ישׂראל, קהילה־לעבן
די עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער
די עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער
Getty Images

מיר האָבן שוין, ברוך־השם אין ירושלים אויך אַ בריק, פּונקט אַזוי ווי אין אַ סך אַנ­דערע הויפּטשטעט איבער דער וועלט, ווי אין וואַרשע איבער בוג, סאַנקט־פּעטערבורג איבער ניעוואַ, קיִעוו איבערן דניעפּער, לאָנ­דאָן איבער טעמזע, פּאַריז איבער דער סיענע, רוים איבער דעם טיבער א״אַנד.

די אַלע בריקן זײַנען איבער טײַכן און וואַסערן, וואָס פֿאַרבינדן קוואַרטאַלן און טיילן פֿון לאַנד־שטרעקעס. אָבער אונדזער נײַע בריק איז ממש אַן אויסנאַם. עס וועט פֿאַרבינדן עטלעכע הויפּטגאַסן פֿון שטאָט און, אם־ירצה־השם, אין צוויי יאָר אַרום, וועט אויף איר לויפֿן דער ירושלימער טראַמ­ווײַ, וואָס וועט פֿאַרבינדן דעם הר־הרצל, גילה, פּיסגת־זאבֿ, רמות און אַנדערע קוואַרטאַלן מיטן סאַמע צענטער פֿון שטאָט און אַנדערע פּונקטן.

די דאָזיקע בריק, וואָס רופֿט זיך “גשר־המיתרים" — די “סטרונע־בריק", איז 360 מעטער לאַנג, 14.82 מעטער ברייט. עס הענגט אויף 66 שטאָלענע שטאַנגען, וואָס זעען אויס פֿון דער ווײַטנס ווי סטרונעס פֿון אַ האַרף, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דעם טורעמדיקן שטאַנג וואָס איז 118 מעטער הויך. די וואָג פֿון דער גאַנצער בריק איז בסך־הכּל 4,200 טאָן. די געשטאַלט פֿון די אויסגעשטרעקטע סטרונעס, וואָס גרייכן ביז צו דער שפּיץ פֿון דעם מאַסט, גיבן דעם אײַנדרוק ווי עס וואָלט געווען אַ האַרף, וואָס דערמאָנט די האַרף, אויף וועלכער עס האָט געשפּילט דער מלך דוד, דער גרינדער און בויער פֿון ירושלים — עיר דוד...

דאָס האָט טאַקע איבערגעגעבן דער פּלאַנירער, אַרכיטעקט און אינזשעניר פֿון דער דאָזיקער בריק, דער שפּאַניער סאַנטיאַגאָ קאַלטאַוואַראַ. ער איז אינספּירירט געוואָרן פֿון דעם פּסוק אין תּהילים ק״נ, וואָס זאָגט: “הללוהו בנבֿל וכינור" — לויב אים (גאָט), מיט גי­טאַר און האַרף. דעריבער הייסט די בריק “גשר־המיתרים" — די “סטרונע־בריק".

דעם 25סטן יוני, מיטוואָך אין דער פֿרי, איז אויף דער בריק פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלע­כע פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט צענדליקער פֿאָר­שטייער פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פּרע­סע. איך האָב רעפּרעזענטירט דעם “פֿאָר­ווערטס" פֿון ניו־יאָרק בײַ דער דאָזיקער פּרעסע־קאָנפֿערענץ. מיט גרויס אינטערעס און נײַגעריקייט האָבן מיר אויסגעהערט די פּרטים און צוועקן פֿון דער דאָזיקער אוניקאַלער בריק, וואָס וועט אייגנטלעך פֿון איצט אָן זײַן דער טויער בײַם אַרײַנפֿאָר אין אונדזער הויפּטשטאָט ירושלים.

ספּעציעל איז די נײַגעריקייט געווען שטאַרק גרויס צו הערן, וואָס עס האָט צו זאָגן דער וועלט־באַרימטער אַרכיטעקט סאַנ­טיאַגאָ קאַלטאַוואַראַ, וועלכער האָט שוין אין זײַן קאַריערע אויסגעבויט צענדליקער באַרימטע, מאָדערנע בריקן אין פֿאַרשיידענע שטעט און לענדער איבער דער וועלט.

“בריקן זײַנען אַן אינסטרומענט פֿאַר שלום", האָט ער געזאָגט, “זיי פֿאַרבינדן פּלע­צער וואָס זײַנען צעשיידט און אָפּגעטיילט. זיי גיבן אַ מעגלעכקייט פֿאַר מענטשן זיך צו טרעפֿן און זיך צו פֿאַראייניקן. זיי דינען אַפֿילו ווי אַ טרעפֿפּונקט, זיי ווערן גע­בויט פֿאַר דעם צוועק פֿון פּראָגרעס פֿאַר יעדן בירגער... בריקן האָבן אַ רעליגיעזן כאַראַק­טער. דאָס וואָרט ‘רעליגיע’ שטאַמט פֿון דער לאַטײַנישער שפּראַך, וואָס מיינט טאַקע ‘שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג’. דער דאָזיקער טערמין האָט אַ זייער טיפֿן באַטײַט, באַזונדערס אין ירושלים. דער נאָמען ‘ירושלים’ אַליין אַנטהאַלט שוין די ווערטער ‘שלום’, ‘סאַלאַם’. אַ בריק איז באַזונדערס פֿאַרשטענדלעך אין אַ שטאָט, ווי ירושלים. מיט אַלץ וואָס זי שטעלט מיט זיך פֿאָר, פֿאַר אַלע רעליגיעס און עטנישע גרופּעס, פֿאַר דער גאַנצער מענטשהייט", האָט פֿאַרענדיקט זײַן אַני־מאמין דער וועלט־באַרימטער בויער פֿון בריקן סאַנטיאַגאָ קאַלטאַוואַראַ.

די דאָזיקע ווערטער האָבן געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף די אָנוועזנדיקע פּרע­סע־לײַט פֿון דער גאַנצער וועלט. אַלע האָבן פֿאַרשטאַנען אַז די דאָזיקע בריק, געבויט פֿון בעטאָן און אײַזן, מיט אַ מאַסט וואָס טורעמט 118 מעטער אין הימל אַרײַן, דאַרף דינען ווי אַן אינסטרומענט פֿאַר שלום און פֿאַרשטענדעניש צווישן די פֿעלקער און רעליגיעס וואָס באַפֿעלקערן די הייליקע שטאָט ירושלים...

* * *

אין דעם זעלבן טאָג, אַכט אַ זייגער אין אָוונט, האָבן איבער 30 טויזנט ירושלימער תּושבֿים און געסט פֿונעם גאַנצן לאַנד און אויסלאַנד, באַלאַגערט די אַלע גאַסן און שטחים נאָענט צו דער בריק, כּדי בײַצוזײַן בײַ דעם אָפֿיציעלן חנוכּת־הגשר “גשר־המיתרים", מיט דער באַטייליקונג פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, דעם ראָש־העיר פֿון ירושלים אורי לופּוליאַנסקי, דעם טראַנספּאָרט־מיניסטער שאָול מופֿז, צענדליקער כּנסת־דעפּוטאַטן און הויכע רע­גירונגס־באַאַמטע.

אין דער גראַנדיעזער, עקסטראַוואַגאַנ­טער פּראָגראַם זענען אויפֿגעטראָטן די זינגער דוד דאור, דודו פֿישער, ישי לפּידות, אַריק דוידובֿ (דאַווידאָוו), דער סימפֿאָנישער אָר­קעס­טער פֿון רעננה, טאַנץ־גרופּעס פֿון קינ­דער און יוגנטלעכע, באַגלייט מיט קאָליר­פֿולע פֿליִענדיקע ליכט־ראַקעטן.

עס זענען אָבער אויך געווען אַזעלכע — ווי עס איז שוין נאַטירלעך און געוויינטלעך בײַ אונדז ייִדן — וואָס סײַ דער גראַנדיעזער פֿאַרנעם און סײַ די עקסטראַוואַגאַנץ פֿון דער פּראָגראַם, איז זיי ניט געווען צום האַרצן. זיי האָבן קריטיקירט די גרויסע קאָסטן פֿון דער צערעמאָניע און פּראָגראַם, וואָס איז דערגאַנגען צו קרובֿ 200 מיליאָן שקלים, אין דער צײַט ווען די מוניציפּאַליטעט געפֿינט זיך אין אַ פֿינאַנציעלן קריזיס. לויט זיי, איז עס ממש געווען אַ פֿאַרשווענדערישער און איבערגעטריבענער אַקט.

עס איז אויך אויסגעבראָכן אַן אומ­דער­וואַרטער, אומאָנגענעמער אינצידענט אויף דעם רעליגיעז־סעקולערן פֿראָנט: שוין בײַ דער גענעראַל־פּראָבע פֿון דער רײַ­כער פּראָגראַם האָבן די חרדים פֿון די אַרומי­קע הײַזער באַמערקט, אַז די 13—14־יאָריקע טענצערינס פֿון דער ירושלימער טאַנץ־גרופּע זענען ניט גענוג צניעותדיק גע­קליידט.

זיי האָבן זיך גלײַך געוואָנדן מיט פּראָ­טעסטן צו דער מוניציפּאַליטעט, און גע­פֿאָדערט, אַז מען זאָל ניט דערלויבן די יונגע טענצערינס אויפֿצוטרעטן אין דער יום־טובֿדיקער פּראָגראַם. אין אַזאַ צושטאַנד, ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן, האָבן די חרדישע שטאָט־באַלעבאַטים געפֿאָדערט פֿון די אָנפֿירערינס פֿון דער טאַנץ־גרופּע תּיכּף צו פֿאַרמײַדן די דאָזיקע בושה. בלית־ברירה האָט מען געצוווּנגען די מייד­לעך אָנ­צוטאָן אויף זייערע קעפּעלעך ווינ­טער­דיקע, וואָלענע מיצקעס און באַדעקן זייערע קער­פּערס מיט לאַנגע פּעלערינעס. אין צוגאָב האָט מען אויך געקירצט די צאָל פֿון זייערע טענץ פֿון דרײַ אויף בלויז איין טאַנץ!

במשך פֿון די לעצטע חדשים איז אין דער ישׂראל־פּרעסע און אין דער מע­דיאַ אָנ­געגאַנגען אַ דיסקוסיע וועגן דער וויכטיקייט און עפֿעקטיווקייט פֿון דער בריק, וואָס לויט דעם פּלאַן דאַרף זי אויך דינען ווי אַ סימבאָל פֿון דער שטאָט ירושלים בכלל. עס זענען געווען פּאָזיטיווע און נעגאַטיווע אָפּרופֿן און מיינונגען: אַריאל הירשפֿעלד, דער שרײַבער, קאָלומניסט און קולטור־קריטיקער פֿון דער צײַטונג “האָרץ" (04.04.2008), פֿאַרענדיקט זײַן ברייטע אָפּשאַצונג פֿון דעם דאָזיקן אַרכיטעקטור־פּראָיעקט מיט דער דאָזיקער פֿעסטשטעלונג: "...די בריק פֿון קאַלטאַוואַראַ אין ירושלים שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אויפֿבלי און אויפֿשוועב, אַ קוואַליטעט פֿון אַ נײַער אָנוועזנדיקייט, ווײַט פֿון דער שווערער ירושלמדיקער אַרכיטעקטור פֿון דעם לעצטן דור, אַן אַנדער באַוועגונג און שטימונג, אַן אמתער, עלעגאַנטער שטריך, דער איינציקער וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין דער שטאָט, וואָס איז באַוווּסט מיט איר צעשטערערישער בויונג".

די שטיצער פֿון דעם פּראָיעקט האָבן מיט פֿרייד און סאַטיספֿאַקציע אויפֿגענומען די דערקלערונג פֿון דעם אַרכיטעקט קאַל­טאַוואַראַ אַליין, וועלכער האָט דערקלערט אויף דער ישׂראל־טעלעוויזיע, אַז “דער ‘גשר־המיתרים’ איז די שענסטע יצירה וואָס איך האָב געשאַפֿן ביז איצט. איך בין זייער שטאָלץ מיט איר".

און צום סוף נאָך אַ פּיקאַנטנער עפּיזאָד, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער בריק. מיט מאָנאַטן צוריק האָט די ירושלימער וואָכנ­צײַטונג “העיר" געמאָלדן, אַז דער ייִדישער מיליאַרדער פֿון אויסטראַליע דזשאָן גענדעל איז געווען גרייט צו בײַשטײַערן 10 מיליאָן דאָלאַר צו דער אויפֿהאַלטונג פֿון דער בריק, אויב מען וועט עס אָנרופֿן אויף זײַן נאָמען און עס לאָזן וויסן אויף אַ טאָוול, וואָס מען וועט אויפֿהענגען פּראָמינענט אויף דער וואַנט. מען האָט זיך שואל־עצה געווען בײַ דעם אַרכיטעקט גופֿאַ, וועלכער האָט אָנגעוויזן, אַז אין קאָנטראַקט מיט אים איז בפֿירוש פֿאַר­שריבן, אַז עס וועט זײַן פֿאַרבאָטן דאָס צו טאָן.

די שטאָט־באַלעבאַטים וואַרטן איצט אויף אַן אַנדערן גרויסן פּראָיעקט וואָס וועט ניט אַנטהאַלטן אַזאַ באַוואָרעניש, אָנ­צורופֿן עס אויפֿן נאָמען פֿון דעם נגיד דזשאָן גענדעל. ירושלים קען זיך ניט דער­לויבן צו פֿאַרלירן און ניט אָננעמען אַזאַ ברייט­האַרציקן זשעסט פֿון אַ גוטן ייִדן אין דער ווײַטער אויסטראַליע...