|
הײַיאָר האָבן 21 קינדער אונטער 10 יאָר אַלט זיך באַטייליקט אין דער "ייִדיש־וואָך", צווישן זיי — די קינדער פֿון צוויי מאַמעס, הינדע בורשטין און ד״ר שאָנאַ שערקער. די מאַמעס האָבן אָבער געבעטן נישט אָנווײַזן, ווער ס׳זענען זייערע קינדער אויפֿן בילד, כּדי אויפֿצוהאַלטן זייער פּריוואַטקייט |
|
ווער זאָגט, אַז ייִדיש איז אַ לשון פֿון אַלטע לײַט? בעת דער הײַיאָריקער "ייִדיש־וואָך" מיט צוויי וואָכן צוריק, זענען אַ דריטל פֿון די 150 באַטייליקטע געווען אונטער 25 יאָר, און צווישן זיי: 21 ייִנגעלעך און מיידעלעך אונטער 10 יאָר אַלט, וועלכע האָבן אַלע זיך געשפּילט, געוויינט און געקוויטשעט אויף ייִדיש, ממש אַ מחיה געווען צו הערן...
די "ייִדיש־וואָך", אָנגעפֿירט פֿון "יוגנטרוף יוגנט פֿאַר ייִדיש", איז אַ יערלעכער זעקס־טאָגיקער זומער־לאַגער אין קאָפּייק, נ״י, וווּ אַלע לעקציעס, דיסקוסיעס, קונסט־ און ספּאָרט־אַקטיוויטעטן ווערן אָנגעפֿירט אויף ייִדיש. עס באַטייליקן זיך מענטשן פֿון אַלע עלטערס: אוניווערסיטעט־סטודענטן, משפּחות מיט קינדער, מיטל־יעריקע און עלטערע לײַט. אָפֿט מאָל קומען דערוואַקסענע ייִדיש־רעדער צוזאַמען מיט זייערע אייגענע עלטערן.
צוליב דער גרויסער יונגער באַפֿעלקערונג הײַיאָר, האָט מען צום ערשטן מאָל אָרגאַניזירט אַ געשעעניש, "פּורים אין יולי" — אַ מאַסקאַראַד און פּורים־שפּיל, וואָס איז פֿאָרגעקומען שבת־צו־נאַכטס. במשך פֿון די עטלעכע טעג פֿאַר דער אונטערנעמונג האָט מען געהאָלפֿן די קינדער מאַכן מאַסקעס און באַקן המן־טאַשן. מע האָט זיי אויך גענומען אויף וואַלד־שפּאַצירן, געשפּילט מיט זיי אין פֿאַרשיידענע ייִדישע קרײַזשפּילן, געזונגען מיט זיי ייִדישע קינדער־לידער און זיי פֿאָרגעלייענט פֿון ייִדישע קינדער־ביכעלעך.
דאָס איז אויך געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס עס האָט זיך באַטייליקט אין דער "ייִדיש־וואָך" אַ משפּחה מיט צוויי מאַמעס: הינדע בורשטין, 46 יאָר, און ד״ר שאָנאַ שערקער, 43 יאָר, מיט זייערע קינדער, מחיהלע און שלום — ביידע 2 יאָר אַלט. הינדע און שאָנאַ, וועלכע וווינען אין סידני, אויסטראַליע, האָבן זיך דערוווּסט וועגן דער "ייִדיש־וואָך" פֿונעם יונגן פּאָרפֿאָלק, דודי און רותי רינגלבלום, וואָס זענען, אין איינעם מיט זייערע קינדערלעך, אָפֿטע געסט אויף דער "ייִדיש־וואָך".
הינדע איז געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אין מעלבורן, וווּ זי האָט שוין גערעדט ייִדיש אין די פֿריסטע קינדער־יאָרן, סײַ מיט אירע עלטערן, וואָס זענען ביידע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, סײַ אין דער "שלום־עליכם שול" אין מעלבורן — אַ טאָגשול פֿון קינדערגאָרטן ביז 18 יאָר, וווּ די תּלמידים אין דער עלעמענטאַר־שול לערנען זיך אַלע ייִדישע שטודיעס אויף ייִדיש, און אין דער מיטלשול, קען מען זיך לערנען ייִדיש עטלעכע מאָל אַ וואָך.
אויפֿן פּראָפֿעסיאָנעלן פֿראָנט, אַרבעט הינדע אויף אַ דיסערטאַציע בײַם "אוניווערסיטעט פֿון סידני". איר טעמע איז די ייִדישע פּאָעזיע ווי אַ פּאָליטישע פֿאָרעם פֿון אַקטיוויזם, בפֿרט קעגן סעקסיזם און ראַסיזם, ווי עס שפּיגלט זיך אָפּ אין די ווערק פֿון ראָזאַ נעוואַדאָווסקאַ, שׂרה שבת, אײַדע מאַזע און אַ צאָל אַנדערע פּאָעטן.
שאָנאַ, אַ קאַנאַדע־געבוירענע, איז נישט דערצויגן געוואָרן אויף ייִדיש, אָבער זי געדענקט, ווי איר טאַטע פֿלעג רעדן ייִדיש מיט דער באָבען אין שפּיטאָל. הײַנט איז זי אַן עפּידעמיאָלאָג.
"שאָנאַ און איך זענען שוין צוזאַמען 15 יאָר — האָט הינדע דערציילט — און ווען מיר האָבן באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ משפּחה אין איינעם, איז נישט געווען קיין פֿראַגע, אַז מיר וועלן עס טאָן אויף ייִדיש." דורך דער קינסטלעכער אײַנזוימענונג (אויך באַקאַנט ווי "אַלטערנאַטיווע אײַנזוימענונג") איז הינדע פֿאַרגאַנגען אין טראָגן מיט מחיהלען, און שאָנאַ — מיט שלומען, און ביידע אינעם זעלבן יאָר. הײַנט איז מחיהלע אַלט 2 יאָר מיט 8 חדשים, און שלום איז ערשט געוואָרן 2 יאָר.
יאָרן לאַנג האָבן הינדע און שאָנאַ געוווינט אין מעלבורן, וווּ מע הערט ייִדיש גאַנץ אָפֿט, אַ דאַנק דער שלום־עליכם שול און אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס, ווי דער "ייִדישער קולטור־צענטער און נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק — ׳קדימה׳". אָבער צוליב אַ פֿאָרש־אַרבעט וואָס שאָנאַ פֿירט דורך, אויף דער טעמע, ווי אויסצומײַדן פֿאַלן פֿון דערטרינקען ווערן (אַ שווערע פּראָבלעם אין אויסטראַליע), האָבן זיי זיך געמוזט איבערציִען קיין סידני.
"צום באַדויערן, איז אין סידני בכלל נישטאָ קיין ייִדישע קהילה," האָט הינדע באַמערקט. "כ׳וויל, אַז די קינדער זאָלן האָבן מיט וועמען צו רעדן ייִדיש, אַחוץ אונדז. ס׳איז דאָ אַ ייִדיש־קלאַס אין ׳אוניווערסיטעט פֿון סידני׳, אָבער די לערערין רעדט נישט ייִדיש מיט אירע אייגענע קינדער. טוען מיר אַלץ וואָס מיר קענען. מיר קוקן אָפֿט דעם ווידעאָ־קאָמפּאַקטל ׳פּריפּעטשיק זינגט׳, מיר הערן ייִדישע לידער, מיר רעדן כּסדר. האָפֿנטלעך, ווען שאָנאַ וועט ענדיקן איר פֿאָרש־פּראָיעקט דאָ, וועלן מיר צוריקפֿאָרן קיין מעלבורן."
די קינדער האָבן שטאַרק ליב ווען מע לייענט זיי פֿאָר, האָט הינדע געזאָגט. זייערע באַליבטסטע ייִדישע ביכלעך זענען "טאַנצנדיקע דינאָזאַווערס" פֿון רבֿקה ווײַט (מעלבורן, 1994), "מײַן הינטל: ייִדישע לידער פֿאַר קינדער" (מעלבורן, 1987) און "די גילדערנע פּאַווע: לידער און פֿערזן" פֿון י. גויכבערג (ניו־יאָרק, 1949).
"די פּראָבלעם אָבער, איז וואָס די וועלטלעכע ייִדישע קינדערביכעלעך זענען וויזועל נישט אינטערעסאַנט — האָט הינדע באַמערקט — און דערפֿאַר דאַרף מען שאַפֿן נײַע ייִדישע ביכער, שפּילצײַגן, קאָמפּאַקטלעך (מוזיק און פֿילם) און אַנדערע רעסורסן פֿאַר קינדער." דערווײַל טוט הינדע ווי די אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע טאַטעס און מאַמעס; זי זעצט איבער געוויסע ענגלישע קינדער־ביכלעך אויף ייִדיש. "בײַ אונדז איז אָבער איין אונטערשייד," דערקלערט הינדע. "מיר זעצן איבער ביכלעך וועגן קינדער וואָס האָבן צוויי מאַמעס. בײַ אונדזערע פֿרײַנד איז נאָרמאַל, אַז עס זענען דאָ משפּחות פֿון פֿאַרשידענע פֿאָרמעס, און אין דער טאָגהיים, וווּ מיר שיקן די קינדער, לערנט מען, אַז ליבע איז דער יסוד פֿון אַ משפּחה, אומאָפּהענגיק, ווער די משפּחה־מיטגלידער זענען."
הגם הינדע און שאָנאַ ווילן, אַז מחיהלע און שלום זאָלן מיט דער צײַט גיין אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער שול ווי די "שלום־עליכם־שול", זאָרגן זיי זיך, אַז די קינדער וועלן זיך דאָרט פֿילן אָפּגעזונדערט. "מיר ווילן נישט שרײַען פֿון די דעכער, אַז מיר זענען לעזביאַנקעס, אָבער מיר ווילן עס אויך נישט באַהאַלטן, פּונקט אַזוי ווי מיר באַהאַלטן נישט אונדזער רעדן ייִדיש."
הגם הינדע און שאָנאַ זענען זייער אָפֿן וועגן זייער אייגנאַרטיקן משפּחה־לעבן, און זענען געווען גרייט צו געבן אַן אינטערוויו דעם "פֿאָרווערטס", האָבן זיי אָבער געבעטן נישט אָפּדרוקן קיין באַזונדערע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זייערע קינדער. "נישט אַלע האָבן אַ גוטן צוגאַנג צו לעזביאַנקעס, און עס קען שאַפֿן פּראָבלעמען אַזוי אָפֿן צו אידענטיפֿיצירן אונדזערע קינדער, אָן זייער דערלויבעניש אָדער הסכּמה."
הינדע זאָרגט זיך אויך, אַז וואָס מער די קינדער וועלן זיך אויסלערנען ענגליש, אַלץ ווייניקער וועלן זיי וועלן רעדן ייִדיש. במשך פֿון די לעצטע 1/2־2 חדשים איז די משפּחה אײַנגעשטאַנען בײַ שאָנאַס קרובֿים, וווּ מע רעדט בלויז ענגליש, און די קינדער זענען במילא אין גאַנצן אַריבער אויף ענגליש.
"נאָך דעם ווי מיר האָבן פֿאַרבראַכט אויף דער ייִדיש־וואָך, האָבן די קינדער ביסלעכווײַז צוריק אָנגעהויבן רעדן ייִדיש, און איך בין אויך געוואָרן פֿעסטער אין מײַן איבערצײַגונג, אַז די קינדער קענען זײַן פֿליסיקע ייִדיש־רעדערס, נישט געקוקט אויף דעם וואָס זיי הערן ייִדיש נאָר פֿון זייערע מאַמעס, און טעלעפֿאָניש פֿון זייער באָבע־זיידע און דער מומע אין מעלבורן. איצט רעדן שאָנאַ און איך מער ייִדיש צווישן זיך, ווען מיר זענען מיט די קינדער."
"ס׳איז געווען זייער גוט צו טרעפֿן אַנדערע עלטערן, וואָס וווינען נישט אין ניו־יאָרק — אַזוי ווי די נויבערגס — ווײַל ס׳איז שווער צו דערציִען די קינדער אויף ייִדיש, ווען ס׳איז נישטאָ קיין ייִדישע סבֿיבֿה." ד״ר שמעון נויבערג, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין "טריִער אוניווערסיטעט", דײַטשלאַנד, און זײַן פֿרוי, געלע, האָבן דרײַ קליינע קינדער. די עלטסטע, די 6־יאָריקע טרײַנע, האָט סײַ פֿאַראַיאָרן זומער, סײַ דאָס יאָר, באָגײַסטערט דעם עולם מיט איר רײַכן ייִדישן ווערטער־אוצר.
הינדע האָט אויך געלויבט די בליצגרופּע פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע עלטערן,
tate-mames@googlegroups.com, וואָס גיט די עלטערן אַ געלעגנהייט צו שמועסן וועגן ענינים פֿון דערציִען קינדער אויף ייִדיש, און וווּ מע גיט איינס דעם אַנדערן עצות וועגן פּאַסיקע ייִדיש־מאַטעריאַלן. "די בליצגרופּע העלפֿט זייער די עלטערן, וועלכע זענען מער איזאָלירט," האָט זי געזאָגט.
די "ייִדיש־וואָך" האָט אויך אויף שאָנאַן געמאַכט אַ רושם. "כ׳בין זיכער, אַז סײַ מײַן ייִדיש, סײַ מחיהלעס ייִדיש, האָט זיך פֿאַרבעסערט אין אַזאַ קורצער צײַט. שטעלט זיך נאָר פֿאָר, ווען מיר וואָלטן געהאַט אַ ׳ייִדיש יאָר׳!"