קהילה־לעבן

אין אויגוסט האָט דער "וועלט־פֿאַרבאַנד פֿאַר פּראָגרעסיוון יודאַיִזם" אָפּגעהאַלטן איר יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע ייִשובֿים אין בוענאָס־אײַרעס. אויפֿן בילד: אַ טייל פֿון די באַטייליקטע נאָך אַ הבֿדלה־צערעמאָניע
אין אויגוסט האָט דער "וועלט־פֿאַרבאַנד פֿאַר פּראָגרעסיוון יודאַיִזם" אָפּגעהאַלטן איר יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע ייִשובֿים אין בוענאָס־אײַרעס. אויפֿן בילד: אַ טייל פֿון די באַטייליקטע נאָך אַ הבֿדלה־צערעמאָניע
Diego Melamed
בוענאָס־אײַרעס (ייִט״אַ). — ווען דער "סאַאָ־פּאַאָלאָ העבראַיִקאַ ספּאָרטקלוב און ייִדישער קהילה־צענטער" אין בראַזיל האָט געעפֿנט אַ ייִדישע טאָגשול מיטן נאָמען "די אַלף־שול" מיט עטלעכע וואָכן צוריק, זענען געקומען זיך לערנען 450 תּלמידים; נאָך 120 קינדער געפֿינען זיך דערווײַל אין דער וואַרט־רשימה אויף איבעראַיאָר.
"העבראַיִקאַ" באַשטייט פֿון 24,000 מיטגלידער, און האָט אַ בודזשעט פֿון 30 מיליאָן דאָלאַר. די עלטסטע שיל אין סאַאָ־פּאַאָלאָ, "טעמפּל בית־אי", האָט לעצטנס געפּראַוועט אַ חנוכּת־הבית פֿאַר אַ נײַעם בנין; די פֿריִערדיקע געבײַדע וועט פֿאַרוואַנדלט ווערן אינעם "ייִדישן מוזיי פֿון סאַאָ־פּאַאָלאָ".
אין פּאַנאַמאַ איז דער ייִדישער ייִשובֿ במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר געוואָקסן אויף 70%. צווישן אירע 8,000 מיטגלידער קומען הײַנט פֿאָר צווישן דרײַ און צען בר־ און בת־מיצווה צערעמאָניעס אַ וואָך.
אין אַרגענטינע זענען אין די ייִדישע פֿאָרשולן רעגיסטרירט 4,914 קינדער: 1,000 מער ווי אין 2005.
וווּ מע זאָל זיך נישט אַ קער טאָן בליט דאָס ייִדישע לעבן אין לאַטײַן־אַמעריקע, וווּ עס וווינען הײַנט בערך 500,000 ייִדן. דער וווּקס איז, צום טייל, אַ רעזולטאַט פֿון אַן אָנגייענדיקער עקאָנאָמישער טראַנספֿאָרמאַציע פֿונעם ראַיאָן זינט דעם סוף פֿון די מיליטערישע דיקטאַטורן, וואָס האָבן באַהערשט אַ סך פֿון די לענדער ביז די 1980ער יאָרן.
צווישן די יאָרן 2000 און 2010 איז ממשותדיק געפֿאַלן די אָרעמקייט פֿון דער באַפֿעלקערונג אין דעם ראַיאָן: פֿון 44% ביז 32%, לויט דעם "עקאָנאָמישן קאָמיטעט פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקע און דער קאַריביען" (CEPAL). צום גרויסן טייל איז דאָס אַ פּועל־יוצא פֿון דער וואַקסנדיקער צאָל שטעלעס, אַ דאַנק די שטײַגנדיקע פּרײַזן פֿון די אָרטיקע נאַטירלעכע רעסורסן, ווי קופּער, בוימל, סויע־בעבלעך, פֿלייש, פֿרוכטן און אַנדערע אַגריקולטורעלע פּראָדוקטן.
לויט CEPAL, איז דאָס בלויז דער אָנהייב. ווי עס זעט אויס, וועט לאַטײַן־אַמעריקע, במשך פֿון די קומענדיקע זיבן יאָר, העלפֿן דער גלאָבאַלער עקאָנאָמיע מער ווי אייראָפּע.
נישט געקוקט אויפֿן וווּקס, וועלן אַ טייל פֿון די ייִדישע קהילות זיך ווײַטער ראַנגלען מיט געוויסע פּראָבלעמען. "אַ סך מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה ווייסן זייער ווייניק וועגן ייִדישקייט," האָט דערקלערט אַלבערטאָ מילקעוויץ, דירעקטאָר פֿון דער "איסראַעליטע פֿעדעראַציע פֿון סאַאָ־פּאַאָלאָ". "אַחוץ דעם לויערט אַ געוויסער באַהאַלטענער אַנטיסעמיטיזם אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט."
דאָס האָט אָבער ניט אָפּגעשוואַכט דעם אָפּטימיזם פֿון די ייִדישע כּלל־טוער. לויט אַן אַנקעטע פֿונעם "דזשוינט" לעצטנס, האַלטן 83% פֿון די בערך 400 ייִדישע פֿירער אינעם ראַיאָן, אַז דער מצבֿ אין זייערע לענדער איז אַ גוטער אויף צו אַנטוויקלען ווײַטער דאָס ייִדישע לעבן. בלויז 10% האָבן געזאָגט, אַז דאָס לעבן ווי אַ ייִד איז אַ סכּנה. די בראַזיליאַנער ייִדישע פֿירער האָבן אָפּגעגעבן דעם אָפּטימיסטישסטן באַריכט, בעת די ווענעזועלער — דעם נעגאַטיווסטן. די רעזולטאַטן פֿון דער אַנקעטע וועלן אַרויסגעלאָזט ווערן אויף דער "דזשוינט"־פֿאַרזאַמלונג פֿון די לאַטײַן־אַמעריקאַנער און קאַריבישע ייִדישע קהילה־פֿירער דעם 12טן נאָוועמבער אין קיטאָ, עקוואַדאָר.
ווענעזועלע איז דער איינציקער אויסנאַם אין דער כוואַליע פֿון אָפּטימיזם. די פּאָליטישע אומזיכערהייט, די עקאָנאָמישע שוועריקייטן און דער מלוכה־געשטיצטער אַנטיסעמיטיזם אין לאַנד האָבן גורם געווען אַ ממשותדיקע ייִדישע עמיגראַציע אין די לעצטע פּאָר יאָר. ס׳רובֿ פֿון די עמיגראַנטן קלײַבן זיך איבער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, שפּאַניע, קאָלומביע אָדער פּאַנאַמאַ. עס זענען געבליבן אין ווענעזועלע בערך 9,000 ייִדן — אַ העלפֿט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג מיט צען יאָר צוריק, גיט איבער דער "דזשוינט".
בעת דער פּרעזידענט־קאַמפּאַניע אין ווענעזועלע, האָט דער רעגירנדיקער פּרעזידענט, כוגאָ טשאַוועז — אַ נאָענטער אַליִיִרטער מיט איראַן און אַ פֿײַנטלעכער צו ישׂראל — אויסגעניצט די מלוכישע מעדיאַ צו מאַכן אַנטיסעמיטישע באַשולדיקונגען קעגן זײַן קאָנקורענט, אַנריק קאַפּריל ראַדאָנסקי — אַן אייניקל פֿון לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן, וועלכער אידענטיפֿיצירט זיך הײַנט ווי אַ קאַטאָליק. די וואַלן וועלן פֿאָרקומען דעם 7טן אָקטאָבער.
אין טשילע, וווּ עס וווינען בערך 15,000 ייִדן און 400,000 פּאַלעסטינע, איז הרבֿ חיים קאָריצניסקי אַ סך מער אָפּטימיסטיש. מיט פֿיר יאָר צוריק האָבן פֿינף משפּחות אין סאַנטיאַגאָ אים אַריבערגעבראַכט צו גרינדן אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, "רוח עמי". "די גרינדער האָבן געהאַלטן, אַז די אײַנגעפֿונדעוועטע ייִדישע קהילה האָט נישט געפּאַסט פֿאַר די מענטשן וועלכע זוכן אַן אויסדרוק פֿון ייִדישקייט, וואָס גיט גלײַכע רעכט פֿאַר פֿרויען, געמישטע פּאָרפֿעלקער און האָמאָסעקסואַליסטן," האָט קאָריצניסקי דערציילט.
עס געהערן איצט בערך הונדערט משפּחות צו דעם טעמפּל, און מע ריכט זיך, אַז מער ווי 500 מענטשן וועלן קומען אויף די ימים־נוראָים.
אַ ייִדישע פֿאָרשול אין סאַנטיאַגאָ — דער "העברעיִשער אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון ד״ר חיים ווײַצמאַן" — מאַכט אויך דורך אַ ממשותדיקן וווּקס. אין 2005 האָט די פֿאָרשול געהאַט 265 קינדער צווישן 2 און 5 יאָר אַלט; הײַנט איז עס 373, גיט איבער דער שול־דירעקטאָר, דערזשיאָ הערשקאָוויץ.
מיט צען יאָר צוריק זענען אין פּאַנאַמאַ־סיטי כּמעט אין גאַנצן נישט געקומען קיין קינדער צו די וועכנטלעכע אַקטיוויטעטן פֿון דער שיל "קול שארית ישׂראל". הײַנט באַטייליקן זיך כּמעט 60 יונגע לײַט, און דער בודזשעט פֿון דער קהילה איז דרײַ מאָל גרעסער. די קהילה איז גרעסער געוואָרן, צום טייל, אַ דאַנק דער ייִדישער אימיגראַציע פֿון ווענעזועלע, און אַפֿילו אַרגענטינע און אורוגווײַ, האָט דערקלערט הרבֿ גוסטאַוואָ קראַסעלניק, פֿון "קול שארית ישׂראל".
אַרגענטינע, אַ לאַנד מיט 285,000 ייִדן, איז דער גרעסטער ייִדישער ייִשובֿ אין לאַטײַן־אַמעריקע. אין בוענאָס־אײַערס אַליין וווינען הײַנט 19,162 ייִדן, אין פֿאַרגלײַך מיט זיבן יאָר צוריק, ווען די באַפֿעלקערונג איז געווען 15,593 ייִדן. אַ דאַנק דעם אָרטיקן עקאָנאָמישן ווידערוווּקס, האָט די פֿאַרמעגלעכע, געשלאָסענע געגנט, "נאָרדעלטאַ" געגרינדעט אַ נײַעם ייִדישן קהילה־צענטער און טעמפּל מיט צוויי יאָר צוריק. אין דעצעמבער זענען בערך 150 מענטשן געקומען אויף אַ חנוכּה־פֿײַערונג. דער ראַבינער, דיעגאָ עלמאַן, דער גײַסטיקער פֿירער פֿונעם "נאָרדעלטאַ־טעמפּל" האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז זיי האָבן הײַיאָר געגרינדעט אַ חודשלעכע שבת־פּראָגראַם. "60 מענטשן קומען צו דעם; ס׳רובֿ פֿון זיי — קינדער."
צוליב דעם וווּקס, נייטיקן זיך די קהילות אין ייִדישע לערער. אין 2006 האָט מען געגרינדעט אַ ייִדישן לערער־סעמינאַר אין בוענאָס־אײַערס. דערווײַל האָבן פֿון דאָרט שוין גראַדויִרט 35 לערער. "מיר דאַרפֿן לערער אין יעדער הויפּט־שטאָט, און האָבן שוין אָנגעהויבן עקספּאָרטירן די ייִדישע לערער צו די אַנדערע לענדער.
די אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן שוין אויך באַמערקט דעם ייִדישן אויפֿבלי. די יערלעכע שפּיצן־קאָנפֿערענץ פֿון די פֿירער פֿון דער "ייִדישע אַגענץ" איז דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער פֿאָרגעקומען אין אַרגענטינע; דאָס ערשטע מאָל אין 15 יאָר מחוץ ישׂראל. מיט אַ חודש שפּעטער האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער "ייִדישער אַגענץ", נתן שטשאַראַנסקי, געמאָלדן, אַז מע האָט געשאַפֿן אַ פֿאָנד פֿון 1 מיליאָן דאָלאַר צו פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונג צווישן יונגע דרום־אַמעריקאַנער ייִדן און מדינת־ישׂראל. און אין דעצעמבער האָט "בני־ברית אינטערנאַציאָנאַל" אָפּגעהאַלטן איר אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אין מאָנטעווידעאָ, אורוגווײַ.


דיעגאָ מלמד