מיר זענען שוין אין מיטן פֿון חודש אלול. די הייסע זומערטעג זענען שוין כּמעט פֿאַרבײַ. די קילע ווינטן אין די אָוונטן זאָגן אָן דעם אָנקום פֿון דעם האַרבסט, און די קלאַנגען פֿון דעם שופֿר נאָך די סליחות אין די פֿרימאָרגנס, זאָגן אָן, אַז אָט, אָט וועלן מיר באַגעגענען ראָש־השנה פֿון דעם אָנקומענדיקן, נײַעם יאָר, תשע״ג.
הײַיאָר, צום ערשטן מאָל, האָט לויט דעם באַשלוס פֿון דעם חינוך־מיניסטעריום פֿון מדינת־ישׂראל, דער נײַער שוליאָר זיך אָנגעהויבן דעם 27סטן אויגוסט, מיט 5 טעג פֿריִער, ווי געוויינטלעך, כּדי די תּלמידים זאָלן באַווײַזן באַצײַטנס זיך צוצוגרייטן ווי געהעריק צו די ימים־נוראָים.
בכלל גייט איצט דאָס ישׂראל שולוועזן דורך אַ פּראָצעס פֿון אָנגייענדיקע ענדערונגען און רעפֿאָרמען, וואָס דאַרפֿן דערגרייכן מער פּאָזיטיווע רעזולטאַטן אויף אַלע געביטן פֿון דער לערן־פּראָגראַם.
אונדזערע אַלעמענס ברכות און וווּנטשן צו אַלע לערערס אין לאַנד, אַ סך הצלחה אין אײַער וויכטיקער און הייליקער אַרבעט אויף דעם געביט פֿון דערציִונג אין דעם ישׂראלדיקן שולוועזן.
זאָל עס זײַן אַ יאָר פֿון שלום און רו, פֿון פּראָדוקטיווער, אומגעשטערטער אַרבעט.
זאָלן אונדזערע שׂונאים אַרום אונדז, ניט דערגרייכן זייערע צילן צו צעשטערן אונדזער טאָג־טעגלעך, פֿרידלעך לעבן, פֿון איבער די גרענעצן פֿון אונדזער לאַנד און פֿאַרווירקלעכן זייערע פּלענער מיט זייערע נוקלעאַרע וואָפֿנס.
* * *
ייִדן אומעטום גרייטן צו שטעלן זיך צום יום־הדין, פֿאַר דעם בורא־עולם און מאַכן אַ חשבון־הנפֿש, וואָס עס איז געשען מיט אונדז, און וווּ מיר האַלטן, ווען נאָך אַ יאָר פֿון אונדזער לעבן גייט אַוועק אין דער פֿאַרגאַנגענהייט.
די פֿון אונדז, וועלכע דאַווענען אויס זייערע תּפֿילות און תּחינות פֿון ימים־נוראָימדיקן מחזור, און די וועלכע דריקן אויס זייערע וווּנטשן אין דער שטיל, בײַ זיך אין דער היים, ווילן האָפֿן, אַז זייערע געבעטן וועלן אַלע מקוים ווערן אין דעם קומענדיקן נײַעם יאָר.
סײַ דער טיף־גלויביקער, סײַ דער חרדי, סײַ דער גלאַט־פֿרומער, דער טראַדיציאָנעלער און אַפֿילו דער סעקולערער "עמך־ישׂראל", אַלע ווערן באַווירקט פֿון דער שטימונג וואָס הערשט איצט צווישן די מערסטע פֿון אונדז.
אין די טעג פֿון די ימים־נוראָים זענען מיר יעדעס יאָר מזכּיר־נשמות, דעם הייליקן אָנדענק פֿון אונדזערע משפּחות, וועלכע זענען אַוועק אין דער אייביקייט.
פֿאַר אונדז, די לעבן־געבליבענע פֿון דעם גרויליקן חורבן, קומען אויף פֿאַר די אויגן די טויזנטער און טויזנטער חרובֿע ייִדישע קהילות מיט זייערע ייִדישע אײַנוווינער מענער, פֿרויען און אַלטע לײַט, וועלכע זענען ליידער מערדערלעך אומגעבראַכט געוואָרן, דורך די נאַצי־מערדער מיט דער הילף פֿון זייערע קריסטלעכע און אַנדערע מיטהעלפֿערס.
* * *
ערבֿ יום־טובֿ ראָש־השנה זענען די גאַסן פֿון ירושלים פֿול מיט טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון גאַנצן לאַנד און מאַסן טוריסטן פֿון גאָר דער וועלט. זיי קומען אַלע קיין ירושלים אײַנצוזאַפּן און אײַנאָטעמען די לופֿט פֿון דער הייליקער שטאָט, איר מיסטיק און שטימונג, וואָס מען פֿילט דאָ אין די טעג.
אַפֿילו די ניט־רעליגיעז־געשטימטע ייִדן, ווערן באַהערשט פֿון דעם געפֿיל פֿון באַדענקען און מחשבֿה, פֿון זכרונות, פֿון איבערלעבונגען מיט משפּחה און פֿרײַנד.
באַזונדערס פֿילן זיי עס, ווען זיי קומען צווישן די מויערן פֿון דער עיר־העתּיקה, די אַלטשטאָט ירושלים. זיי באַוווּנדערן די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען, די אונטערערדישע טונעלן און היילן, ווען זיי קומען נאָענט צו דעם כּותל־המערבֿי און אַנדערע הייליקע היסטאָרישע פּלעצער אַרום.
די מערסטע גרויסע און קליינע האָטעלן איבער דער שטאָט, זענען שוין באַשטעלט און וועלן באַזעצט ווערן פֿון טויזנטער ייִדן און טוריסטן פֿון דער גאָרער וועלט, וועלכע וועלן אויך אָנפֿילן די שילן, בתּי־מדרשים און שטיבלעך פֿון מאה־שערים, גאולה און אַנדערע שכונות במשך די ימים־נוראָים און אין די פֿײַערלעכע טעג פֿון סוכּות, וואָס וועלן קומען נאָך זיי.
* * *
ירושלים, די הויפּטשטאָט פֿון אונדזער מדינה, געפֿינט זיך ליידער אין דער רשימה פֿון די אָרעמע שטעט אין לאַנד. דער פּראָצענט פֿון אָרעמע און נויט־באַדערפֿטיקע צווישן די ייִדישע בירגער פֿון שטאָט איז אַ גאַנץ גרויסער: אַ סך קראַנקע מענער און פֿרויען פֿון פֿאַרשיידענעם עלטער, אַ סך איינזאַמע, עלנטע מענטשן, אַ סך ניצולי־שואה, איבערגעבליבענע פֿון חורבן.
אין די וואָכעדיקע טעג קומען זיי אַרײַן אין בתּי־תּמוי — אין די גאָרקיכן — צו געניסן פֿון אַ וואַרעמען מאָלצײַט, וואָס געוויסע וווילטעטיקע, פּריוואַטע מענטשן און אינסטיטוציעס, מיט דער שטיצע פֿון דער שטאָטישער מוניציפּאַליטעט גרייטן צו פֿאַר זיי.
אָבער ווען עס קומען אָן די ימים־טובֿים ווערט זייער מצבֿ מער בולט און אָנזעעוודיק. די דאָזיקע טעג זענען פֿאַר זיי טראַוומאַטיש און גאָר ניט אַזוי יום־טובֿדיק. אין עלנטקייט זענען די דאָזיקע טעג שווערע און גאַנץ טרויעריקע.
פּונקט ווי אַמאָל אין גלות עקזיסטירן איבערן לאַנד חבֿרות און אינסטיטוציעס וואָס באַווײַזן זיך צו העלפֿן זיי אין זייער נויט. אין ירושלים און איבערן לאַנד זענען באַקאַנט "יד־שׂרה", "קרן־החסד", "פּתחון־לבֿ" א״אַ.
די עקאָנאָמישע לאַגע אין לאַנד האָט זיך לעצטנס וועזנטלעך שטאַרק פֿאַרערגערט. ישׂראל, אַזוי ווי אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, גייט דורך אַן ערנסטן עקאָנאָמישן קריזיס. די פּרײַזן פֿון די שפּײַז־פּראָדוקטן האָבן זיך געהעכערט און עס זענען דאָ אַ סך אַרבעטסלאָזע אויף אַלע געביטן פֿון אינדוסטריע, לאַנדווירטשאַפֿט און קאָמערציעלע אונטערנעמונגען. די שטיצע פֿאַר דעם צוועק פֿון די סאָציאַלע אינסטיטוציעס זענען אין אַ געוויסער מאָס שטאַרק רעדוצירט געוואָרן.
אין דער פּרעסע, טעלעוויזיע און ראַדיאָ דערשײַנען ווענדונגען צו דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, אַז מען זאָל שטיצן די נויט־באַדערפֿטיקע מיט געלט און שפּײַז־אַרטיקלען, מען זאָל זיי אײַנלאַדן צו די יום־טובֿדיקע מאָלצײַטן, אין פּריוואַטע היימען, צו משפּחות וואָס זענען ביכולת דאָס צו טאָן.
די אָפּרופֿן מצד דער באַפֿעלקערונג אין לאַנד צו די דאָזיקע ווענדונגען זענען שטענדיק געווען זייער פּאָזיטיוו יעדעס יאָר.
זאָל דער קומענדיקער נײַער יאָר תשע"ג זײַן פֿאַר אונדז אַלעמען אַ יאָר פֿון געזונט און כּל־טובֿ, זאָלן מיר אויסמײַדן און פֿאַרהיט ווערן פֿון אַלע סכּנות וואָס לויערן אויף אונדז אין די איצטיקע טעג.
אַ כּתיבֿה וחתימה טובֿה אײַך אַלעמען, ליבע לייענער פֿון אונדזער "פֿאָרווערטס".