געוויינטלעך, ווען דער אַמעריקאַנער ראַט פֿון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים ("אַר־סי־איי") גיט אַרויס אַ נײַע תּקנה, הערט מען דאָ און דאָרט אַ פּראָטעסט פֿון געוויסע רבנים אין דער אָרגאַניזאַציע, אָבער מיט דער צײַט בעט מען זיך איבער, אָדער די אָפּאָזיציע שלינגט עס אַראָפּ, צוליב שלום־בית.
אָבער ווען דער אַמעריקאַנער רבנים־ראַט האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר געמאָלדן אַ פֿולשטענדיקע ענדערונג אין איר פּאָליטיק וואָס שייך דעם גיור־פּראָצעס, האָט עס אַרויסגערופֿן אַזאַ פּראָטעסט מצד אַ צאָל אָנגעזעענע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿירער, אַז עס קאָן מיט דער צײַט ממש צעשפּאַלטן די אַמעריקאַנער רבנים־געזעלשאַפֿט.
די שינויים זענען אַ רעזולטאַט פֿון אַן אָפּמאַך וואָס דער אַמעריקאַנער רבנים־ראַט און דער "בית־דין פֿון אַמעריקע" האָבן הײַיאָר אָנגעקניפּט מיט דעם ישׂראלדיקן הויפּט־רבנות. אין אַפּריל 2006 האָט דער ישׂראלדיקער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ, שלמה עמר, געמאָלדן, אַז ער וועט מער נישט אָנערקענען אויטאָמאָטיש דעם גיור, דורכגעפֿירט דורך די רבנים פֿונעם אַמעריקאַנער רבנים־ראַט. דאָס האָט אָנגעוואָרפֿן אַ פּחד אויף אַ סך אַמעריקאַנער גרים, אַז אפֿשר וועט מען מער נישט אָננעמען זייער סטאַטוס ווי ייִדן.
הרבֿ באַרי פֿרוינדעל, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער שיל "קשר־ישׂראל" אין וואַשינגטאָן, און דער פֿאָרזיצער פֿון דעם גיור־קאָמיטעט בײַם אַמעריקאַנער רבנים־ראַט, האָט אין מאַרץ פֿאַרטיידיקט דעם באַשלוס פֿונעם רבנים־ראַט מיט אַן עפֿנטלעכן בריוו אין דער "דזשויִש וויק" (Jewish Week). צוליב דעם וואָס די סטאַנדאַרטן פֿון גיור אין צפֿון־אַמעריקע זענען ביז איצט געווען נישט אויסגעהאַלטן — שרײַבט ער — האָט עס דערמעגלעכט געוויסע נישט־פּאַסיקע אַקציעס. "געוויסע רבנים האָבן מגייר געווען מענטשן צוליב פֿינאַנציעלער באַלוינונג; אַנדערע האָבן עס געטאָן ווײַל געוויסע פֿאַרוואַלטער פֿון זייער שיל האָבן געדריקט אויף זיי צו ׳לייזן׳ די אומבאַקוועמע סיטואַציע, וואָס זייער קינד האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ נישט־ייִד. דערפֿאַר האָט דער רבנים־ראַט באַשלאָסן, אַז ס׳איז געקומען די צײַט צו גרינדן אַן אויסגעהאַלטענע סטרוקטור פֿאַרן גיור־פּראָצעס אין דער צפֿון־אַמעריקאַנער אָרטאָדאָקסישער קהילה."
דער אַמעריקאַנער רבנים־ראַט האָט מסכּים געווען צונויפֿצושטעלן אַ רשימה פֿון 15 אַמעריקאַנער בתּי־דין און בערך 40 דיינים, אָנערקענט פֿון דעם ישׂראלדיקן הויפּט־רבנות, וואָס וועלן מעגן מגייר זײַן מענטשן. אָט די אָפֿיציעלע נעץ פֿון בתּי־דין וועט באַשטימען די סטאַנדאַרטן פֿון גיור, און האַלטן אַן אויג, אַז די סטאַנדאַרטן ווערן אָפּגעהיט איבערן גאַנצן לאַנד, און אַז די קאַנדידאַטן וואָס וועלן דורכמאַכן דעם גיור זענען טאַקע ערנסט געשטימט צו פֿירן אַ פֿרום לעבן.
ביז איצט האָט יעדער רבֿ, וואָס זײַן סמיכה ווערט אָנערקענט פֿונעם אַמעריקאַנער רבנים־ראַט, געקענט אַליין אָנפֿירן מיטן גיור פֿון פֿאַראינטערעסירטע בעלנים אין זײַן ציבור. ער האָט געוווּסט, אַז זײַן "שטעמפּל" איז כּשר און וועט אויטאָמאַטיש אָנגענומען ווערן פֿונעם ראַט, און במילא אויך פֿון דער ישׂראלדיקער הויפּט־רבנות, טאָמער באַשליסט דער גר שפּעטער עולה צו זײַן קיין ישׂראל. דער איצטיקער פּסק וועט, אין תּוך, צונעמען זייער רעכט דאָס צו טאָן, כאָטש ר׳ פֿרוינדעל פֿאַרזיכערט זיי, אַז זיי וועלן ווײַטער שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע בײַם לערנען מיט די גרים ייִדישקייט און פֿיגורירן ווי זייער וועגווײַזער במשך פֿונעם פּראָצעס; און אויך נאָכן גיור, וועט דער רבֿ זיי העלפֿן זיך פֿולשטענדיק אינטעגרירן אין דער קהילה.
הרבֿ מאַרק איינדזשעל, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער שפּאַניש־פּאָרטוגעזישער סינאַגאָגע אין מאַנהעטן, און אַן אַמאָליקער פּרעזידענט פֿון דעם אַמעריקאַנער רבנים־ראַט, האַלט, אַז דאָס איז ווײַט נישט גענוג. נאָך איידער דער רבנים־ראַט האָט פּובליקירט דעם פּסק, האָט הרבֿ איינדזשעל, אין נאָוועמבער 2007, אָנגעשריבן אַ שאַרפֿע קריטיק אין "פֿאָרוואַרד" (Forward), זאָגנדיק: "ס׳איז טרויעריק, וואָס די פֿירערשאַפֿט פֿונעם רבנים־ראַט האָט קאַפּיטולירט פֿאַר די פֿאָדערונגען פֿון הרבֿ עמר... די באַזונדערע רבנים פֿון דער אָרגאַניזאַציע וועלן מער נישט קאָנען מגייר זײַן מענטשן, סײַדן זיי זענען גרייט צו ריזיקירן, אַז דער ראַט אָדער דאָס ישׂראלדיקע הויפּט־רבנות וועט עס אפֿשר נישט אָנערקענען. די מאַכט ווערט הײַנט קאָנצענטרירט אין אַלץ ווייניקער און ווייניקער הענט. דער רעזולטאַט וועט זײַן, אַז אַ סך נישט־ייִדן, וועלכע קלערן צו ווערן ייִדן, וועלן זיך ווענדן צו נישט־הלכישע מיטלען, אָדער בכלל זיך נישט מגייר זײַן. הגם ס׳איז אמת, אַז די גרים מוזן טאַקע אָננעמען די מיצוות, שטייט אין דער גמרא, אַז מע דאַרף לערנען די גיור־קאַנדידאַטן בלויז ׳עטלעכע פֿון די וויכטיקערע און קלענערע מיצוות׳. עס שטייט בפֿירוש נישט, אַז דער קאַנדידאַט מוז צוזאָגן אָנצוהאַלטן אַלע מיצוות."
אין אַפּריל איז די מחלוקת נאָך שאַרפֿער געוואָרן נאָך אַן אינצידענט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין ישׂראל. דער ירושלימער בית־דין האָט אָנגענומען דעם פּסק פֿונעם בית־דין פֿון אַשדוד, אַז אַ געוויסע פֿרוי, וואָס האָט זיך מגייר געווען מיט 15 יאָר פֿריִער, האָט פֿאַרלוירן איר סטאַטוס ווי אַ ייִדישע טאָכטער, צוליב דעם וואָס זי האָט נישט געפֿירט אַ פֿרום לעבן; און במילא זענען אירע פֿיר קינדער אויך מער נישט געווען קיין ייִדן. דער ירושלימער בית־דין איז געגאַנגען נאָך ווײַטער, און רעקאָמענדירט, אַז אויך אַנדערע גיורים, דורכגעפֿירט פֿון הרבֿ חיים דרוקמאַן, דער רבֿ וואָס האָט זי מגייר געווען, זאָלן אַנולירט ווערן.
דער פּסק מיט דער אַשדודער פֿרוי האָט אַרויסגערופֿן אַזאַ קריטיק, אַז דער אַמעריקאַנער רבנים־ראַט האָט געמוזט זיך אָפּרופֿן אויף דעם. דעם 6טן מײַ האָט דער רבנים־ראַט געשריבן אויף איר וועבזײַט: "מיר האַלטן, אַז דער פּסק איז אין גאַנצן קעגן דער נאָרמע פֿון דער הלכה; ער איז עובֿר אויף אַ צאָל דינים וועגן גרים און זייערע משפּחות; ער באַטרעפֿט אַ חילול־השם, באַליידיקט חשובֿע רבנים און הלכה־מומחים אין ישׂראל, און איז גורם געווען אַ ברייטן קאָנפֿליקט צווישן ייִדן אין ישׂראל און אין די תּפֿוצות. דער אַמעריקאַנער רבנים־ראַט איז דערשיטערט וואָס דער בית־דין האָט אַרויסגעלאָזט אַזאַ פּסק."
די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים אין אַנדערע לענדער האָבן אויך אויסגעדריקט זייער פּראָטעסט וועגן דעם האַרבן פּסק פֿון דעם ישׂראלדיקן רבנות. דעם 29סטן מײַ האָט הרבֿ נפֿתּלי בראַווער, אַן אָנגעזעענער גײַסטיקער פֿירער אין לאָנדאָן, געשריבן אויף זײַן וועבזײַט: "וואָס פֿאַר אַ מין רבנים קאָנען פֿאָרלייגן, אַז מע זאָל בײַ טויזנטער ייִדן אַראָפּרײַסן זייער ייִדישן סטאַטוס? וואָס פֿאַר אַ מין ייִדישקייט איז דאָס? ס׳איז אַ בושה! קענט איר זיך דען פֿאָרשטעלן, אַז אַזאַ גרויסער רבֿ ווי, למשל, הרבֿ משה פֿײַנשטיין, זאָל אָפּוואַרפֿן טויזנטער גיור־פֿאַלן, סײַדן ער האָט נישט צו ערשט זיך אָנגעשטרענגט מיט אַלע כּוחות צו געפֿינען אַ וועג זיי צו באַרעכטיקן? דער גרויסער וואָלאָזשינער ראש־ישיבֿה, דער נצי״בֿ, האָט געזאָגט, אַז די מיצווה, נישט טאָרן אונטערדריקן אַ גר, איז אויך חל אויף יענע, וואָס שווײַגן, זעענדיק, ווי אַנדערע אונטערדריקן אים."
דעם 15טן יוני, אַ וואָך נאָך שבֿועות, האָט די "דזשערוסאַלעם פּאָסט" (Jerusalem Post) אָפּגעדרוקט אַן אָנגעווייטיקטן פּראָטעסט פֿונעם אַמעריקאַנער־געבוירענער הויפּט־רבֿ פֿון אפֿרת, ר׳ שלמה ריסקין. אונטערן קעפּל "פֿאַר וואָס מײַן תּורה וויינט," שרײַבט ער: "געוויינטלעך פֿרייט זיך מײַן תּורה שבֿועות ווען מיר לייענען מגילת־רות, די מעשׂה פֿון אַ מואבֿישער פֿרוי, די אַלמנה רות, וואָס איז מיט ליבשאַפֿט אָנגענומען געוואָרן אין דער ייִדישער קהילה ווי אַ רעכטפֿאַרטיקער גיורת. דאָס מאָל אָבער וויינט מײַן תּורה, ווײַל עס האָבן זי צוגעגנבֿעט אַ גרופּע פֿאַלשע אויסטײַטשער. מײַן תּורה וויינט, צוליב געוויסע דיינים פֿון בית־דין, וואָס האָבן פֿאַרגעסן די 11 פֿאַרבאָטן קעגן וויי טאָן אַ גר — און פֿאַרגעסן, אַז עס שטייט אין דער גמרא, אַז מע זאָל נישט זײַן צו שטרענג מיט אַ פּאָטענציאַלן גר (יבמות 47)... זיי האָבן פֿאַרגעסן דעם רמבמס פּסק, אַז אַפֿילו אויב אַ גר איז בלויז געגאַנגען אין דער מיקווה (און זיך געמלט, אויב ער איז אַ מאַנסביל), און אַפֿילו אויב דער גיור איז געווען צוליב אַ פּערזענלעכער ראָמאַנטישער סיבה, בלײַבט ער אָדער זי ווײַטער אַ ייִד... מײַן תּורה וויינט, ווײַל געוויסע דיינים האָבן זיך נישט אויסגעלערנט דעם משל פֿון מגילת־רות, אָדער די סיבה פֿאַר וואָס גאָט האָט געגעבן דער וועלט די תּורה."
פֿרוינדעל, אין נאָמען פֿונעם רבנים־ראַט, האָט באַטאָנט, אַז די נײַע סיסטעם האָט נישט בדעה צו בײַטן דעם ייִדישן סטאַטוס פֿון מענטשן, וואָס האָבן זיך שוין מגייר געווען. "די וואָס האָבן דורכגעמאַכט אַ לעגיטימען גיור בלײַבן ווײַטער ייִדן און די אָרטיקע בתּי־דין וועלן אונטער דער סיסטעם נישט זײַן פֿאַראָרדנט אויסצופֿאָרשן קיינעם פֿון די פֿאַרגאַנגענע גיורים," האָט ער געשריבן.
פֿרוינדעל האָט אָבער נישט דערקלערט, וואָס ער מיינט מיטן וואָרט "לעגיטים". אַזוי לאַנג ווי אַזוינע עיקרדיקע פּרטים וועלן נישט אויפֿגעקלערט ווערן, וועט דער ענין ווײַטער באַאומרויִקן סײַ די רבנים, וואָס האָבן שוין מגייר געווען מענטשן, סײַ די גרים אַליין.