|
הרבֿ חיים דאַלפֿין |
|
דעם 17טן אויגוסט וועט אין ירושלים זיך עפֿענען אַ נײַער מוזיי, געווידמעט דער געשיכטע פֿון קבלה און חסידות. אַלע אונטערנעמונגען און בילדונג-פּראָגראַמען אינעם מוזיי וועלן דורכגעפֿירט ווערן אויף אַן עגאַליטאַרן אופֿן, דערמעגלעכנדיק מענער און פֿרויען, ייִדן און ניט-ייִדן, צו באַקענען זיך מיט די אוצרות פֿון דער ייִדישער מיסטישער טראַדיציע אויף אַן אויטענטישן אופֿן.
צוליב געוויסע גאָר-קאָמפּליצירטע און סכּנותדיקע ענינים, ווערט קבלה אָפֿט באַטראַכט ווי אַ געהיימע טראַדיציע, פֿאַרשטענדלעך בלויז פֿאַר אַ קליינער צאָל תּלמידי-חכמים. אַלע אויסשטעלונגען און פּראָגראַמען אינעם נײַעם מוזיי וועלן זײַן פֿאַרבונדן בלויז מיט די אוניווערסאַלע, אַלמענטשלעכע אַספּעקטן פֿון קבלה.
דער גרינדער און דירעקטאָר פֿונעם נײַעם מוזיי, הרבֿ חיים דאַלפֿין, אַ ליובאַוויטשער רבֿ און אַ פּסיכאָלאָג פֿון באָראָ-פּאַרק, האָט דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיט דעם "פֿאָרווערטס", אַז דער געדאַנק צו שאַפֿן אַן אוניקאַלן קבלה-מוזיי איז אויפֿגעקומען מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. דער רבֿ האָט פּראַקטיש אַליין פֿאַרווירקלעכט דעם פּראָיעקט, צוזאַמען מיט זײַן ברודער, אָן קיין ממשותדיקער הילף פֿון פֿילאַנטראָפּן. בײַם אָנהייב האָבן זיי פּלאַנירט צו קויפֿן אַן אַלט הויז אינעם ירושלימער ראַיאָן בית-יעקבֿ, וואָס שטייט, לויט דער לעגענדע, אויפֿן אָרט, וווּ מע פֿלעגט אין די אוראַלטע צײַטן אַרויסוואַרפֿן דאָס אַש פֿון קרבנות. נאָך אַ גאַנצן פּלאָנטער מיט די הײַזער, האָט זיך אײַנגעגעבן צו קויפֿן אַ בנין אין רחבֿיה, רחובֿ עזה 18 — אַ שיינע פֿאַרמעגלעכע געגנט אין דער שטאָט. הרבֿ דאַלפֿין האָט דערציילט, ווי אַ שפּאַס, אַז מע וועט אַריבערטראָגן דאָס הייליקע אַש אינעם אָרט, אויסצושטעלן ווי אַ מוזיי-עקספּאָנאַט און צו פֿאַרקויפֿן ווי אַ סגולה אין דער סוּוועניר-קראָם בײַם מוזיי.
אינעם מוזיי וועלן אויסגעשטעלט ווערן אַלטע קבלה-ספֿרים, דאָקומענטן וועגן באַקאַנטע מקובלים און זייערע ווערק, ווי אויך סגולות, קמיעות און אַנדערע זאַכן, וואָס אַנטהאַלטן, על-פּי-קבלה אָדער לויט דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, אַ מיסטישן באַדײַט אָדער אַ סגולה-כּוח: טראַדיציאָנעלע ירושלימער מלבושים, אוראַלטע מטבעות און פֿאַרשיידענע שטוב-זאַכן.
בײַם אָנהייב, האָט הרבֿ דאַלפֿין געוואָלט אָנרופֿן די זאַמלונג "מוזיי פֿון קבלה"; שפּעטער, אָבער, האָט ער באַשלאָסן צוצוגעבן דאָס וואָרט "חסידות", כּדי צו פֿאַראינטערעסירן אַ ברייטערן עולם, און אונטערצושטרײַכן די באַזונדערע וויכטיקייט פֿון דער חסידישער באַוועגונג. דער רבֿ האָט באַטאָנט, אַז הגם ער איז פּערזענלעך אַ ליובאַוויטשער, וועט דער מוזיי האָבן דווקא אַן אַלגעמיינעם כאַראַקטער, און וועט רעפּרעזענטירן אַלע מינים חסידות, נישט בלויז חב״ד. מעגלעך, אַז די אַדמיניסטראַציע וועט דורכפֿירן פֿון צײַט צו צײַט ספּעציעלע אויסשטעלונגען, געווידמעט פֿאַרשיידענע חסידישע שיטות.
אינעם מוזיי וועלן אויך כּסדר דורכגעפֿירט ווערן בילדונג-פּראָגראַמען וועגן גילגולים און אַנדערע ענינים פֿון קבלה און חסידות, ווי אויך צוגרייטונג-קורסן פֿון אַלטערנאַטיווער פּסיכאָלאָגיע און מעדיצין, אויף וועלכע מע וועט שטודירן, ווי אַזוי מע קאָן פֿאַרבעסערן דעם געזונט-מצבֿ, דעם פּסיכאָלאָגישן צושטאַנד, און די סאָציאַלע באַציִונגען, דורך פֿאַרשיידענע עצות און מיטלען פֿון קבלה. מע פּלאַנירט אויך דורכצופֿירן לעקציעס פֿון פֿאַרשיידענע פּראָפֿעסאָרן און אינטעלעקטואַלן, לאַוו-דווקא אויף ייִדישע טעמעס. הרבֿ דאַלפֿין האָט אויסגעאַרבעט אַן אייגענע ווערסיע פֿון רעגרעסיע-טעראַפּיע, באַגרינדעט אויף קבלה און טראַנספּערסאָנעלער פּסיכאָלאָגיע, בפֿרט אויף דער שיטה פֿונעם אַמעריקאַנער פּסיכאָלאָג אַבֿרהם מאַסלאָוו — "Kabbalah Regression Therapy" אָדער "KRT"; דער מוזיי וועט פֿאָרלייגן אַ קורס פֿון זײַן טעראַפּיע-מעטאָד.
דער נײַער מוזיי וועט אויך דינען ווי אַ קהילה-צענטער, וווּ עס וועלן דורכגעפֿירט ווערן קינדער-פּראָגראַמען, מוזיק-אָוונטן, "שבתונען" פֿאַר מיטליעריקע משפּחות, טרעפֿונגען פֿון נישט-חתונה-געהאַטע און אַנדערע אַלגעמיינע אונטערנעמונגען. מע וועט אויך אָרגאַניזירן טוריסטישע טורן אַרום פֿאַרשיידענע ערטער אין ישׂראל, וועלכע האָבן אַ שײַכות צו דער געשיכטע פֿון קבלה און חסידות. הרבֿ דאַלפֿין האָט איבערגעגעבן, אַז מע האָפֿט אויך צו עפֿענען אַ ביבליאָטעק פֿון קבלה-ספֿרים און ווידעאָ-מאַטעריאַלן וועגן פֿאַרשיידענע רביים און מקובלים.
אַזוי ווי עס פֿירט זיך אין אַ סך אַמעריקאַנער מוזייען, וועט אינעם "קבלה-מוזיי" געעפֿנט ווערן אַ "מעמאָראַביליאַ"-קאַפֿע — "קאַפֿע מיט נשמה", וווּ מע וועט אויך אָרגאַניזירן סעודות בעת די "שבתונען". הרבֿ דאַלפֿין האָט איבערגעגעבן, אַז מע וועט באַצירן די קאַפֿע מיט דעקאָראַציעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט קבלה און רוחניות — באַפֿאַרבן די ווענט אין הימל-בלויע טענער און אויפֿהענגען פּאָרטרעטן פֿון גרויסע מקובלים.
אויב דער פּראָיעקט וועט געלינגען פֿינאַנציעל, האָפֿט די אַדמיניסטראַציע צו פֿאַרברייטערן דעם מוזיי אין דער צוקונפֿט.
לעצטנס, האָבן זיך אין דער וועלט פֿאַרשפּרייט כּלערליי אונטערנעמונגען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו קבלה. אַ סך הײַנטיקע היסטאָריקער, פֿילאָסאָפֿן און פּסיכאָלאָגן פֿאַרעפֿנטלעכן כּסדר פֿאָרשונגען וועגן מקובלים, זייערע ווערק און זייער השפּעה אויף ייִדישקייט און אין דער וועלט בכלל. אין אַ סך ערטער ווערן געפֿירט בילדונג-פּראָגראַמען פֿון קבלה, פֿון פֿאַרמאַכטע קלאַסן פֿאַר חסידישע מענער ביז אינגאַנצן אָפֿענע לערן-צענטערס. אייניקע אַזעלכע אונטערנעמונגען קומען פֿאָר בחינם, און האַלטן זיך אויפֿן ריינעם ענטוזיאַזם, אַ צאָל זענען אַ טייל פֿון "קירובֿ"-פּראָיעקטן, וואָס זייער אויפֿגאַבע איז צו דערנעענטערן די וועלטלעכע ייִדן צו רעליגיע; און אַ טייל זענען קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציעס, וואָס נוצן אויס דעם וואַקסנדיקן אינטערעס צום מיסטיציזם ווי אַ מיטל צו פֿאַרדינען געלט. בקיצור, קבלה האָט הײַנט פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט צווישן די זוכער פֿון רוחניות און לעבנס-באַדײַט — סײַ ייִדן, סײַ ניט-ייִדן.
אַ גרויסער פּראָצענט פֿון די פֿרומע, ווי אויך פֿון די ראַציאָנאַליסטיש-געשטימטע ליבעראַלע ייִדן, באַציִען זיך צו דער קבלה-"מאָדע" מיט חשד, און צומאָל מיט אַ בפֿירושער קעגנערשאַפֿט. אָבער, אין די מער אָפֿענע פֿרומע קרײַזן, בפֿרט צווישן די ליובאַוויטשער און בראַצלעווער חסידים, ווערן פֿאַרשיידענע קבלה-אונטערנעמונגען אַלץ מער פּאָפּולער.
אין קראָון-הײַטס, דער הײַנטיקער הויפּט-צענטער פֿון חבֿ״ד, האָט הרבֿ דובֿ-בער פּינסאָן, אַ פּראָמינענטער קענער פֿון קבלה-ענינים, געשאַפֿן נישט לאַנג צוריק דעם "עיִון-אינסטיטוט" — אַ צענטער, וווּ מע לערנט מעדיטאַציעס, חסידישע מעטאַפֿיזיק, און אַנדערע מיסטישע ענינים. אין איינעם פֿון זײַנע ביכער, "גילגולים און ייִדישקייט", באַטאָנט הרבֿ פּינסאָן, אַז קבלה איז אַקטועל פֿאַר אַלע מענטשן, לאַוו-דווקא ייִדן.
אַ יונג ליובאַוויטשער פּאָרפֿאָלק, פּסח און חנה בורסטאָן, די חבֿ״ד-שליחים אין מאָנראָ — די שטאָט אינעם שטאַט ניו-יאָרק, וווּ ס׳געפֿינט זיך די געגנט קרית-יואל, דאָס באַקאַנטע שטעטל פֿון די סאַטמאַרער חסידים — אָרגאַניזירן אין זייער היים וועכנטלעכע קלאַסן און וועטשערעס מיטן אַן אומגעוויינטלעכן נאָמען: "קבלה און הינער-זופּ". אין דער סאַטמאַרער סבֿיבֿה האָט דער-אָ נאָמען, ווי אויך דער עגאַליטאַרער סטיל פֿון די אונטערנעמונגען, אַרויסעגערופֿן אַ נעגאַטיווע רעאַקציע; אָבער, צווישן, די אָרטיקע מאָדערן-אָרטאָדאָקסישע, רעפֿאָרמער און סעקולערע ייִדן זענען די קלאַסן געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער.
אַ טייל קריטיקער פֿון "קבלה-צענטערס" טענהן, אַז ס׳רובֿ הײַנטיקע קבלה-פּראָיעקטן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ געמיש פֿון קאָמערץ און משונהדיקייט. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז דער נײַער מוזיי, ווי אויך דער אַלגעמיינער וואַקסנדיקער אינטערעס צו קבלה אין דער וועלט, וועט טאַקע צוציִען מענטשן צום עכטן רוחניות.