ווי נאָר איך האָב זיך באַקענט מיט אַבֿרהם אָבֿינון, בין איך אים געווען שטאַרק דאַנקבאַר פֿאַרן צעברעכן אַלע געצן און געטשקעס, אַלע איקאָנעס, אַלע עבֿודה־זרות און אַלע אָפּגעטער, ווײַל אַבֿרהם האָט געפֿונען זײַן ייִדישן גאָט. דאַכט זיך, פֿונעם גאַנצן תּנ״ך האָב איך דווקא נאָך יונגערהייט אויסגעקליבן אַבֿרהם אָבֿינון פֿאַר מײַן אידעאַל. דער ערשטער ייִד — אַן אמת־זוכער, דער געדאַנקען־שלײַפֿער. ער האָט נישט געהאַט בײַ זיך קיין תּנ״ך, קיין גמרא, קיין הייליקע ספֿרים מיט הלכות און מיט דינים צו ווײַזן אים דעם וועג. ער האָט זיך אויסגעקליבן זײַן אייגענעם דרך. ער איז געווען אַ ייִד מיט שוואַכקייטן און גבֿורה, אַ ייִד אַ נאָכגיביקער און צו מאָל אַ שטרענגער. ער האָט נאָך נישט אוספּעיעט צו זײַן פֿרום, ער האָט נאָך נישט באַוויזן צו פֿירן זיך ווי די באָבאָווער אָדער די בעלזער חסידים, סאַטמאַרער אָדער גערער. ער איז געווען אַ פּשוטער מענטש, וואָס ס‘איז אים געווען באַשערט אָנצושפּאַרן די הימלען. ער האָט נישט געוווּסט אַז ער מאַכט אַ פּאָטשאָנטעק (אָנהייב), אַז נאָך אים וועט זיך ציִען אַ גאָלדענע קייט מיט פֿרומע און אולטראַ־פֿרומע חרידישע ייִדן, מיט חסידים און מתנגדים, מיט אַפּיקורסים און פֿרײַדענקער. איך בין זיכער, אַז ווען ער קוקט אונדז אָן הײַנט, וואָלט ער אונדז נישט דערקענט — נישט די פּאָניעוויטשער און נישט די וויזשניצער, נישט די אָרטאָדאָקסן און נישט די קאָנסערוואַטיוון, נישט די רעפֿאָרמירטע און נישט די רעקאָנסטרוקציאָניסטן מיטן גאַנצן שלל ייִדן וואָס פּראַווען זייער אייגענעם שבת.
אויב אָבער מיר פֿאַרמאָגן דעם איינציקן, סאַמאָראָדנעם, עכטן אַבֿרהם אָבֿינוס גאָט, איז פֿאַרוואָס רײַסט מען זיך אַזוי בײַ די פּאָלעס? פֿאַרוואָס פּראַוועט יעדע עדה און יעדער רבי אַן אייגענעם טיש? אויב אָבער יעדער איינער פֿון אונדז גלייבט אין זײַנס אַ באַזונדערן גאָט, איז ער דאָך נישט דער זעלביקער אַבֿרהם אָבֿינוס אייניקל. און אויב ער איז נישט דער זעלבער פֿאַר אַלע ייִדן גלײַך, איז וווּ קום איך דאָ אַרײַן אינעם קרענצל?
מײַנע ביידע זיידעס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון ישיבֿות, פֿון רבינס הויף, פֿון זייערע טאַטעס פֿרומקייט, און דאָס האָבן זיי געטאָן סוף 19טן אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, און זיך אַרײַנגעוואָרפֿן ראַטעווען די וועלט. מײַן טאַטע, ווידער, איז געוואַקסן אַ יתום, און דער גאָט פֿון זײַנע זיידעס האָט זיך נישט אומגעקוקט אויף אים. אַ יתום צווישן ייִדן און אַ יתום בײַ גאָט. זײַנע זיידעס מיט די באָבעס זײַנען געווען פֿאַרנומען מיט זייער אָרעמקייט און זיך נישט אומגעקוקט אויף די צוויי יתומים וואָס זײַנען פֿאַרבליבן נאָך זייער זון דובֿ־בערישן. וואָס טוט מען אָבער מיט דער בת־יחידה פֿון אַזעלכע זיידעס און טאַטעס וואָס האָבן געפֿירט אַ ברוגז מיטן ייִדישן גאָט פֿון זייערע עלטער־זיידעס און עלטער־באָבעס אָן? איז דער גאָט פֿון זייערע אָבֿות זיי פֿאַרבליבן אַ פֿרעמדער, הלמאַי אַ פֿאַרבײַגייער, הלמאַי אַ ווידערקול פֿון אונטער די בערג, הלמאַי אַ דורכפֿליִענדיקער ווינט וואָס הודזשעט און הודזשעט און צום סוף ווערט נעלם?
און ווען מען כּפֿלט עס אויף זעקס מיליאָן, אויף דער שׂרפֿה וואָס האָט פֿאַרצוקט אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק, סײַ פֿרומע און סײַ פֿרײַדענקער, און מישט עס צונויף מיטן אַש פֿון די קדושים, באַקומט זיך איין גרויסער ויצעקו. נעמט גאָט און שיקט מיר צו אַ מאַן — מענדלען, גאָט די נשמה שולדיק, פֿון אַ פֿרום הויז פֿון וויזשניצער חסידים, פֿון אַ פּשוטער אומשולדיקער עדה ייִדן אין די קאַרפּאַטן, וואָס האָבן קוים געהאַט אַ משׂא־ומתּן מיט ייִדן־סקעפּטיקער, ייִדן־אַגנאָסטיקער, ייִדן וואָס האָבן אָנגעוווירן זייער גלויבן אין די הימלען און מיט אַלע כּוחות זיך אײַנגעפֿונדעוועט אויף דער יבשה. זײַן פֿרומער טאַטע, ר׳ אַבֿרהם־חיים דער מלמד ע״ה, האָט געלייגט די גרויסע האָפֿענונג, אַז מענדל, אַ ייִנגל מיט פּאהלעך און אַ קאָפּ פֿון אַן עילוי, וואַקסט אַ תּלמיד־חכם, אַ רבי בײַ ייִדן. העלפֿט גאָט און דאָס יונגע בחורל טרעפֿט זיך אָן אין ד״ר מענגעלען, דעם טײַוול פֿון שאול־תּחתּיה, פֿאַרלירט ער אין אַ פּאָר געציילטע מינוטן זײַן פֿרומען טאַטן אַבֿרהם־חיימען, זײַן איבערגעגעבענע מאַמע בלומען, זײַנע צוויי שוועסטער נעכע און רייזע, און דעם בן־זקונים, דעם קליינעם בנימעלען. קומט ער אַרויס פֿונעם פּלאַנעט אוישוויץ, אַ רעזיגנירטער, אַ פֿאַרלוירענער, נישט נאָר אַ סקעפּטיקער, נאָר אַ פֿאַרלייקענער פֿון אַלעם וואָס האָט צו טאָן מיט דער אמונה.
זיץ איך אַזוי און טראַכט. קען מען זײַן אַ ייִדיש פֿאָלק אָן אַ ברעקל גאָט? זינגען מיר די שבת־זמירות און מ׳קומט אַרויס פֿון מצרים בײַ יעדן סדר. מען פּראַוועט דאָ און דאָרט אַ ייִדישן יום־טובֿ, מ׳קוקט אַרײַן אין ספֿר בריאות־העולם מיטן כּי־טובֿ, מיטן ויהי בקר מיטן ויהי ערבֿ. מ׳איז אויף נאַשבראַט מיט די אָבֿות און מיט די אמהות, מיט די מלכים און מיט די נבֿיאים. זיי האָבן דאָך אויך געפּרעדיקט גלײַכהייט און ברידערלעכקייט, אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיטן עם ישׂראל חיי, מיטן גרויסן מאַיעסטעט, מיט די הייליקייטן און מיט דער עבֿודת־הבורא — און מ׳פֿילט זיך פֿאַריתומט.
וואָזשע טוען די גלייביקע, די דינים־היטער, די שומרי־המיצווהניקעס? זיי האָבן זיך געשפּאָלטן אין צענדליקער הייליקע ברוכן, ווי אַ צעבראָכענער שפּיגל אויף אַ שטיין, און יעדער פֿון זיי קומט אַרײַן אין אַ צעשפּאָלטענעם טייל פֿונעם שפּיגל און זעט זיך אַליין, זײַן עדה, זײַן ראָלע אין ייִדישקייט. איר פֿאַרשטייט דאָך שוין וואָס איך מיין. פֿרעגט זיך די פֿראַגע, פֿאַרוואָס האַלט יעדער פֿון זיי, אַז זייער גאָט איז דער רעכטער, דער אמתער, און מ׳רײַסט זיך בײַ די נעז, און מ׳גלייבט נישט, אַז יענער איז טאַקע אַזוי פֿרום ווי דער אַנדערער, און אַז זייער משגיח איז דער גלאַט־כּשרסטער, און אַז זייער לערע איז דאָס עכטער אַרטיקל.
בלײַב איך אָנמעכטיק. אַז זיי אַלע האָבן פֿאַרכאַפּט פֿאַר זיך גאָט, וואָס זשע איז געבליבן פֿאַר מיר? דאַרף איך דאָך פֿאַר זיך אויפֿשטעלן אַן אייגענעם גאָט, וואָס זאָל זײַן צוגעפּאַסט צו מיר, וואָס זאָל באַפֿרידיקן אַלע מײַנע פֿאַרלאַנגען און האָפֿענונגען. דאַרף איך אָנהייבן פֿון סאַמע אָנהייב, פֿונעם בראשית. איז פֿאַראַן אַ שאלה, וואָס קיין שום רבי וועט עס מיר נישט קענען פֿאַרענטפֿערן. וועט מײַן גאָט זײַן אַן אויפֿגעקלערטער, אַן אויפֿריכטיק צוגעלאָזענער און דער עיקר — אַ ייִד מיט אַ ייִדיש האַרץ? יעדעס מאָל וואָס איך וועל אויסשרײַען “אוי גאָטעניו!" זאָל ער עס פֿילן, און מיטלײַדן מיט מיר צוזאַמען. איך וועל נישט פֿאָדערן קיין סך פֿון אים, ווײַל איך ווייס, אַז ער איז אָנמעכטיק פּונקט ווי איך. ער איז פֿאָרט נישט שולדיק אין דעם וואָס דער מענטש איז באַשאַפֿן געוואָרן בצלם פֿון אַ היישעריקן וואָלף.
און דער וואָלף, ווען ער ווערט געבוירן בײַ אַן אַנדער פֿאָלק, טוט ער אויף זיך אָן אַן אַנדער פֿעל און אַן אַנדער צלם. צי דאָס איז אַ צלם פֿון די קאַטוילן צי פּראָטעסטאַנטן, באַפּטיסטן צי לוטעראַנער, קאַלוויניסטן צי מאַרמאָנער, קווייקערס צי די זיבן טאָג אַדווענטן, פּרעסביטעריער צי מעטאָדיסטן, צענדליקער אַנדערע צווײַגן פֿון קריסטנטום און זיי קומען נישט אויס צווישן זיך. זיי האָבן שוין פֿאַרגאָסן ימען מיט אומשולדיק בלוט און אַלץ אין נאָמען פֿון זייער גאָט וואָס פּרעדיקט ליבע צום מענטשן.
און ווי האַלט מען מיטן סימבאָל פֿון אַ האַלבער לבֿנה מיט אַ שטערנדל אין סאַמע מיטן? זיי טיילן זיך אויף שיִיִטן און סוניטן, קורדן און טערקן, און מ׳הרגעט זיך און מ׳קײַלט זיך, און מ׳ממיתט זיך, מ׳רײַסט זיך אויף און מ׳מאַכט חרובֿ אייגענע מעטשעטן, און מ׳שעכט אויס לעבעדיקע ברידער און שוועסטער, און אַלץ, זאָגן זיי, אין נאָמען פֿון אַן אייגענעם גאָט וואָס פּרעדיקט טויט און נישט לעבן. אָבער אין דער אמתן האָט די גאַנצע מעשׂה גאָר קיין שײַכות נישט מיט קיין שום גאָט. עס גייט דאָך אין פֿאַרכאַפּן יענעמס. עס האַנדלט זיך אין מאַכט, אינעם עלטסטן, זשעדנעסטן כאַראַקטער־שטריך — עס האַנדלט זיך אין מלחמה און מאָרד.
עס זעט אויס, אַז דער מענטש פֿון גלייבן, צי ער גלייבט אין דעם גאָט צי אין אַנדערן, אין איין אידעאַל אָדער אַן אַנדערן — ער קען נישט לעבן אָן אַן אמונה, ווײַל דער גלייבן איז אַן אופֿן פֿון זײַן אַ טייל פֿון אַ קהילה, פֿון קומען זיך צוזאַמען, פֿון פּראַווען בשותּפֿותדיקע טראַדיציעס און מינהגים, ריטואַלן, פֿריידיקע און טרויעריקע מאָמענטן, ווען מ׳האָט עפּעס געמיינזאַמס, ווען מ׳איז אויף דער זעלבער כוואַליע פֿון טראַכטענישן און דערקלערענישן. מ׳דאַרף זיך נישט ברעכן דעם קאָפּ מיט אַ פֿאַרוואָס און מיט אַ פֿאַרווען. מ׳נעמט אָן פֿאַר ליב אַלץ וואָס קומט מיטן פּעקל אָנווײַזונגען און דעקרעטן. דאָס איז גלויבן. איינער וואָס טיילט זיך אָפּ פֿון דער סטאַדע ווערט פֿאַרשריגן און פֿאַראַכטעט. אָבער מיט וואָס טוט מען אָנפֿילן די ליידיקייט, ווען מ׳האָט נישט קיין גלויבן? דאָס איז אַ שווערע סוגיא. האָט מען זיך אָנגעכאַפּט אין אַלערליי איזמען, און דורכגעפֿאַלן, ווײַל אַלע איזמען פֿאַרפֿירן. אַפֿילו ווען מ׳רינט זיי ווי זיי וואָלטן געווען געטלעך. וואָזשע בלײַבט? דו בלײַבסט. ווערסטו אויסגעכאָוועט אין אַ שטוב פֿון גלויבן, בלײַבסטו גלייביק, כאָטש אַ סך פֿון זיי פֿליסן אַמאָל אַוועק מיטן שטראָם. ווערסטו אויפֿגעכאָוועט אין אַ שטוב אָנעם געטלעכן סינדראָם, ווילסטו כּסדר וויסן, וווּ געהער איך? וועמענס בין איך? לויפֿן די ישׂראלים און אַמעריקאַנער ייִדישע יונגע־לײַט קיין אינדיע און מ׳שטעקט זיך אָן אין דעם בודיזם. לויפֿן זיי קיין טײַלאַנד און כינע און יאַפּאַן, און מ׳זוכט דאָרט גליקן, אָבער סוף־כּל־סוף, קומט מען צוריק מיט ליידיקן.
אין מדינת־ישׂראל כאָווען זיך סײַ פֿרומע ייִדן וואָס האַלטן אַז אויף זיי שטייט די ייִדישע וועלט, און אַז נאָר זיי האַלטן אויף אונדזער ייִדישקייט ביז ימי־המשיח. ווידער די אַנדערע ישׂראלים לעבן ווי ס׳גייט און ווי ס׳מאַכט זיך. דערציילט זיך אַ מעשׂה וועגן דעם בעלדזער רבין און דאָס איז נישט קיין אַגדה פֿון אַ מעשׂה. על־פּי נס האָט זיך דער בעלדזער רבי געראַטעוועט פֿונעם חורבן. ס׳גאַנצע לעבן אָפּגעלעבט צווישן גויים און איצט איז ער מיט גאָטס הילף געקומען אין ארץ־הקודש. האָבן דאָך אַלע געמיינט, אַז דער רבי וועט זיך באַזעצן אין ירושלים. איז לא מיט אַן אַלף. “אין ירושלים," האָט ער געטענהט, “זײַנען פֿאַראַן מעטשעטן און קלויסטערס." האָט ער נישט געוואָלט וווינען אין אַ שטאָט וווּ די טומאה איז בשכנות מיט דער קדושה. איז ער געקומען וווינען קיין תּל־אָבֿיבֿ. האָבן זיך זײַנע חסידים שטאַרק געוווּנדערט. ווי קומט עס וואָס זייער רבי האָט זיך דווקא באַזעצט אין תּל־אָבֿיבֿ? און אַז מ׳האָט אים געפֿרעגט:
— רבי לעבן, ווי קומט עס אַז איר האָט אויסגעקליבן תּל־אָבֿיבֿ און נישט די הייליקע שטאָט ירושלים? — האָט ער געהאַט אַ פֿאַרטיקן ענטפֿער:
— קינדערלעך, מיר איז גוט אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָ איז ממש אַ מחיה. ווען איך גיי אַרויס אין גאַס און איך קוק זיך אַרום, וואָס זע איך? איך זע אַז יעדער גוי איז דאָ אַ ייִד.