אין 1860 האָט אַבֿרהם טענדלאַו געדרוקט זײַן זאַמלונג "ייִדישע שפּריכווערטער און רעדנסאַרטן" אין פֿראַנקפֿורט, דײַטשלאַנד. די הונדערטער ווערטלעך האָט טענדלאַו אַליין געזאַמלט פֿונעם פֿאָלקסמויל, און כאָטש די זאַמלונג איז די ערשטע פֿון דעם זשאַנער אין בוך־פֿאָרעם, איז זי געבליבן אַ קלאַסיש און ניצלעך ווערק ביזן הײַנטיקן טאָג אין ייִדישן פֿאָלקלאָר. די ווערטלעך גופֿא, דרוקט ער אין זייער אָריגינעלער שפּראַך, ייִדיש, אָבער אין לאַטײַנישע אותיות. זײַנע באַמערקונגען שרײַבט ער אויף דײַטש.
טענדלאַו האָט בפֿרט געוואָלט אַרויסהייבן די שײַכותן צווישן ייִדישע ווערטלעך און תּנ״כישע און תּלמודישע שורשים. דערפֿאַר הייבט ער אָן די זאַמלונג מיט אַזוינע אויסדרוקן ווי:
דאָס עלטער פֿון מתושלח ?
זײַט נח איז פֿון דער תּיבֿה געגאַנגען.
שיכּור ווי לוט!
דאָס איז מעשׂה — סדום! (ווען עמעצער איז פֿרעך)
דאָס איז איינע פֿון אונדזערע אומהות (צו באַצייכענען
אַ פֿײַנע פֿרוי)
דאָס רמאָות פֿון לבֿן!
קוקט אויס ווי עשׂו פֿון דער יאַגד! (אַ צעהיצטער)
דאָס קול פֿון יעקבֿ און די הענט פֿון עשׂו!
(מילדע ווערטער, אָבער שטאַרקע מעשׂים)
דער חן פֿון יוסף!
אַ צווייטער פּרעה!
חושך מצרים!
דער טעם פֿון מן! (געשמאַק)
דעם זינען פֿון ס׳רובֿ ווערטלעך פֿאַרשטייט מען תּיכּף. אָבער געוויסע וואָלט מען הײַנט שוין נישט פֿאַרשטאַנען, ווען טענדלאַו וואָלט נישט צוגעגעבן אַ ברייטערער באַמערקונג נאָך יעדן שפּריכוואָרט. דאָס איז אַ גרויסע צרה מיט אַנדערע זאַמלונגען, וווּ דער זאַמלער האָט נישט אויסגעטײַטשט דעם אויסדרוק. למשל אין נח פּרילוצקיס און שמאול לעהמאַנס זאַמלונג פֿון "ייִדישע שפּריכווערטער, גלײַכווערטלעך, רעדנסאַרטן וועגן לענדער, געגנטן, שטעט און שטעטלעך", האָט מען געדרוקט אַ באַרג מאַטעריאַלן (מער ווי 1,000 איינסן!) וואָס מע האָט אָנגעזאַמלט, אָבער ווער פֿאַרשטייט הײַנט וואָס "איזשביצער גענדז", "באַלסקער חיות" "ווענגעראָווער קרעפּלעך" "לאָמזשער קאָזעס" "ראַדזמינער גויים" "קרילעווער שווענץ" דאַרפֿן באַטײַטן? דאָס וואָרט "קאָזע" ווי אַ צונאָמען קען דאָך מיינען פֿאַרשיידענע זאַכן — ווילדקייט, ברודיקייט, אַ שטייגער — אָבער די זאַמלערס האָבן נאָר געדרוקט דאָס ווערטל און פֿאַרטיק.
צום גליק האָט טענדלאַו זייער גוט אויפֿגעקלערט די שפּריכווערטער און רעדנסאַרטן אין זײַן זאַמלונג. אין זײַנע אויסטײַטשונגען און איבערזעצונגען גיט ער אויך אַנדערע שפּריכווערטער מיט אַן ענלעכן זינען; למשל, אין זײַן באַמערקונג צו "מײַן גאָלד און מײַן קרוין"! אַ צערטל־ווערטל וואָס מע זאָגט צו אַ קינד, גיט ער צו אַנדערע דוגמאות ווי "מײַן תּכשיט" "מײַן עשירות" "מײַן חיות" "מײַן מלכות" "מײַן אַלעס!" אַמאָל גיט טענדלאַו צו אַ וויץ וואָס איז שייך דעם אויסדרוק. כאָטש ס׳איז צו מאָל גאַנץ שווער צו פֿאַרשטיין, ווײַל ער שרײַבט די ייִדישע אויסדרוקן מיט לאַטײַנישע אותיות, בלײַבט זײַן זאַמלונג אַן אוצר.
פֿון טענדלאַוס פּיאָנערישע אַרבעט פֿון שפּריכווערטער, לאָמיר באַהאַנדלען אַ וויכטיקע זאַמלונג פֿון ייִדישע שפּריכווערטער וואָס איז אַרויס אין די 1960ער יאָרן, ד״ר ישׂראל פֿורמאַנס "ייִדישע שפּריכווערטער און רעדנסאַרטן" (פּונקט דער זעלבער טיטל ווי בײַ טענדלאַו!). דער מחבר גיט צו צום טיטל — "געזאַמלט אין רומעניע, בעסאַראַביע, מאָלדאָווע און טראַנסילוואַניע". ער איז געבוירן געוואָרן אין סערערט, בוקעווינע, און איז געווען אַ באַקאַנטע פֿיגור אין טשערנאָוויץ צווישן די וועלט־מלחמות. ער שרײַבט אין זײַן אַרײַנפֿיר — "ס׳איז געוויס זייער נייטיק דעם לייענער קלאָר צו מאַכן, ווי אַזוי יעדעס שפּריכוואָרט און יעדע רעדנסאַרט ווערט באַנוצט, אָפֿט אין היפּוכדיקן זין. למשל 'צולייגן אַ קנייטל’ קען ווערן געזאָגט, ווי אַ פֿאָרוווּרף, למשל: 'אַז מײַן גוטער ברודער זאָל אויך צולייגן אַ קנייטל, האָב איך זיך נישט געריכט’, אָדער מען קען אַ באַקאַנטן בעטן אַ פּראָטעקציע מיט דעם רעדנסאַרט, למשל, 'מען וועט פֿון מיר רעדן, צי מען זאָל מיך אויפֿנעמען, בעט איך דיך, לייג אויך צו אַ קנייטל", דאָס הייסט, "זאָג פֿאַר מיר אַ גוט וואָרט".
ד״ר פֿורמאַן האָט גוט געקענט די מיטפֿעלקערישע לשונות פֿון בוקעווינע — אוקראַיִניש און דײַטש — און געקענט דעם פֿאָלקלאָר פֿון די אַנדערע פֿעלקער. גיט ער צו אינטערעסאַנטע פֿאַרגלײַכונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע אָדער אוקראַיִנישע שפּריכווערטער.
איך האָב אין זײַן זאַמלונג געפֿונען אַ ווערטל וואָס מײַן באָבע האָט געניצט, און איך האָב געמיינט, אַז נאָר אין איר שטעטל זוויניעטשקע האָט מען דאָס געקענט הערן. אָבער פֿאָלקלאָר וואַנדערט פֿון אָרט צו אָרט, איז דער חידוש בײַם געפֿינען דאָס ווערטל נישט געווען אַזאַ גרויסער.
זי האָט דערציילט, אַז נאָך דעם ווי דער באַגרעבער אויפֿן בית־עולם האָט עמעצן באַגראָבן פֿלעג ער זאָגן "געשטאָרבן, באַגראָבן — אויף יענער וועלט ווי געפֿונען"; דאָס הייסט, מע פֿאַרגעסט אינעם געשטאָרבענעם באַלד נאָך דער לוויה. פֿורמאַן גיט צו נאָך אַ פּירוש, וואָס איז מיר פֿרעמד געווען — "די משׂכּילים האָבן שטאַרק קריטיקירט דאָס גיכע באַגראָבן און האָבן איראָניזירט: געשטאָרבן און שוין באַגראָבן, אין אַזאַ אײַלעניש, אַז אויף יענער וועלט ווייסט מען נאָך נישט, ווער ס׳איז געשטאָרבן, און שוין איז דער מת באַגראָבן. קומט דער מת אויף יענער וועלט, איז מען איבערראַשט: ווער איז דאָס? דאָס איז אַ געפֿונענער".
ביידע זאַמלונגען פֿון שפּריכווערטער, סײַ טענדלאַוס, סײַ פֿורמאַנס, ברענגען אַרויס ווי וויכטיק עס איז דער קאָנטעקסט פֿונעם שפּריכוואָרט. ווען מע הערט אַ מעשׂה, אָדער אַ פֿאָלקסליד, דאַרף מען געוויינטלעך נישט קיין פּירוש צו פֿאַרשטיין דעם טעקסט, אָבער אַ שפּריכוואָרט, געדרוקט "הויל און גאָל", אָן אַ גרעסערער באַשרײַבונג, איז נישט אַלע מאָל פֿאַרשטעדלעך.