|
סטודענטן פֿונעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט" פֿאַרשפּרייטן שפּײַז, וואַסער, עלעקטרישע לאַמטערנדלעך און באַטאַרייקעס אויף די גאַסן פֿון מאַנהעטן, דעם 1טן נאָוועמבער, דרײַ טעג נאָכן הוראַגאַן "סענדי" |
|
ניו־יאָרק (ייִט״אַ) — שעלי פֿײַן, אַ 63־יאָריקער מאַן, האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דינסטיק בײַנאַכט, פֿאַרשפּרייט אויף אַ פּאָפּולערן ניו־יאָרקער בלאָג זײַן אינפֿאָרמאַציע און אַ רוף, צו העלפֿן די געליטענע פֿונעם הוראַגאַן "סענדי". אין דער פֿרי, ווען פֿײַן האָט זיך אויפֿגעוועקט, האָט ער געפֿינען 163 ענטפֿערס אויף זײַן רוף. צוזאַמען מיט אַנדערע פֿרײַוויליקע אַקטיוויסטן, פּרוּווט ער צו אָרגאַניזירן אַ גרופּע צו העלפֿן די אָרטיקע עוואַקואַציע־צענטערס.
פֿײַן האָט איבערגעגעבן, אַז די ניו־יאָרקער ייִדישע קהילה האָט זייער אַקטיוו רעאַגירט אויף דער קאַטאַסטראָפֿע. אַ סך שילן, ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און אַ סך יחידים האָבן פֿאָרגעלייגט זייער הילף. פֿײַנס גרופּע האָט געשיקט דאָקטוירים, כּדי צו העלפֿן די געליטענע פֿונעם הוראַגאַן. די העלפֿער פֿאַרשפּרייטן שפּײַז, בגדים און שפּילעכלעך פֿאַר קינדער.
צענדליקער טויזנטער ניו־יאָרקער אין אַלע פֿינף ראַיאָנען פֿון דער שטאָט האָבן נאָך נישט קיין עלעקטריע און באַהייצונג, ווײַל דער הוראַגאַן האָט צעשיידיקט אַ גרויסן טייל פֿון דער שטאָטישער אינפֿראַסטרוקטור. אַ סך אײַנוווינער זענען עוואַקויִרט געוואָרן אין צײַטווײַליקע מיקלט־פּלעצער אָדער בלײַבן אין דער היים אָן שפּײַז און אַנדערע נויטיקע באַדערפֿענישן.
פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, האָט די אָרגאַניזאַציע "אורי וצדק" — אַן אָרטאָדאָקסישע ייִדישע גרופּע, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט די ענינים פֿון סאָציאַלן יושר, צעטיילט שפּײַז און אַנדערע נייטיקע מאַטעריאַלן אויף די גאַסן פֿון ניו־יאָרק. 45 וואָלונטירן האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף "אורי וצדקס" אינטערנעץ־רוף.
יעל קעלער, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט דערציילט, אַז די באַטייליקטע אין דער הילף־מיסיע האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך עלעקטרישע קעשענע־לעמפּלעך און געשטאַנען גלײַך אויף די גאַסן, פֿאָרלייגנדיק אַלעמען וואַסער צו טרינקען. אַ טייל פֿאַרבײַגייער האָבן געטענהט, אַז זיי האָבן נישט קיין ליכט אין שטוב. די וואָלונטירן האָבן זיך אויפֿגעהויבן מיט די געליטענע אין די פֿינצטערע דירות און זיי געהאָלפֿן אין שטוב.
אין ברוקלין, האָט די אָרגאַניזאַציע "משׂביע", וועלכע גרייט צו 500 כּשרע מאָלצײַטן יעדן טאָג, נאָכן הוראַגאַן צוגעגרייט שפּײַז פֿיר מאָל מער, ווי געוויינטלעך. צו ערשט, האָט די אָרגאַניזאַציע זיך געקליבן צו פֿאַרמאַכן אירע קיכן, ווײַל אַ סך פֿון אירע טוער וווינען אַליין אין געליטענע ראַיאָנען. אַלכּסנדר ראַפּאָפּאָרט, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון "משׂביע", האָט אָבער צונויפֿגערופֿן אַ גרופּע וואָלונטירן, וועלכע האָבן צעטיילט עסן פֿאַר טויזנטער מענטשן אין דרײַ עפֿנטלעכע מיקלט־צענטערס איבער ברוקלין און קווינס.
ראַפּאָפּאָרט האָט דערציילט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע איז געווען פֿאַרזאָרגט מיט דער קוואַליטעט פֿון דער אַרמיי־ראַציע, וואָס די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע האָט אָפֿיציעל געגעבן די עוואַקויִרטע בײַם מיליטערישן סקלאַד אין פּאַרק סלאָופּ. אַ סך מענטשן, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן אַהין פֿון זייערע צעשעדיקטע היימען, זענען זקנים און אינוואַלידן אויף רעדערשטולן. די ראַציע איז, אָבער, אָריענטירט אויף יונגע סאָלדאַטן און האָט געהאַט אַ סך זאַלץ. "משׂביע" האָט צוגעגרייט מער פּאַסיקע פֿיש־מאכלים פֿאַר די עלטערע לײַט.
סטודענטן פֿונעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט" זענען אַרומגעגאַנגען איבער די גאַסן פֿון מאַנהעטן און האָבן פֿאַרשפּרייט פּעקלעך מיט טרוקענע מאכלים, טרינק־וואַסער, פֿרוכטן, לאַמטערנדלעך און באַטאַרייקעס. די אַדמיניסטראַציע פֿונעם אוניווערסיטעט האָט פֿאַרזאָרגט די וואָלונטירן מיט די דאָזיקע מאַטעריאַלן. מאַרגאָ ריינשטיין, די פּרעזידענטין פֿונעם סטודענטן־ראַט בײַם "סטערן־קאָלעדזש" פֿאַר פֿרויען, אַ צווײַג פֿונעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט", האָט איבערגעגעבן, אַז אַ סך סטודענטן האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף דער בקשה צו העלפֿן די געליטענע. ריינשטיין אַליין האָט פֿאַרשפּרייט וואַסער אין די גאַסן. די אָרגאַניזאַציע "אורי וצדק" האָט געוואָרנט די וואָלונטירן, אַז אייניקע געליטענע נייטיקן זיך אין שטענדיקער מעדיצינישער הילף און געפֿינען זיך ממש אין סכּנה, ווײַל זיי האָבן נישט קיין היץ און עלעקטריע אין שטוב.
אַ גאַנצע ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן געשאַפֿן חסד־פֿאָנדן אויף דער אינטערנעץ באַלד נאָכן הוראַגאַן. די גרופּע "אָקופּיר ייִדישקייט", וועלכע שטיצט די סאָציאַלע פּראָטעסט־באַוועגונג "אָקופּיר וואָל־סטריט", האָט געהאָלפֿן דורך איר בלאָג צו קאָאָרדינירן פֿאַרשיידענע הילף־איניציאַטיוון איבער דער שטאָט. אַ צאָל אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, בתוכם "די יונגע פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון חב״ד" און "דזשיי־קאָרפּוס", האָבן אויך צעשיקט וואָלונטירן אין הונדערטער געליטענע דירות איבער מאַנהעטן. "נחמה", אַ ייִדישע נישט־קאָמערציעלע ראַטיר־גרופּע פֿונעם שטאַט מינעסאָטע, איז אָנגעקומען פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק קיין ניו־יאָרק, כּדי צו העלפֿן אויסצורייניקן די שטאָט פֿון געפֿאַלענע ביימער און אַנדערע מינים מיסט, צו פֿאַרריכטן די דעכער און אָפּצושאַצן דעם היזק אין פֿאַרשיידענע ערטער.
די פֿעדעראַציע פֿונעם "פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּעל" האָט באַזאָרגט די ניו־יאָרקער ייִדן פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק מיט הונדערטער חלות. דער "פֿאַראיין פֿאַר רעפֿאָרם־ייִדישקייט" האָט אָרגאַניזירט, אַחוץ זײַן אַלגעמיינער הילף־פּראָגראַם, אַ ספּעציעלע איניציאַטיוו, כּדי צו העלפֿן די מתפּללים פֿון די שטעט, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין עלעקטריע, צו פּראַווען זייערע בר־מיצוות און בת־מיצוות אין אַנדערע ערטער.
פֿון חוה ליבער, ניו־יאָרק
פֿאַרפֿלייצטע ייִדישע שול און צעשעדיקטע ספֿר־תּורות
|
צעשעדיקטע ספֿר־תּורות טריקענען זיך אויס אין דער "מזל־אַקאַדעמיע" |
Ben Harris/JTA |
ניו־יאָרק (ייִט״אַ) — מיט צען יאָר צוריק, האָט הרבֿ אַבֿרהם אָקאָנאָוו געעפֿנט די "מזל־אַקאַדעמיע" אין ברײַטאָן־ביטש, ברוקלין — אַ פֿרומע שול און ישיבֿה פֿאַר קליינע קינדער. ווען ער איז אָנגעקומען אין זײַן שול פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, איז דאָרטן שוין געווען ווייניקער וואַסער, ווי בעת דער פֿאַרפֿלייצונג — בלויז ביז צו די קניִען.
דער הוראַגאַן "סענדי" האָט פֿאַקטיש צעשטערט די "מזל־אַקאַדעמיע". אויף יעדן ווינקל האָט אָקאָנאָוו דערזען די טרויעריקע רעזולטאַטן פֿון דער קאַטאַסטראָפֿאַלער פֿאַרפֿלייצונג. אויף די ווענט פֿונעם ערשטן שטאָק זענען געבליבן די סימנים פֿונעם וואַסער; בעת דעם הוראַגאַן איז די שול געווען אָנגעפֿילט מיט וואַסער כּמעט ביז דער סטעליע.
במשך פֿון עטלעכע שעה, מיט דער הילף פֿון פֿיר פּאָמפּעס, האָט מען אויסגעפּאָמפּט דאָס וואַסער פֿונעם בנין. די שול איז, אָבער, אינגאַנצן רויִנירט געוואָרן. הונדערטער סידורים און אַנדערע ביכער ענען אַ תּל געוואָרן; מיטוואָך, אַפֿילו נאָכדעם ווי ס׳איז כּמעט נישט געבליבן קיין וואַסער, האָט זיך אינעם בנין געשפּירט אַ שטאַרקער גערוך פֿון קאַנאַליזאַציע און עס זענען נאָך געבליבן עטלעכע קאַלוזשעס.
אַ ריזיקער היזק איז געשען אינעם בית־מדרש בײַ דער שול. זעקס ספֿר־תּורהס — הגם מע האָט זיי איבערגעלאָזט פֿאַרן שטורעם אין אַן אָרט, וואָס האָט אויסגעזען גענוג פֿאַרזיכערט — האָבן שטאַרק געליטן פֿון דער פֿאַרפֿלייצונג. דאָס וואַסער האָט אויסגעמעקט די אותיות און פֿאַרפֿלעקט דעם פּאַרמעט. הרבֿ אָקאָנאָוו, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער "מזל־אַקאַדעמיע", האָט דערקלערט, אַז מע וועט, מסתּמא, נישט קאָנען פֿאַרריכטן די ספֿר־תּורות, ווײַל די פֿאַרפֿלייצונג האָט געבראַכט צופֿיל שאָדן.
דער הוראַגאַן "סענדי" איז געווען די גרעסטע נאַטירלעכע קאַטאַסטראָפֿע אין דער געשיכטע פֿון ניו־יאָרק. די אײַנוווינער פֿון דרום־ברוקלין זענען געווען שאָקירט, ווען זיי האָבן דערזען די גאַסן באַוואָרפֿן מיט זאַמד, מיסט און צעבראָכענע ביימער, די הײַזער זענען געבליבן אָן עלעקטריע. במשך פֿון עטלעכע קומענדיקע וואָכן וועלן נאָך בלײַבן אין דער שטאָט סימנים פֿונעם הוראַגאַן, וועלכער האָט געבראַכט אַ היזק אויף עטלעכע צענדליקער מיליאַרדן דאָלאַר.
אָקאָנאָוו האָט דערציילט, אַז דערווײַל האָט ער זיך נאָך נישט פֿאַרבונדן מיט דער פֿאַרזיכערונג־פֿירמע, ווײַל די אַלע דאָקומענטן זענען אויך צעשטערט געוואָרן בעת דעם שטורעם. ס׳איז נישט קלאָר, וויפֿל שאָדן "סענדי" האָט געבראַכט פֿאַר די אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס. דער הוראַגאַן האָט אויסגעבראָכן פּונקט אין די ראַיאָנען, וווּ עס זענען קאָנצענטרירט די גרעסטע ייּדישע קהילות אין צפֿון־אַמעריקע.
פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, האָבן אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס איבערגעגעבן די אינפֿאָרמאַציע וועגן זייער מצבֿ. אַ צאָל פֿון זיי האָבן אָרגאַניזירט הילפֿס־גרופּעס. מע קאָן נישט, אָבער, אָפּשאַצן די מענטשלעכע לייד. לעני גוסעל, אַ ייִדישער אַקטיוויסט, אַן אימיגראַנט פֿון רוסלאַנד האָט, נאָך זײַן וויזיט אין ברײַטאָן־ביטש — אַ ברוקלינער ראַיאָן וווּ עס וווינען אַ סך ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד — דערציילט, אַז ס׳רובֿ פּענסיאָנערן האָבן זיך נישט עוואַקויִרט און זענען געבליבן שטעקן אין די פֿינצטערע הײַזער, אָן פֿרידזשידערס און ליפֿטן, אין די געגנטן, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין אָפֿענע קראָמען.
פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, האָט די עלעקטרישע קאָמפּאַניע "קאָן־עדיסאָן" איבערגעגעבן, אַז זי האָט פֿאַרראָכטן די עלעקטריע אין דער ברײַטאָן־ביטש געגנט, אָבער אין אַ טייל ניו־יאָרקער הײַזער איז נאָך אַלץ פֿינצטער.
בעת דעם אינטערוויו, מיט אַ וואָך צוריק, האָט אָקאָנאָוו געפּרוּווט אויפֿצוהאַלטן אַ גוטע שטימונג. ס׳איז אָבער געווען קלאָר, אַז ער פֿילט זיך פֿאַרטרויערט. ער האָט אַנטוויקלט זײַן "מזל־אַקאַדעמיע" במשך פֿון צען יאָר. הײַנט לערנען זיך דאָרט 140 קינדער, על־פּי־רובֿ פֿון וועלטלעכע רוסיש־שפּראַכיקע משפּחות. מיט אַ יאָר צוריק, האָט ער רעמאָנטירט דעם בנין, כּדי צו פֿאַרברייטערן די שול. דער רבֿ האָט אָנגעוויזן אויף דער צעשעדיקטער פּאָדלעקע און מעבל און באַטאָנט, אַז דאָס איז אַלץ געווען שפּאָגל־נײַ. איצט וועט די שול־אַדמיניסטראַציע מוזן פֿאַקטיש אָנהייבן אַלץ פֿון ס׳נײַ.
פֿון בען האַריס, ניו־יאָרק