- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
Travelogues of a New York Jew
דער נײַער צענטער אין טאָראָנטאָ, וועלכער הייסט "דער ייִדישער קהילה־קאַמפּוס אויפֿן נאָמען פֿון יוסף און וואָלף לעבאָוויץ" און פֿאַרנעמט 50 אַקערס לאַנד, איז איינער פֿון די סאַמע אַמביציעזע ייִדישע פּראָיעקטן אין קאַנאַדע. דער שטח פֿונעם קאָמפּלעקס באַטרעפֿט 200,000 קוואַדראַט־פֿוס און אַנטהאַלט אַגענטורן פֿאַר סאָציאַלער הילף; אַ צאָל קאָנפֿערענץ־זאַלן; אַן עגאַליטאַרע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגע מיט פֿאַרנאַכט־קלאַסן; אַ קינדער-גאָרטן; אַ טעאַטער און אַ קונסט־גאַלעריע; אַ ייִדישע מיטל־שול; אַ וווין־אָרט פֿאַר אינוואַלידן און אַ גרויסער ספּאָרט־צענטער מיט דרײַ זאַלץ־באַסיינען. אין דער נאָענטער צוקונפֿט פּלאַנירט מען אויך צו עפֿענען אַן אָנהייב־שול פֿאַר קליינע קינדער און אַ מעדיצינישן אָפּטייל מיט 10 דאָקטוירים. דער אונטערערדישער גאַראַזש האָט גענוג פּלאַץ פֿאַר 350 אויטאָס. דער קאָמפּלעקס איז אַרומגערינגלט מיט פּרעכטיקע גערטנער. למשל, די וואָך ביזן 31סטן אָקטאָבער, קומט פֿאָר דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל "קלעזמערוועלטן" אין געלסענקירכען, דײַטשלאַנד, אָרגאַניזירט פֿון אַנדרעאַס שמיטגעס, אין וועלכן עס נעמען אָנטייל: די קאַפּעליעס "קלעזמאַטיקס", "שטראַוס־וואַרשאַוער דואָ", "ייִדישע פּרינצעסין" פֿון ניו־יאָרק, "פֿאָרשפּיל" פֿון ריגע, "ש׳כּוח" פֿון לאָנדאָן און אַנדערע. אין ווין וועט באַלד, פֿונעם 3טן ביזן 18טן נאָוועמבער, פֿאָרקומען דער 9טער "קלעזמאָר" [Klezmore]־פֿעסטיוואַל מיטן אָנטייל, צווישן אַנדערע, פֿונעם טראָמבאָניסט ברײַען בענדער און זײַן גרופּע, דער קלאַרנעטיסט דוד קראַקאַוער, דער זינגער קערסטען טרויקע פֿון דײַטשלאַנד, די "אַמסטערדאַמער קלעזמער־גרופּע" און יאַן הערמערשמידט, וואָס האָט ערשט אַרויסגעגעבן אַ רעקאָרדירונג פֿון ייִדישע טאַנגאָס. בײַ די אַלע פֿעסטיוואַלן האָבן זיך אײַנגעוואָרצלט עטלעכע טראַדיציעס: מע ווײַזט שטום־פֿילמען וואָס האָבן עפּעס אַ שײַכות מיט דער ייִדישער וועלט, און מוזיקער שאַפֿן אָריגינעלע מוזיק וואָס באַגלייט דעם פֿילם; מע פֿאַרענדיקט דעם פֿעסטיוואַל מיט אַ ריזיקן קאָנצערט אין דרויסן אָדער אין אַ גרויסן זאַל, אין וועלכן אַלע מוזיקער באַטייליקן זיך; מע פֿירט אָן וואַרשטאַטן פֿאַר אָרטיקע מוזיקער, מע זאָל זיך באַקענען מיט דער קלעזמער־מוזיק. בײַ עטלעכע פֿעסטיוואַלן לערנט מען ייִדיש מיט קינדער און דערוואַקסענע. מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃ דער שרײַבער מישע לעוו איז געבוירן געוואָרן אינעם אַלטן ייִדישן שטעטל פּאָגרעבישטשע אין אוקראַיִנע אינעם יאָר פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע 1917. זײַן לעבנסגאַנג איז געווען ענג פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿון סאָוועטישן ייִדנטום און זײַן קולטור. אין 1925 האָט זײַן משפּחה זיך באַזעצט אין סטאַלינדאָרף, דעם נײַ־געשאַפֿענעם ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן אין אוקראַיִנע. דאָס איז געווען אַ טייל פֿונעם סאָוועטישן פּלאַן פֿון דער "פּראָדוקטיוויזאַציע" פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס איז געוואָרן שטאַרק פֿאַראָרעמט בעת דער ליקווידאַציע פֿון דער "נײַער עקאָנאָמישער פּאָליטיק". וואָס זשע האָב איך פֿון דעם הײַנט-צו-טאָג? גאָרנישט, אַ חוץ אַ קאָפּדרייעניש. איך געהער ניט צו דער קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס ווילן זיך גלײַך טיילן מיט דער גאָרער וועלט, ווען זיי דערהערן אָדער דערשמעקן עפּעס אַ נײַעס (שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס איך האָב די טריבונע פֿון “פֿאָרווערטס") אָדער ווען זיי מאַכן אַ פֿרישן פֿאָטאָ פֿון זייער קאַץ. מיט אַנדערע ווערטער, איך בין נאָך אַלץ ניט — לויט אַלע סימנים — פֿון דער קאַטעגאָריע מענטשן, וועלכע האָבן געהאַט, און האָבן נאָך אַלץ, אַפּנים, אין זינען מאַרק צוקערבערג. אין דעם זין, געהער איך נאָך אַלץ, אויב איר ווילט, צו מיטלעלטער און פֿאַרשטיי פּשוט ניט די מענטשן וואָס אַנטוויקלען אַן אמתע “פייסבוק"-מאַנקאָליע. פּסיכאָלאָגן האָבן זיך שוין אויסגעלערנט צו דערקענען סימפּטאָמען פֿון דער דאָזיקער קרענק, וואָס איז איינע פֿון אַ סך אַזעלכע אינטערנעץ-מאַנקאָליעס. אַפֿילו אָן “פֿייסבוק" פֿאַרברענג איך, למשל, זייער אַ סך צײַט בײַם קאָמפּיוטער. די בליצבריוו אַליין נעמען דאָך אָפּ אַ שטיקל לעבן. צו באַגרענעצן עס טראָג איך אין מײַן קעשענע אַן אַלטפֿרענקישן טעלעפֿאָן, אָן אַן אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ-וועלט. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי די מענטשן האָבן געבראַכט מיט זייערע עבֿירות אַ מבול אויף דער גאַנצער וועלט. צווישן דער פֿאַרדאָרבענער מענטשהייט איז געווען בלויז איין צדיק — נח — וואָס דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן אויפֿצובויען די תּיבֿה — אַ גרויסע שיף — כּדי זײַן משפּחה זאָל זיך אויסבאַהאַלטן פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע, צוזאַמען מיט אַלע חיות. נישט קיין קליינעם חלק אין דער שאַפֿונג פֿון דער נײַער מיזרח־אייראָפּעיִשער מוזיק — די אַזוי־גערופֿענע "קלעזמער־מוזיק" — האָט צו טאָן מיט רעקאָנסטרויִרן; דאָס צונויפֿנעמען "ברעקלעך", פֿראַגמענטן, קרישקעס, וואָס אונדז איז געבליבן נאָכן חורבן און מיט דעם חומר ווי אַ באַזע, שאַפֿן אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס און קומען צו קינסטלערישע באַשלוסן און אויספֿירן. אָפֿט מאָל האָט מען נישט קיין סך אַזעלכע "פֿראַגמענטן", אָבער דער קינסטלער גייט זײַן אייגענעם וועג מיט זאַכן וואָס ער האָט נאָר בײַ דער האַנט. למשל, עס פֿרעגט זיך די קשיא — ווי אַזוי האָט געקלונגען דער ייִדישער פֿידל אינעם 19טן יאָהונדערט? וואָס האָט סטעמפּעניו געשפּילט און ווי אַזוי האָט ער געשפּילט אויף זײַן כּלי, אַז יעדער בײַ דער חתונה זאָל זיך צעוויינען? קיין רעקאָרדירונגען פֿון סטעמפּעניו האָבן מיר נישט. אָבער מיר האָבן יאָ רעקאָרדירונגען פֿון ש. אַנ־סקיס פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין וועלכע די פֿידלער שפּילן פֿאַר דעם פֿאָלקלאָריסט פֿידל־שטיקעלעך, וואָס ווי מע זאָגט, סטעמפּעניו אַליין האָט זיי קאָמפּאָנירט. צוהערנדיק זיך צו די רעקאָרדירונגען, צעוויינט מען זיך אָבער נישט, און דער פֿידלער קלינגט גאַנץ אַמאַטאָריש, "אַפֿילו פֿאַר אַ קלעזמער". מישע כאַזין איז אַ באַקאַנטער רוסישער שרײַבער און איבערזעצער פֿון רומעניש און ייִדיש. אַ דאַנק זײַן זעלטענעם טאַלאַנט, זײַנען אַ סך ווערק פֿון די ביידע ליטעראַטורן באַקאַנט געוואָרן דעם רוסישן לייענער. אַ דאַנק זײַן שאַרף אויג און שאַפֿערישער פּען, האָבן זיך באַוויזן אין זײַנע אייגענע ביכער לעבעדיקע און בולטע געשטאַלטן פֿון זײַנע מיטצײַטלער: שרײַבער, מאָלער, אַקטיאָרן, זשורנאַליסטן, געלערנטע — ייִדן און נישט ייִדן — מענטשן פֿון זײַן טאָג־טעגלעכקייט.
אין נאָמען פֿון דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע, פֿון מישע כאַזין (באָסטאָן) דאָס יאָר 1963, אויפֿן היסטאָרישן הינטערגרונט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז געווען מער־ווייניקער אַ ווייכס, אָדער ווי מע פֿלעגט זיך וויצלען — אַ וועגעטאַרישס. סטאַלינס גוף האָט מען אַרויסגעטראָגן פֿונעם מאַווזאָליי, וווּ ער איז געלעגן לעבן לענינען; נאָכן טאָטאַלן פּאָגראָם פֿון דער ייִדישער קולטור, האָט אָנגעהויבן אַרויסגיין אין מאָסקווע דער ייִדישער ליטעראַרישער חודש־זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", ס׳האָבן זיך באַוויזן קאָנצערט־גרופּעס, וואָס האָבן געשפּילט ייִדישע טעאַטער־שטיקלעך און מוזיק. און דאָך, איז דער מצבֿ פֿון אַ ייִדישן שרײַבער געבליבן אַ וואַקלדיקער, ווי ער וואָלט געגאַנגען נישט אויף דער יבשה, נאָר אויף אַ פֿאַרפֿרוירענעם טײַך, ווען דאָס אײַז האָט זיך קוים פֿאַרצויגן. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך באַשלאָסן צו געבן אַ קורס אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט טאַקע געווידמעט די ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן וואָס זײַנען ווייניק באַקאַנט דעם ייִדישן עולם לייענער אין אונדזערע קרײַזן, שוין אָפּגערעדט פֿון די סטודענטן. איך האָב אומישנע דערמאָנט אַ פּאָר פֿון אונדזערע ייִדישע פּראָפֿעסאָרן אין אונדזער אָפּטיילונג, אַז איך גרייט זיך צו געבן אַ קורס וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדישע שרײַבער און דיכטער וואָס גייען פֿאַרלוירן צווישן די קלאַסיקער. האָבן זיי מיר דערלאַנגט אַ לאַנגווײַליקן בליק און זיך אָפּגערופֿן: "דו מיינסט מסתּמא מענדעלען, שלום־עליכמען און פּרצן." "ניין!" האָב איך זיך אָפּגערופֿן, "איך מיין די פֿאַרנאַכלעסיקטע ליטעראַטן." "פֿאַראַן אַזוינס בײַ אונדז?" — האָבן זיי מיך אָנגעקוקט מיט קעלבערנע אויגן. אַ שאלה אויף אַ מעשׂה צי ס׳איז פֿאַראַן. דאָ רעדט זיך וועגן אַ פּלעיאַדע פֿון ליטעראַרישע קינסטלער, און צווישן זיי יעקבֿ פֿרידמאַן, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, מה־יפֿית, משה נאַדיר, לעאָן קאָברין, יאָסל קאָטלער, אליעזר שטיינבאַרג, אורי־צבֿי גרינבערג, אַבֿיעזר בורשטיין, יאַנקל יאַקיר, חיים גרינבערג, מאיר חרץ, שיקע דריז, שוין אָפּגערעדט פֿון איציק מאַנגערן, יעקבֿ גלאַטשטיינען, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, יוסף קערלערן, און זיי אַלע באַשײַנען אונדזער ליטעראַרישן אָלימפּ." אָבער ווען איך וועק אויף אין מײַן באַוווּסטזײַן און אין מײַן זכּרון דעם נאָמען "באָנאָ", דערשײַנט ער אין דעם דמיון מײַנעם ווי אַ מין געפֿלעכט פֿון שטיפֿערישן לײַכטזין מיט געווויגענער שׂכלדיקער ערנסטקייט, אַ געפֿלעכט פֿון לײַכטער הימל־פֿלאַטערנדיקער, באַפֿליגלט־שוועבנדיקער נאָנשאַלאַנטישקייט — מיט געזעצטער ערדיש־רעאַליסטישער פּראַקטישקייט, וואָס מען רופֿט עס, אויפֿן הײַנטיקן באַנאַלן לשון: פּראַגמאַטיזם… ער איז בשום אופֿן נישט געווען קיין אָפּאָרטוניסט, ווי דאָס געשעט זייער אָפֿט מיט פּראַגמאַטיקער. ער איז אָבער נישט ווייניקער פֿון זײַן פּראַגמאַטיזם — געווען אַ טרוימער, אַן אידעאַליסט. ער איז געווען, אַלזאָ, סײַ אַן אידעאַליסט און סײַ אַ פּראַגמאַטיקער אין זײַן פּערזענלעכקייט און ווי אַזעלכן, יעדנפֿאַלס, זע איך אים פֿאַר זיך פֿון זינט איך האָב אים באַקענט נאָך מײַן צוריקקומען קיין פּוילן פֿון דער מלחמה־פֿאַרשיקונג און פּליטים־וואָגל אין סאָוויעטישן מיזרח. ער, דאַקעגן, האָט שוין פֿאַר דעם געהאַט זיך צוריקגעקערט פֿון מערבֿ, פֿון די היטלערישע פּײַן־ און אומקום־לאַגערן, וווּ ער האָט מיט אַ יאָר פֿריִער געהאַט אויפֿגענומען די באַפֿרײַונג. אַ סך קלאַסישע מפֿרשים פֿרעגן טאַקע די דאָזיקע קשיא. מיר דאַכט זיך אָבער, אַז ס׳איז בעצם אַ רעטאָרישע קשיא, וואָס יעדער ווייסט שוין דעם ענטפֿער דערויף. די תּורה רעדט נישט בלויז וועגן ייִדן, דערפֿאַר הייבט זי זיך אָן דווקא מיט אַלמענטשלעכע ענינים. און כאָטש אַ סך פּרשיות אינעם חומש האָבן צו טאָן מיט ספּעציפֿיש־ייִדישע מיצוות, קאָן מען נישט איגנאָרירן די אַרומיקע וועלט און מע קאָן פֿון יעדן תּורה־ענין אָפּלערנען אַן אוניווערסאַלן לימוד. מע ווייסט דאָך, אַז אין דער קריסטלעכער וועלט ווערט דער תּנ״ך אָנערקערט ווי אַ הייליקער ספֿר, וואָס דינט ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע און מחשבֿה פֿאַר פֿאַרשיידענע נישט־ייִדישע דענקער און קינסטלער במשך פֿון צוויי טויזנט יאָר. אַדרבה, זענען די קלאַסישע ייִדישע פּירושים אויף דער פּרשה "בראשית" אָפֿט די לענגסטע, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע טיילן פֿון דער תּורה. יעדער פֿילט, למשל, אַז די מעשׂה וועגן אָדם און חוה איז אָנגעלאָדן מיט "70 פּנימער" פֿון פֿילזײַטיקן באַדײַט, וואָס יעדער מענטש קאָן אין איר געפֿינען עפּעס אַ חידושדיקע פּערזענלעכע עצה. דאָס, וואָס מע פֿרעגט כּלערליי קשיות וועגן דעם אָרט, וואָס די מעשׂה־בראשית פֿאַרנעמט אין דער תּורה, איז אַ קלאָרער אָנווײַז אויף דעם, אַז זי בלײַבט אייביק וויכטיק און רעלעוואַנט פֿאַר אַלעמען. די ערשטע אומרוען און אינטערעסאַנט: אין דעם ערשטן טאָג, ווען ס׳איז געווען אומרוען, איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ קליינער פֿאַרזאַמלונג פֿון סטודענטן אונטער דער השגחה כּלומרשט פֿון איינעם אַ פּראָפֿעסאָר וואָס איז געווען זייער ליבעראַל און אויף זיך גענומען די געפֿאַר צו האָבן בײַ זיך אַ קרײַזל. כּלומרשט איז געווען וועגן עקאָנאָמישע פּראָבלעמען. אין דער אמתן איז דאָס געווען אַן [אָרט פֿאַר] פּאָליטישע קריגערײַען פֿון סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע ריכטונגען, צי מע דאַרף זען, אַז רוסלאַנד זאָל זיגן אָדער באַזיגט ווערן און דעמאָלט וועט אַרונטערפֿאַלן די ראָמאַנאָוו־דינאַסטיע, און נאָך אַזעלכע זאַכן. בין איך געווען דעמאָלט אויף אַזאַ פֿאַרזאַמלונג און ס׳איז מיר אויסגעטראָטן איין סאָציאַליסט נאָכן צווייטן (דאָס הייסט, פֿון די סאָציאַל־דעמאָקראַטן — וועגן באָלשעוויקעס האָט מען בכלל ניט גערעדט. ס׳איז געווען פֿאַרשיידענע מינים סאָציאַל־דעמאָקראַטן). עס זײַנען געווען פֿאַרשיידענע סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן, וואָס זײַנען געווען רוסיש מער נאַציאָנאַלע ווי סאָציאַל־דעמאָקראַטן. אויך האָט נאָך דעם זיך באַטייליקט דער פּראָפֿעסאָר (וואָס איך האָב פֿאַרגעסן דעם נאָמען ווי ער האָט געהייסן). איז געווען די מיינונג: גוט, אומרוען וועלן זײַן, בלוט וועט זיך אפֿשר גיסן, קיין רעוואָלוציע וועט פֿון דעם ניט ווערן. ווי וועט ווערן אַ רעוואָלוציע איצט? די אַלע מענער זײַנען דאָך גאָר אויפֿן פֿראָנט. אַ רעוואָלוציע אין פּעטראָגראַד? אויב עס קען ווערן אַ רעוואָלוציע, קען עס זיך דאָך אָנהייבן ערגעץ וווּ אַנדערש, ניט דאָרטן וווּ עס זײַנען דאָ די אַלע מיניסטאָרן מיט אַזוי פֿיל זשאַנדאַרמעריע, מיט אַזוי פֿיל געהיים־פּאָליציי. וועלכע פּאַרטיי קען דאָס נעמען אויף זיך די אַחריות און די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט, אָנצוהייבן אַ רעוואָלוציע בשעת אָט דער שׂונא איז פֿאַר די טויערן? ס׳איז געווען אַלערליי טענות, און דער אויספֿיר איז געווען: קיין רעוואָלוציע וועט ניט זײַן. |