קהילה־לעבן

יוסף לעבאָוויץ באַטייליקט זיך אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿונעם נײַעם ייִדישן קהילה־קאַמפּוס אין אַ טאָראָנטאָ־פֿאָרשטאָט
יוסף לעבאָוויץ באַטייליקט זיך אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿונעם נײַעם ייִדישן קהילה־קאַמפּוס אין אַ טאָראָנטאָ־פֿאָרשטאָט
Jen Arron Photography
טאָראָנטאָ, קאַנאַדע (ייִט״אַ). — טאַאַלי לעסטער טאָלמאַן, די וויצע־פּרעזידענטקע אין האַנדל־ענינים בײַ דער פֿעדעראַציע פֿונעם "פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּעל" (״UJA״) אין טאָראָנטאָ, האָט געגעבן אַ ברייטן מאַך מיט איר האַנט און געוויזן אויף דער נײַעם קהילה־קאָמפּלעקס, וועלכער געפֿינט זיך גלײַך לעבן דער שטאָט אויפֿן צפֿון. דער קאָמפּלעקס, וועלכער קאָסט 185 מיליאָן דאָלאַר, שטייט אויף אַן אָרט, וווּ בלויז מיט עטלעכע יאָר צוריק, ווי עס האָט דערציילט טאָלמאַן, איז געווען אַ ליידיק פֿעלד באַוואַקסן מיט גראָז און ביימער. דער צענטער האָט זיך געעפֿנט זונטיק.
דער נײַער צענטער אין טאָראָנטאָ, וועלכער הייסט "דער ייִדישער קהילה־קאַמפּוס אויפֿן נאָמען פֿון יוסף און וואָלף לעבאָוויץ" און פֿאַרנעמט 50 אַקערס לאַנד, איז איינער פֿון די סאַמע אַמביציעזע ייִדישע פּראָיעקטן אין קאַנאַדע. דער שטח פֿונעם קאָמפּלעקס באַטרעפֿט 200,000 קוואַדראַט־פֿוס און אַנטהאַלט אַגענטורן פֿאַר סאָציאַלער הילף; אַ צאָל קאָנפֿערענץ־זאַלן; אַן עגאַליטאַרע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגע מיט פֿאַרנאַכט־קלאַסן; אַ קינדער-גאָרטן; אַ טעאַטער און אַ קונסט־גאַלעריע; אַ ייִדישע מיטל־שול; אַ וווין־אָרט פֿאַר אינוואַלידן און אַ גרויסער ספּאָרט־צענטער מיט דרײַ זאַלץ־באַסיינען. אין דער נאָענטער צוקונפֿט פּלאַנירט מען אויך צו עפֿענען אַן אָנהייב־שול פֿאַר קליינע קינדער און אַ מעדיצינישן אָפּטייל מיט 10 דאָקטוירים. דער אונטערערדישער גאַראַזש האָט גענוג פּלאַץ פֿאַר 350 אויטאָס. דער קאָמפּלעקס איז אַרומגערינגלט מיט פּרעכטיקע גערטנער.
דוד סאַדאָווקסי, אַן אַנדער פֿאָרשטייער בײַ דער פֿעדעראַציע פֿונעם "פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּעל", וועלכער טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר די ייִדישע קהילה־אַנשטאַלטן, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז אין גאַנץ צפֿון־אַמעריקע איז נישטאָ קיין אַנדער צענטער פֿון אַזאַ מין. און דערצו, האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען דעם נייטיקן בודזשעט און אויפֿצושטעלן דעם קאָמפּלעקס באַצײַטנס, לויטן פּלאַן.
דער נײַער ריזיקער קהילה־צענטער געפֿינט זיך אינעם שטעטל וואָהען, פֿיר מײַל פֿון טאָראָנטאָ. די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דער טאָראָנטאָ־געגנט, אַרײַנגערעכנט עטלעכע פֿאָרשטאָט־מוניציפּאַליטעטן אינעם צפֿון־ראַיאָן, האַלט אין איין וואַקסן — אַ סך גיכער, ווי די אַנדערע ייִדישע קהילות אין קאַנאַדע. די צפֿונדיקע פֿאָרשטעט, לעבן דעם נײַעם צענטער, ציִען צו נײַע ייִדישע תּושבֿים פֿון מאָנטרעאָל, וויניפּעג און אַנדערע קאַנאַדישע שטעט, ווי אויך עמיגראַנטן פֿון ישׂראל, דרום־אַמעריקע, רוסלאַנד און אַרגענטינע. בערך 80,000 ייִדן, פֿערציק פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער טאָראָנטאָ־געגנט, לעבן אויפֿן צפֿון, ווי עס האָט איבערגעגעבן טשאַרלז שחר, אַ דעמאָגראַפֿישער פֿאָרשער פֿון מאָנטרעאָל.
דער נײַער ייִדישער קהילה־קאַמפּוס אין אַ טאָראָנטאָ־פֿאָרשטאָט
דער נײַער ייִדישער קהילה־קאַמפּוס אין אַ טאָראָנטאָ־פֿאָרשטאָט
Jen Arron Photography

אינעם יאָר 1971, האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה באַטראָפֿן בלויז אַרום 1,500 נפֿשות. די גאַנצע געגנט איז דעמאָלט באַשטאַנען, על־פּי־רובֿ, פֿון ווילדע וועלדער און פֿעלדער. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 40 יאָר, איז זי פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ נעץ פֿון פֿאָרשטעט, וווּ עס וווינען הײַנט אַ סך ייִדן. טאָלמאַן האָט איבערגעגעבן, אַז אַ סך יונגע משפּחות, וועלכע האָבן זיך אַריבערגעקליבן פֿון טאָראָנטאָ און אַנדערע געגנטן צוליב ביליקערע פּרײַזן פֿון די הײַזער און אָפֿענע שטחים, באַטראַכטן שוין דעם נײַעם קאָמפּלעקס ווי אַ צענטער פֿונעם סאָציאַלן לעבן. זי האָט דערקלערט, אַז די אָרטיקע ייִדן זוכן נישט מער ריזיקע שילן, ווי פֿריִער; זיי זענען מער פֿאַראינטערעסירט אין אַ פֿאַראייניקט אָרט, וווּ מע קאָן געפֿינען אַלע סאָרטן ייִדישע אַנשטאַלטן אויף איין אָרט.
דער נײַער קהילה־צענטער איז נישט דער איינציקער סימן פֿונעם בליִענדיקן ייִדישן לעבן אין טאָראָנטאָ־געגנט. אַ העלפֿט פֿון בערך 20 אָרטיקע חב״ד־הײַזער האָבן זיך געעפֿנט אין די לעצטע פֿינף יאָר. 8 פֿון זיי געפֿינען זיך אינעם צפֿונדיקן יאָרק־ראַיאָן; איין בית־חב״ד איז געשאַפֿן געוואָרן פֿאַר יונגע ישׂראלים.
די קהילה־אָרגאַניזאַציעס האָבן געקויפֿט דאָס לאַנד פֿאַרן נײַעם קאַמפּוס אינעם יאָר 1999; אינעם יאָר 2000, האָט מען אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע צו זאַמלען 400 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר ייִדישע קהילה־פּראָיעקטן. צום הײַנטיקן טאָג האָט מען שוין געזאַמלט 300 מיליאָן; אַ טייל פֿונעם געלט איז אויסגענוצט געוואָרן, כּדי אויפֿצושטעלן דעם נײַעם קאָמפּלעקס. די פּראָווינץ־גערירונג פֿון אָנטאַריאָ האָט אויסגעגעבן אַ סובסידיע אויף אַ סומע פֿון 15 מיליאָן דאָלאַר; נאָך 15 מיליאָן האָט בײַגעשטײַערט די פֿעדעראַלע רעגירונג. די משפּחה לעבאָוויץ האָט געגעבן 20 מיליאָן, און צוגעזאָגט נאָך אַ האַלבן מיליאָן, אויב מע וועט אָנרופֿן לכּבֿוד זייער נאָמען די גאַס, וואָס פֿירט צום קאַמפּוס; מע האָט טאַקע אַזוי געטאָן.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין קאַנאַדע וואַקסט כּסדר נישט בלויז אין טאָראָנטאָ, הגם נישט מיט אַזאַ אימפּעט. במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר איז זי געוואַקסן אויף 4 פּראָצענט, פֿון 370 ביז 385 טויזנט נפֿשות. אין דער זעלבער צײַט, איז די צאָל ייִדן אין דער טאָראָנטאָ־געגנט געשטיגן אויף 10 פּראָצענט.
פֿון ראָן טשילאַג