פּערזענלעכקײטן
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָנאָ ווינער
באָנאָ ווינער
מיר דאַכט זיך, אַז שוין אין דעם נאָמען אַליין ליגט דער תּמצית פֿון זײַן פּערזענלעכקייט — נישט געקוקט דערויף, וואָס דער נאָמען איז אַ קורצער, בעת דער בעל־הנאָמען איז געווען אַ "לאַנגער", דהײַנו — הויך און פֿעסט געבויט, און אַפֿילו, לפּחות אין די ייִנגערע יאָרן, אַ שלאַנקע פֿיגור. און אפֿשר פּשוט דערפֿאַר, ווײַל דער נאָמען איז דאָך דער סאַמע נאָענטסטער לעבנס־באַגלייטער, מ׳קען אים נישט אָפּטיילן פֿון דעם מענטש: ער איז, מ׳קען זאָגן, זײַן "רעפּרעזענטאַנט", זײַן וויזיט־קאַרטע — זײַן אינטימע אידענטיטעט, אַפֿילו זײַן כאַראַקטעריסטיק. נאָך מער: דער נאָמען איז די אידעע, די אייביקייט פֿון דער פּערזענלעכקייט — אין קעגנזאַץ צו דעם שטערבלעכן גוף…
אָבער ווען איך וועק אויף אין מײַן באַוווּסטזײַן און אין מײַן זכּרון דעם נאָמען "באָנאָ", דערשײַנט ער אין דעם דמיון מײַנעם ווי אַ מין געפֿלעכט פֿון שטיפֿערישן לײַכטזין מיט געווויגענער שׂכלדיקער ערנסטקייט, אַ געפֿלעכט פֿון לײַכטער הימל־פֿלאַטערנדיקער, באַפֿליגלט־שוועבנדיקער נאָנשאַלאַנטישקייט — מיט געזעצטער ערדיש־רעאַליסטישער פּראַקטישקייט, וואָס מען רופֿט עס, אויפֿן הײַנטיקן באַנאַלן לשון: פּראַגמאַטיזם…
ער איז בשום אופֿן נישט געווען קיין אָפּאָרטוניסט, ווי דאָס געשעט זייער אָפֿט מיט פּראַגמאַטיקער. ער איז אָבער נישט ווייניקער פֿון זײַן פּראַגמאַטיזם — געווען אַ טרוימער, אַן אידעאַליסט. ער איז געווען, אַלזאָ, סײַ אַן אידעאַליסט און סײַ אַ פּראַגמאַטיקער אין זײַן פּערזענלעכקייט און ווי אַזעלכן, יעדנפֿאַלס, זע איך אים פֿאַר זיך פֿון זינט איך האָב אים באַקענט נאָך מײַן צוריקקומען קיין פּוילן פֿון דער מלחמה־פֿאַרשיקונג און פּליטים־וואָגל אין סאָוויעטישן מיזרח. ער, דאַקעגן, האָט שוין פֿאַר דעם געהאַט זיך צוריקגעקערט פֿון מערבֿ, פֿון די היטלערישע פּײַן־ און אומקום־לאַגערן, וווּ ער האָט מיט אַ יאָר פֿריִער געהאַט אויפֿגענומען די באַפֿרײַונג.
באַגעגנט און באַקענט האָב איך אים גראָד אויף דעם ערשטן, נאָך דער מלחמה, זומער־לאַגער פֿון יוגנט־בונד "צוקונפֿט", וווּ באָנאָ ווינער איז געווען איינער פֿון די אָנפֿירער, כּמעט דער הויפּט־אָנפֿירער.
דער גורל האָט מיך צוריקגעבראַכט קיין פּוילן געציילטע טעג נאָך דעם קעלצער פּאָגראָם. און גראָד אין יענע טעג, אָנקומענדיק קיין וואַרשע און שטייענדיק אַ צעקלעמט־צעטומלטער איבער דעם חורבן־קבֿר פֿון מײַן וואַרשעווער ייִדישער היים און היימשטאָט, האָב איך געפֿונען אַ דערמוטיקנדיקע טרייסט אין דער באַגעגעניש מיט חבֿרים בונדיסטן און אין דער פֿאַרבעטונג קיין לאָדזש, כּדי גלײַך אויף צומאָרגנס פֿון דאָרטן אַרויסצופֿאָרן מיט דער באַן קיין קאַמיאָנקאָווע, אין די בערג פֿון נידער־שלעזיע, צו דער דערעפֿענונג פֿון דעם "צוקונפֿט"־לאַגער.
עס איז מיר שווער צו באַשרײַבן און צו שילדערן דעם עמאָציאָנעלן שאָק פֿון דער הנאה, וואָס עס האָט מיר פֿאַרשאַפֿט אָט דער פּלוצעמדיקער צוריקבליק צו יענע מונטערע יאָרן פֿון יוגנטלעכן גלויבן, פֿון יענע האָפֿענונגספֿולע יוגנט־פֿריידיקע איבערלעבונגען, וועלכע האָבן אונדז געזאָלט פֿאַרגיטיקן, פֿאַרזיסן — כאָטש קורצמיניק — דעם ביטערן קלעם פֿון די אַדורכגעמאַכטע יאָרן פֿון פּײַן און פֿון דער שרעקלעכער אַבֿדה פֿון די נאָענט־נאָענטסטע.
אַוודאי איז דאָס געווען נאָר אַן אילוזיע, אַ מין פֿאַטאַ־מאָרגאַנאַ, אַ גליק־אימאַזש, וואָס איז גיך, גאָר גיך פֿאַרשוווּנדן — סײַ צוליב דעם בראָך־און־וויי פֿון דעם אָקאָרשט געשעענעם נאַציאָנאַלן אומגליק, און סײַ צוליב דער טרויעריקער אַקטועלער ווירקלעכקייט, וועלכע האָט אונדז אַרומגערינגלט און פֿון וועלכער מיר האָבן אויף דעם זומער־לאַגער געהאַט זיך אָפּגעריסן, ווי געזאָגט, אויף די קורצע צוויי וואָכן. אין אָט דער קורצער צײַט האָב איך באָנאָ ווינערן באַקענט און — קענענגעלערנט, ווי עס זאָגן די לאָדזשער — און באָנאָ איז געווען די פֿולע פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם באַגריף "אַ לאָדזשער".
למעשׂה זענען געווען אויפֿן לאַגער אויך אַנדערע אָנגעזעענע און אינטערעסאַנטע געשטאַלטן פֿון דער גײַסטיקער אָנפֿירונג פֿון דער צוריק זיך אָרגאַניזירנדיקער באַוועגונג, דער עיקר פֿון דער יוגנט. באָנאָ איז אָבער געווען די דאָמינירנדיקע געשטאַלט, דער פּראַקטישער אָנפֿירער, דער קאָמענדאַנט, דער אינסטרוקטאָר, דער אויסטויגעוודיקער וועגווײַזער אויף אַלע אויספֿלוגן, נאַכט־שפּאַצירן, סקויטישע שפּילערײַען און לאַגער־אַקטיוויטעטן. ער האָט זיך אויך אַקטיוו באַטייליקט — און האָט לרובֿ דאָמינירט — אין אַלע אידעאָלאָגישע באַהאַנדלונגען און וויכּוחים, וואָס האָבן אויסגעפֿילט אונדזער פֿרײַע צײַט.
אַזאַ איז באָנאָ געווען אויך אין דעם אָרגאַניזאַציאָנעלן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין דער שטאָט, און דערנאָך, ווען אונדזערע געאָגראַפֿישע וועגן זענען זיך פֿונאַנדערגעגאַנגען און ווען מיר פֿלעגן פֿון מאָל צו מאָל זיך ווידער באַגעגענען אויף פּאַרטיייִשע און געזעלשאַפֿטלעכע טרעפֿונגען — אין ניו־יאָרק, אָבער לרובֿ, ווען ער פֿלעגט קומען אויף זײַנע קורצע באַזוכן קיין ישׂראל.
באָנאָ ווינער, וועלכער האָט, נאָכן פֿאַרלאָזן פּוילן (אין 1948), זיך באַזעצט אין דעם ווײַטן אויסטראַליע, איז געווען דער סאַמע באַוועגלעכסטער פֿון אַלע בונדישע טוערס און, ווי אַ מיטגליד פֿון דעם וועלט־קאָאָרדיניר־קאָמיטעט פֿון "בונד" האָט ער אויסגעפֿירט פֿאַרשיידענע שליחותן פֿון דער באַוועגונג. ער איז אָבער נישט געווען קיין פּאַסיווער שליח, און אויך נישט קיין מעכאַנישער פֿאַרבינדלער. ער האָט געהאַט אַ קלאָר אויסגעאַרבעטע שטעלונג צו אַלע פּרינציפּיעלע און צו אַלע אַקטועלע פּראָבלעמען פֿון ייִדישן לעבן, פֿון "בונד" און פֿון דער אַלגעמיינער סאָציאַליסטישער באַוועגונג, און ער פֿלעגט זײַן שטעלונג אַרויסברענגען און פֿאַרטיידיקן מיט אַ מין חסידישן פֿלאַם און מיט טיפֿער איבערצײַגונג.
נישט זעלטן איז אונדז אויסגעקומען שאַרף צו דיסקוטירן; זייער אָפֿט זענען געווען מיינונגס־פֿאַרשיידנהייטן צווישן אונדז. באָנאָ, ווי אַ פּראַגמאַטיקער, ווי מיר האָבן אים אויבן באַצייכנט, איז געווען אַן אָנהענגער פֿון אַקטיוון אַרײַנפֿלעכטן זיך אין דעם כּלל־ישׂראלדיקן ייִדישן לעבן אין יעדן אָרט וווּ בונדיסטן זענען טעטיק; באַטייליקן זיך אין די אינסטאַנצן פֿון דעם ייִדישן עסטאַבלישמענט, זײַן אַן אָרגאַנישער טייל פֿון דעם דאָמינירנדיקן געזעלשאַפֿטלעכן שטראָם. אין דער זעלבער צײַט, זײַענדיק איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "פּראָ־ישׂראלדיקער" גרופּירונג אין דער נאָכמלחמהדיקער בונדישער באַוועגונג, האָט ער געהאַט דעם מוט זיך אַרויסצוזאָגן פֿאַר אָנערקענען די פּל״אָ, און אַפֿילו פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מדינה — אין קעגנזאַץ צו דער דעמאָלט אָנגענומענער "מאָדע" אין דער נאַציאָנאַליסטיש־געשטימטער ייִדישער געזעלשאַפֿט, און אַפֿילו אויך צווישן זײַנע חבֿרים פֿון דער זעלבער "פֿראַקציע".
ער האָט אויך אַלעמאָל געמאָנט און גערופֿן די בונדיסטן צו זײַן אַקטיוו אײַנגעגלידערט אין דער אינטערנאַציאָנאַלער סאָציאַליסטישער באַוועגונג און צו זײַן באַטייליקט אין די סאָציאַליסטישע פּאַרטייען אין זייערע לענדער. ער אַליין איז געווען אַקטיוו אין דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי אין אויסטראַליע, באַפֿרײַנדעט מיט אירע אָנפֿירער, און זײַענדיק גלײַכצײַטיק אַקטיוו אין דעם כּלל־ייִדישן לעבן, פֿלעגט ער אין די אָנפֿירנדיקע אינסטאַנצן פֿון ייִדישן עסטאַבלישמענט מוטיק און שטאָלץ אַרויסטרעטן מיט זײַנע בונדישע אויפֿפֿאַסונגען און פֿלעגט שאַרף קריטיקירן זייער קלעריקאַלע אָדער נאַציאָנאַליסטישע אָריענטאַציע; ער האָט אויך פֿאַראורטיילט די אַסימילאַציע אין ייִדישן לעבן.
באָנאָ ווינער איז נישט געווען קיין "טעאָרעטיקער", קיין "דענקער" אין דעם אָנגענומענעם זין פֿון דעם וואָרט. ער האָט אָבער פֿאַרמאָגט אַ גוטן חוש פֿאַר אָבסערוואַציע, האָט אַ סך געלערנט פֿון דער רײַכער לעקטור — סײַ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, סײַ פֿון דער אַלגעמיין־אידעאָלאָגישער עסעיִסטיק — און ער האָט אויך פֿאַרמאָגט די אײַנגעבוירענע אינטעליגענץ פֿון פֿאָרמולירן טרעפֿלעך זײַנע געדאַנקען, זײַנע אידעיִשע אויפֿפֿאַסונגען.
איך דערמאָן זיך דעם שטאַרקן אײַנדרוק, וואָס עס האָט געמאַכט אויף מיר, ווי אויף אַלע אָנוועזנדיקע, זײַן אַרויסטריט בעת אַ סאַלאָן־פּאַרטי פֿאַר געסט פֿון אויסלאַנד אין דער גאַסטפֿרײַנדלעכער שטוב פֿון אַן אָנגעזעענעם ייִדישן שרײַבער אין קאַנאַדע. דער שרײַבער איז באַקאַנט מיט זײַנע קינסטלערישע ראָמאַנען פֿון חסידישן לעבן, פֿון זײַנע זאַפֿטיקע, קאָלירפֿולע שילדערונגען פֿון די חסידישע הייף, פֿון וואַנען ער אַליין ציט אויך זײַן שטאָלצן ייִחוס. די מערהייט אָנוועזנדיקע, מענטשן פֿון דער פּען און בינע, האָבן, לויבנדיק דעם גאַסטגעבער, זיך אויך פֿאַרכליניעט אין זייערע לויב־געזאַנגען פֿאַר דעם חסידות; גערעדט וועגן דער חסידישער ראָמאַנטיק, וועגן דער עמאָציאָנעלער איבערלעבונג און דער שיִער־נישט געטלעכער דערשײַנונג, וואָס רופֿט זיך חסידיזם. באָנאָ ווינער איז דאַן אַרויס מיט אַ גײַסטיקער "קעגן־אָפֿענסיווע", אָנווײַזנדיק אויף דער שעדלעכער ראָל פֿון דעם חסידישן פֿאַנאַטיזם אין הײַנטיקן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, אויף דער נעגאַטיווער מעטאַמאָרפֿאָזע, וואָס די אַמאָליקע סאָציאַל־דערלייזערישע באַוועגונג האָט אַדורכגעמאַכט אין אירע צוויי הונדערט יאָר און האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ געצנדינערישער טיף־רעאַקציאָנערער און שטאַרק צוריקגעשטאַנענער באַוועגונג אין אונדזער צײַט, אין דער צווייטער העלפֿט פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. באָנאָ איז נישט געווען צוגעגרייט צו דער טעמע פֿון דעם אינטעלעקטועלן געזעלשאַפֿטלעכן שמועס. דאָך האָט ער — ספּאָנטאַן און אימפּולסיוו — אַרגומענטירט זײַנע אויספֿירונגען אויף אַ גאָר אײַנדרוקספֿולן אינטעליגענטן אופֿן, אַזוי זאַכלעך, מיט גוט־אָרגאַניזירטער לאָגיק, מיט אַ סך וויסן און אינטעלעקטועלער קלאָרקייט.
זינט דעמאָלט האָב איך געהערט פֿון באָנאָ ווינערן אַ סך אַרויסזאָגונגען — נישט יעדעס מאָל זיך מיט זיי אידענטיפֿיצירט, נישט אַלעמאָל געטיילט זײַן דרך — אָבער יעדעס מאָל באַוווּנדערט זײַן פֿיזישע און גײַסטיקע ענערגיע, וועלכע ער האָט פֿרײַוויליק געשטעלט צום געזעלשאַפֿטלעכן באַניץ. ער איז געווען די אמתדיקע פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם אויסדרוק "קולטור־טרעגער"; ער פֿלעגט דערמוטיקן און שטיצן מיטן ברען פֿון זײַן אימפּולסיוון און ענטוזיאַסטישן כאַראַקטער כּלערליי פּראָיעקטן און איניציאַטיוון לטובֿת דער ייִדישער קולטור — און פֿלעגט געוויינטלעך נישט אָפּזאָגן אויך זײַן פֿיזישן צושטײַער דורך שלעפּן און טראָגן, ווען נייטיק, פּעק ביכער פֿון ייִדישע שרײַבער אויף אַ נסיעה פֿון איין לאַנד אין אַנדערן, פֿון מעלבורן ביז מאָנטרעאָל, אויף באַשטימטע אָנגעוויזענע אַדרעסן…
דעם לעצטן מאָל האָב איך אים געזען צוזאַמען מיט דער שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב, זײַן נאָענטסטע חבֿרטע, אין מײַן שטוב אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ מיר האָבן ביז גאָר אינטערעסאַנט געשמועסט און זאָרגלאָז פֿאַרברענגט ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן — צוויי וואָכן פֿאַר זײַן אומגעריכטן "אויפֿהייבן זיך און אַוועקגיין" אויף זײַן לעצטער נסיעה, און דאָס מאָל — אין דער אייביקייט אַרײַן.
אַן אויסטערלישע פּוסטקייט האָט זיך געשאַפֿן אין דער שטוב, אויף דער סאָפֿע אויף וועלכער ער איז יענעם לעצטן אָוונט בײַ אונדז געזעסן, ווען ס׳איז אָנגעקומען פֿון מעלבורן די פּײַנלעכע, האַרץ־פֿאַרקלעמענדיקע ידיעה וועגן זײַן טויט. דער נאָמען זײַנער, באָנאָ, האָט אָבער זינט דאַן זיך באַזעצט אויף דער סאָפֿע און פֿילט אויס די געשאַפֿענע פֿיזישע ליידיקייט.