פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס, קהילה־לעבן

איר ווילט הערן אַ מעשׂה? נישט קיין מעשׂה סתּם אויסגעזויגן פֿון פֿינגער, נישט קיין מעשׂה וואָס פֿון אונטער די הרי־חושך, נאָר אַזוי עכט ווי שלמה המלכס מישפּט. די מעשׂה האָט זיך פֿאַרלאָפֿן אין אַ רײַך שטעטעלע לעבן ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען, קיין עין־הרע, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, אין אויסגעסטרויעטע הײַזער, מיט קעכינס און דינסטן, מיט גערטנער און אָנגעשטעלטע קוימען־קערער.

האָט איינע פֿון אַזעלכע משפּחות אָנגעשטעלט אַ דינסט, נישט קיין ייִדישע דווקא. וווּ קען מען הײַנט באַקומען אַ ייִדישע דינסט בכלל? נישטאָ אַזוינס. דאָס איז אַ פֿרוי אין די מיטעלע יאָרן. זי האָט גערוימט און געוואַשן, געקאָכט און אַכטונג געגעבן אויף די קינדער בעת די מאַמע האָט געאַרבעט אין אַ שפּיטאָל און דער טאַטע אויף דער בערזע. האָבן זיך די קינדער צוגעפֿלאָסן צו דער דינסט. נו, אַז די מאַמע איז נישטאָ, איז אַ דינסט אויך אַ מאַמע. זי האָט די קינדער אָנגעקאָרמעט אין דער פֿרי, גענומען איינס אין ייִדישן קינדער־גאָרטן און ס׳צווייטע אין "פּאַבליק־סקול." נאָך מיטאָג האָט זי זיי אָפּגענומען, זיי ווידער אַ מאָל אָנגעפֿיטערט, געפֿירט אין "היברו־סקול", און זיך געשלעפּט מיט דער קליינער אין פּאַרק. ביז די מאַמע איז אַהיים געקומען און זיך גענומען זײַן אַ מאַמע.

די קינדער זײַנען צו ביסלעך געוואַקסן, גענומען שפּילן אויף אינסטרומענטן. האָט זיי די דינסט געפֿירט צו די מוזיק־לעקציעס, זיי אָפּגענומען און צוגעגרייט פֿאַר זיי וועטשערע. אַזוי אַז די פֿרוי האָט געפֿירט כּמעט די גאַנצע באַלעבאַטישקייט אין הויז. די עלטערן זײַנען איר געווען שטאַרק דאַנקבאַר און איר באַדאַנקט מיט מתּנות צוויי מאָל אַ יאָר, ניטלצײַט און מאַמעס־טאָג.

האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז די דינסט האָט געהאַט אַ מאַן. איז ער געווען אַן אויפֿפּאַסער אין אַ טעמפּל אינעם רײַכן שטעטעלע. זײַן עובֿדה איז געווען צו האַלטן דעם טעמפּל ריין, די זיצפּלעצער פֿריש און פּולכנע. די קלאַסן וווּ מען האָט געפֿירט דעם קינדער־גאָרטן — אויפֿגערוימט. דאָס אָרט האָט ממש געשמעקט פֿון זויבערקייט און ליכטיקייט.

ערשטנס, האָבן די רעפֿאָרמירטע מתפּללים קיין מיקווה נישט געפֿאָדערט און זיכער נישט קיין מים־אַחרונים־וואַסער, פֿון וועלכן דער "דזשאַניטאָר" האָט בכלל קיין אַנונג נישט געהאַט. איך קען שווערן, אַז די טעמפּל־אײַנגייער, פֿון ביידע זוגים, האָבן אויך קיין אַנונג נישט געהאַט וועגן אַ מיקווה אָדער וועגן מים־אַחרונים־וואַסער.

דעם טעמפּל־אויפֿפּאַסערס פֿרוי, וועלכע האָט טאַקע געאַרבעט בײַ דער פֿאַרמעגלעכער משפּחה, האָבן טאַקע פֿאַרמאָגט אַ שטיקעלע דירה וואָס איז געשטאַנען האַרט לעבן דעם טעמפּל. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט פֿאַרמאָגט אַ דערוואַקסענע טאָכטער, און די טאָכטער האָט געהאַט אַ קליין טעכטערל. נו, ווי מאַכט זיך, איז דער טאָכטערס מאַן נעלם געוואָרן ווי אין וואַסער, און זי איבערגעלאָזט אַ שטרויענע אַלמנה. האָט זי זיך אַרײַנגעצויגן אין טאַטע־מאַמעס הײַזל, וואָס איז געשטאַנען האַרט בײַם טעמפּל. האָבן טאַטע־מאַמע איר געעצהט צוריקצוגיין אין "סקול," און לערנען זיך אַ פֿאַך. האָט זיי די טאָכטער געפֿאָלגט, איז דאָס אייניקל־טעכטער איז געבליבן מיט באָבע־זיידן. האָבן דאָך אָבער ביידע, באָבע־זיידע, אײַנגעלייגט וועלטן די טאָכטער זאָל צו זיך קומען.

און אַזוי ווי דער טעמפּל האָט פֿאַרמאָגט אַ קינדער־גאָרטן מיט "היברו־סקול," האָבן זיי אָנגענומען דאָס אייניקל־טעכטערל פֿון די באָבע־זיידע באַהבֿה. האָט זיך דאָס אייניקל שטאַרק אײַנגעלעבט מיט די ייִדישע קינדערלעך. מען האָט זיך געשפּילט צוזאַמען, געציילט פֿון איינס ביז צען אויף העברעיִש, געזונגען שבת־ און יום־טובֿ־לידער, געפֿײַערט ייִדישע יום־טובֿים און ס׳איז אַוועק אַ גאַנג. פּורים האָט מען זיך געשטעלט מאַכן קאָסטיומען און דאָס אייניקל האָט מען אויסגעקליבן צו זײַן אסתּר המלכּה. מ׳האָט די קינדער געוויזן ווי מען מאַכט המן־טאַשן און מכבד געווען איינער דעם צווייטן מיט שלח־מנותן און מתּנות. חנוכּה האָט מען געגעסן לאַטקעס, און פּסח — מצה. דאָס קאַטוילישע מיידעלע איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ גאָלדגרוב. באָבע־זיידע זײַנען געווען אין זיבעטן הימל און דאָס מיידעלע איז געווען גליקלעך.

אין איינעם אַ טאָג, דאָס איז געווען דווקא זונטיק אין דער פֿרי, ווען די באָבע האָט גענומען דאָס אייניקל־טעכטערל אין קלויסטער, האָט דאָס קינד דערזען אַ ניכטערע וועלט, מיט אַן אָרגל וואָס האָט קאַלעמוטנע געשפּילט פֿון צווישן ווענט. דער גלח האָט געהאַלטן זײַן זונטיקדיקן "סערמאָן" (דרשה). די אַרומיקע זײַנען געשטאַנען מיט פֿאַרגלאָצטע אויגן און דאָס מיידעלע האָט זיך געפֿילט פֿאַרלוירן. די באָבע האָט איר אײַנגערוימט, אַז זיי זײַנען פֿרומע קאַטאָליקן, דאָס מיינט — זייער רעליגיעז און זיי גלייבן אין יעזוסן, וואָס הענגט אַ געקרייציקטער אויף דער וואַנט; און אַז יעזוס איז געווען אַ ייִד, ווי איר בעל־הביתטע. פֿאַרן מיידעלע איז עס אויסגעקומען צו זײַן אַ פֿרעמדע וועלט. די געפֿאַרבטע פֿענצטער האָבן איר דערמאָנט אין שיינע מאָלערײַען וואָס זיי מאָלן אין קינדער־גאָרטן. פֿון די קאַלטע ווענט האָט געיאָגט אַ פֿראָסטיקער גלאַנץ, און דער עולם פֿאַרזאַמלטע האָט זיך געהאַלטן אין איין איבערקרייציקן און שעפּטשען עפּעס וואָס איז נישט דערגאַנגען צו זיי. נאָכן גאָטעסדינסט האָט זיך די באָבע אָפּגעשטעלט, דערלאַנגען די האַנט דעם גלח. אירע פֿרײַנד און באַקאַנטע האָבן זיך נאָכגעפֿרעגט אויף איר מאַן און טאָכטער. אַלץ איז צוגעגאַנגען אַזוי טרוקן און זאַכלעך. איינע האָט געפֿרעגט די אַנדערע וווּ זי האָט זיך אײַנגעקויפֿט אַזאַ שיינעם הוט מיט די בלימעלעך. אַלץ איז צוגעגאַנגען שטײַף און קאַלט.

אַהיים קומענדיק פֿון קלויסטער האָט אויף איר געוואַרט אַ וואַרעמע מאָלצײַט. אַזוי אַז זי האָט זיך נישט קיין סך אָפּגעגעבן מיטן זונטיקדיקן פֿרימאָרגן. די באָבע האָט אָבער אין מיטן סערווירן געהאַלטן אין איין פֿאַרזיכערן:

"בײַ אונדז אין קלויסטער איז אויך שיין. בײַ אונדז איז אויך וואַרעם און געמיטלעך. אונדזער גאָט איז נאָך יונג. ער איז אָבער געווען אַ ייִד, און אַז מיר זײַנען אַלע ברידער און שוועסטער פֿון אונדזער גאָט."

דאָס מיידעלע האָט ווייניק וואָס באַנומען וואָס די באָבע פּרעפּלט דאָרט. זי האָט נאָר געוווּסט איין זאַך, אַז דאָרט, וווּ עס איז וואַרעם, און וווּ די זון שײַנט אַרײַן אין פֿענצטער מיט קינדערשער פֿרייד, אַהין האָט זי געצויגן. זי האָט זיך נישט געקענט דערוואַרטן צו גיין אין ייִדישן קינדער־גאָרטן, וווּ ס׳איז געווען אַ לעבעדיקע וועלט און קיינער איז נישט געהאָנגען אויף אַ סלופּ, אַ פֿאַרבלוטיקטער און אַ געבונדענער.

האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז נאָך אַזאַ וואָך פֿון פֿרייד און פֿאַרגעניגן, האָט זי די באָבע ווידער אַ מאָל גענומען אין קלויסטער צו דער גאָטעסדינסט. ווידער אַ מאָל איז זי אַרײַן אין אַ קאַלטן, ריזיקן זאַל. אַלע זײַנען געווען אויסגעפּוצט, מיט גרויסע הוטן און קליינע בײַטעלעך. דער עולם האָט גענומן זינגען. זיי האָבן אַזוי אָפּגעזונגען ביז זיי האָבן זיך אַוועקגעזעצט. צום סוף האָט דער גלח געהאַלטן אַ דרשה. ער האָט זיי געוואָרנט צו זײַן גוט און נישט זינדיקן, זײַן ברייטהאַרציק מיט זייער געלט ווײַל עס גייט אויף וווילטעטיקע צוועקן. ער האָט באַדאַנקט די וואָס האַלטן זיי אויס מיט אַ ברייטער האַנט, אַנאָנסירט אַז איפֿטעוואָך וועט מען טובֿלען (קריסטלען) אַ נײַ־געבוירן עופֿעלע און דערקלערט, אַז זיי וועלן פֿאַרענדיקן מיט דער תּפֿילה וואָס הייסט "The Lords Prayer," אַ תּפֿילה צו גאָט (אַגבֿ, קומט עס פֿון אונדזערע תּהילים). דאָס געזאַנג האָט זיך אַנגעהויבן:

— גרויסער גאָט! וואָס ביסט אין הימל,

— הייליק זאָל זײַן דײַן נאָמען.

— גיב אונדז דעם טאָג, אונדזער טעגלעך ברויט,

— און פֿאַרגיב אונדז אונדזערע זינד,

— ווי דו פֿאַרגיבסט די זינדיקע...

און בײַם ענדיקן די תּפֿילה האָט מען מיט אַ מאָל דערהערט אַ זיס קולעכל פֿון צווישן דעם עולם:

"סאַבאַט־סאַלאָם!"

אַלע האָבן אויפֿגעציטערט.

"פֿון וואַנעט האָט זיך גענומען דאָס קינדערשע, זיסע קולעכל?"

האָט זיך די באָבע גענומען פֿאַרענטפֿערן:

"מײַן טעכטערל־אייניקל גייט אין אַ ייִדישן קינדער־גאָרטן. דאָרט לערנט מען זיי אַלע שבת־ און יום־טובֿדיקע לידעלעך. און וואָס איז דאָ די נפֿקא־מינה, יעזוס האָט דאָך אויך געזונגען 'סאַבאַט־סאַלאָם,’ ווײַל נאָך אַלעמען, איז אונדזער גאָט אויך געווען אַ ייִד און האָט געמוזט גיין אין אַ 'היברו־סקול.’"

די קלויסטערניקעס זײַנען זיך צעגאַנגען אָן אַ שמייכל אויף זייערע דינע ליפּן, און די באָבע האָט געמוזט טאַדלען דאָס קינד זי זאָל דעם "סאַבאַט־סאַלאָם" מער נישט דערוועגן צו ברענגען איבער אירע ליפּן.