטאָרישן און לינגוויסטישן קוקווינקל שטעלן מיט זיך פֿאָר כּלערליי אידעאָלאָגישע און פּאָליטישע ווערק, אַרײַנגערעכנט די איבערזעצונגען פֿון לענין, קאַלינין, מאָלאָטאָוו, סטאַלין, כרושטשאָוו און אַנדערע סאָוועטישע פֿירער, ווי אויך פֿאַרשיידענע אָריגינעלע ייִדישע קאָמוניסטישע פּאַמפֿלעטן. אינעם קאַטאַלאָג זענען אַרײַן אויך אַ סך וויכטיקע לינגוויסטישע ווערק פֿון לייזער ווילענקין, נוח פּרילוקצי און אַנדערע גרויסע ייִדישע שפּראַך-פֿאָרשער. אַ צופֿעליקער אויפֿזוך אינעם קאַטאַלאָג ווײַזט באַלד, ווי פֿאַרשיידנאַרטיק און פֿילפֿאַרביק איז אַמאָל געווען די ייִדישע ליטעראַטור אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, און אין דער וועלט בכלל: "נײַע מעשׂהלעך פֿון טויזנט און איין נאַכט", אַדאַפּטירט דורך בת-מנוחה; "מאָסקווער פֿרילינג", לידער פֿון מירע כענקין; "דער ריקשעס זון", פֿון ברונאָ יאַסענסקי; "נאָטיצן וועגן ייִדישער גראַפֿיק און מאָלערײַ־קונסט", פֿון ישׂראל קאָוועלמאַן; "אומאָרגאַנישע כעמיע", לענרבוך פֿאַר מיטלשולן פֿון וו. ווערכאָווקסי; "אויף סיבירישער ערד", פֿון חיים גורעוויטש. אַ ספּעציעלע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, געשאַפֿן דורך דער פּראָגראַמיסטקע אַלאַ פּאַשקאָוואַ, דערמעגלעכט צו זוכן אינעם קאַטאַלאָג נאָך אַ צאָל פֿאַרשיידענע פּאַראַמעטערס; די נעמען פֿון די ביכער און מחברים, ווי אויך דאָס אָרט פֿון פּובליקאַציע, קאָן מען אַרײַנשרײַבן אין דער זוך-פּראָגראַם סײַ אויף ייִדיש, סײַ מיט לאַטײַנישער, רוסישער, ווײַסרוסישער און אוקראַיִנישער טראַנסליטעראַציע. דער ייִדישער אויסלייג פֿאָלגט, בדרך-כּלל, דער סאָוועטישער אָרטאָגראַפֿיע. פּאַשקאָוואַ האָט געשאַפֿן פּראַקטיש אַלע פּראָגראַמען און פֿאָרמאַטן פֿון דער קאַטאַלאָגיזאַציע פֿאַר דער גאַנצער ביבליאָטעק, אָבער האָט זיך באַצויגן מיט אַ באַזונדערן אויפֿמערק צום ייִדישן פּראָיעקט. אַנדריי פּאַדקין, איינער פֿון די בעסטע ביבליאָגראַפֿן אין דער ביבליאָטעק, וועלכער קען אַ ביסל ייִדיש, האָט צוגעגרייט די ביבליאָגראַפֿישע אינפֿאָרמאַציע. די עיקר-אַרבעט — קאַטאַלאָגיזאַציע און רעדאַקציע פֿונעם קאַטאַלאָג — האָט דורכגעפֿירט וועראַ קנאָרינג, אַ פּראָפֿעסיאָנעלע קאַטאַלאָגיזאַטאָרין, וועלכע אַרבעט אין דער ביבליאָטעק שוין כּמעט 20 יאָר. קנאָרינג איז אַ ניט-ייִדישע פֿרוי, אַן אייניקל פֿון אַן אַלטער באַלטיש-סקאַנדינאַווישער אַדל-משפּחה. זי האָט אויסגעלערנט העברעיִש בעתן שרײַבן איר דיסערטאַציע וועגן די משׂכּילים. שפּעטער האָט קנאָרינג זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש, און האָט זיך גוט באַקענט מיט דער שפּראַך. זי פֿאַרנעמט זיך כּסדר מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע קולטור-אונטערנעמונגען, און טרעט אויף מיט לעקציעס וועגן ייִדישער מוזיק, געשיכטע און ליטעראַטור. בעת איר אַרבעט איבער דער דיסערטאַציע, האָט קנאָרינג זיך אויסגעלערנט צו קאַטאַלאָגיזירן ייִדישע ביכער. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט זי זיך דערוווּסט, אַז פּאַשקאָוואַ האָט געשאַפֿן אַ פּראָגראַם, וואָס דערמעגלעכט צו באַנוצן זיך מיט פֿאַרשיידענע "אומגעוויינטלעכע" אותיות. צוליב אירע שפּראַך-קענטענישן, האָט קנאָרינג זיך אײַנגעגעבן איבערצוצײַגן די אַדמיניסטראַציע פֿון דער ביבליאָטעק צו שאַפֿן דעם ייִדישן קאַטאַלאָג. די רעדאַקטאָרן פֿונעם קאַטאַלאָג שטויסן זיך כּסדר אָן אויף פֿאַרשיידענע שוועריקייטן. צום בײַשפּיל, וועראַ קנאָרינג האָט אַנטדעקט, אַז אין פֿאַרשיידענע ביבליאָגראַפֿישע קוואַלן טרעפֿן זיך איבער 30 וואַריאַנטן פֿון אויסלייגן שלום-עליכמס נאָמען. אַזעלכע סתּירות שטערן דעם אויפֿזוך אין אַ סך ביבליאָטעק-קאַטאַלאָגן אַרום דער וועלט. כּדי צו לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם, פֿירן די שאַפֿער פֿונעם קאַטאַלאָג ספּעציעלע נאָטיצן וועגן די נעמען פֿון יעדן מחבר. הגם בלויז איין טראַנסקריפּציע פֿונעם נאָמען ווערט פֿאַררעכנט ווי די ריכטיקע, קאָן מען אויסנוצן אין דער זוך-פּראָגראַם אַלע אַנדערע וואַריאַנטן, אַפֿילו די סאַמע אויסטערלישע. וועראַ קנאָרינג האָט באַזונדערס באַדאַנקט דעם פּעטערבורגער ייִדישן פּאָעט און פֿילאָלאָג ישׂראל נעקראַסאָוו, וועלכער האָט איר אַ סך געהאָלפֿן צו לייזן פֿאַרשיידענע שווערע פּראָבלעמען. די שאַפֿער פֿונעם קאַטאַלאָג זוכן די ביאָגראַפֿישע אינפֿאָרמאַציע וועגן די מחברים אין אַ סך קוואַלן: דער עיקר, אינעם "לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור", פֿון זלמן רייזענס לעקסיקאָן, פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן קאַטאַלאָג "Worldcat", ווי אויך אין די אינערלעכע קאַטאַלאָגן פֿון דער ביבליאָטעק. ווי אַ רעזולטאַט, קאָן מען אויסנוצן דעם קאַטאַלאָג אויך ווי אַ קוואַל פֿון אוניקאַלער ביאָגראַפֿישער און ביבליאָגראַפֿישער אינפֿאָרמאַציע. אַ סך גוטע ייִדישע שרײַבער, בפֿרט די סאָוועטישע, זענען כּמעט אינגאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן; קנאָרינג האָפֿט, אַז איר אַרבעט וועט העלפֿן צו באַקענען די וועלט מיט זייער ליטעראַטור-ירושה. פֿאַרשטייט זיך, קאָן אַזאַ גרויסער פּראָיעקט זיך נישט באַגיין אָן גרײַזן. קנאָרינג האָט געזאָגט, אַז זי איז גרייט צו פֿאַרריכטן די גרײַזן "כאָטש אַ גאַנצן מעת-לעת, אַבי מע זאָל איר מיטטיילן וועגן זיי". ישׂראל נעקראַסאָוו האָט דערציילט דעם מחבר פֿון די שורות, אַז וועראַ איז טאַקע אַ זייער ענטוזיאַסטישע, גוטהאַרציקע פֿרוי, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט דער דאָזיקער אַרבעט צוליב איר אינטערעס צו ייִדיש. דערווײַל איז אינעם עלעקטראָנישן קאַטאַלאָג אַרײַן בלויז בערך 10 פּראָצענט פֿון די ביכער. צום באַדויערן, איז דער ווײַטערדיקער גורל פֿונעם פּראָיעקט נישט קלאָר. די אַדמיניסטראַציע פֿון דער ביבליאָטעק צאָלט ווייניק און שטערט כּסדר דער אַרבעט; אינעם בנין פֿונעם "אָפּטייל פֿון אַזיאַטישע און אַפֿריקאַנישע שפּראַכן" איז נישטאָ קיין אינטערנעץ און אַנדערע נייטיקע אינפֿאָרמאַציע-קוואַלן. די גאַנצע פֿילזײַטיקע אַרבעט, וועלכע וואָלט אין אַן אַנדער אָרט פֿאַרנומען אַ גאַנצן פּערסאָנאַל מיטאַרבעטער, ווערט דורכגעפֿירט דורך איין מענטש, און האַלט זיך פֿאַקטיש אויפֿן ריינעם ענטוזיאַזם. אינעם טעכנישן זין, איז דער נײַער ייִדישער קאַטאַלאָג איינער פֿון די בעסטע און באַקוועמסטע אין דער וועלט. ס׳איז וווּנדערלעך, אַז אַזאַ פּראָיעקט איז פֿאַרווירקלעכט געוואָרן דורך אַ ניט-ייִדישער פֿרוי, אין אַ שטאָט, וווּ בלויז אַ קליינע צאָל מענטשן קענען ייִדיש. וועראַ קנאָרינג האָפֿט, אַז די פּעטערבונגער ייִדיש-ענטוזיאַסטן וועלן אין דער צוקונפֿט פֿאַרווירקלעכן נאָך אַ סך אַזעלכע "ניסימדיקע" פּראָיעקטן. |