|
דער גערער מאַנדאָלין־אָרקעסטער, גער, פּוילן, 1928 |
|
צוקוקנדיק זיך צו אַ קורצן פֿילם וועגן דעם נײַ־געשאַפֿענעם "גערער מאַנדאָלין־אָרקעסטער" איז מיר געקומען אויפֿן געדאַנק דער אינטערעסאַנטער ענין פֿונעם ווידעראויפֿלעב פֿון דער מוזיקאַלישער קולטור פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע הײַנטיקע צײַטן.
נישט קיין קליינעם חלק אין דער שאַפֿונג פֿון דער נײַער מיזרח־אייראָפּעיִשער מוזיק — די אַזוי־גערופֿענע "קלעזמער־מוזיק" — האָט צו טאָן מיט רעקאָנסטרויִרן; דאָס צונויפֿנעמען "ברעקלעך", פֿראַגמענטן, קרישקעס, וואָס אונדז איז געבליבן נאָכן חורבן און מיט דעם חומר ווי אַ באַזע, שאַפֿן אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס און קומען צו קינסטלערישע באַשלוסן און אויספֿירן. אָפֿט מאָל האָט מען נישט קיין סך אַזעלכע "פֿראַגמענטן", אָבער דער קינסטלער גייט זײַן אייגענעם וועג מיט זאַכן וואָס ער האָט נאָר בײַ דער האַנט.
למשל, עס פֿרעגט זיך די קשיא — ווי אַזוי האָט געקלונגען דער ייִדישער פֿידל אינעם 19טן יאָהונדערט? וואָס האָט סטעמפּעניו געשפּילט און ווי אַזוי האָט ער געשפּילט אויף זײַן כּלי, אַז יעדער בײַ דער חתונה זאָל זיך צעוויינען? קיין רעקאָרדירונגען פֿון סטעמפּעניו האָבן מיר נישט. אָבער מיר האָבן יאָ רעקאָרדירונגען פֿון ש. אַנ־סקיס פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין וועלכע די פֿידלער שפּילן פֿאַר דעם פֿאָלקלאָריסט פֿידל־שטיקעלעך, וואָס ווי מע זאָגט, סטעמפּעניו אַליין האָט זיי קאָמפּאָנירט. צוהערנדיק זיך צו די רעקאָרדירונגען, צעוויינט מען זיך אָבער נישט, און דער פֿידלער קלינגט גאַנץ אַמאַטאָריש, "אַפֿילו פֿאַר אַ קלעזמער".
די פֿידלערין אַלישאַ סוויגאַלס, די אַמאָליקע פֿידלערין פֿון די "קלעזמאַטיקס", האָט אַנטוויקלט אַ קלעזמערישן פֿידל־סטיל, וואָס זי האַלט איז אַן עכט ייִדישער: "אַפֿילו אויב די קלעזמער־פֿידלערס האָבן פּונקט אַזוי נישט געשפּילט, האָבן זיי געוואָלט אַזוי שפּילן", דערציילט זי. סוויגאַלס שפּילט מיט אַ סך מער קרעכצן און קוועטשן אויף איר פֿידל ווי מע הערט אויף די געציילטע פֿידל־רעקאָרדירונגען וואָס זענען אונדז געבליבן, און זי האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויפֿן דור יונגע קלעזמער־פֿידלער, וועלכע זענען צוגעשטאַנען צו דער קלעזמער־באַוועגונג אין די 1990ער יאָרן. צי האָט איר ייִדישער פֿידל־סטיל אַ היסטאָרישע באַרעכטיקונג?
באָב כּהן, אַ קלעזמער־פֿידלער, וועלכער וווינט אין בודאַפּעשט, און איז אַרומגעפֿאָרן איבער די שטעטלעך און דערפֿער אין אונגערן און רומעניע, זוכנדיק פֿידלער וואָס געדענקען די אַמאָליקע ייִדישע קלעזמער־פֿידלער און ווי אַזוי זיי האָבן געשפּילט, איז נישט מסכּים מיט סוויגאַלס אויספֿיר וועגן קלעזמער־סטיל. אַלע אַלטע ציגײַנער וואָס האָבן פֿאַר אים געשפּילט, אָדער בעסער געזאָגט, נאָכגעמאַכט, דעם אַלטן ייִדישן סטיל, שפּילן כּמעט אין גאַנצן אָן דעם "אוי"־קרעכץ־אָרנאַמענט אין זייער טעכניק. אָבער איך דאַרף מודה זײַן, אַז ווען כּהן שפּילט פֿידל, קלינגט עס אין מײַנע אויערן פּונקט ווי אַ ציגײַנערישער פֿידלער פֿון אונגערן, רומעניע און זיבנבערגן, און איך הער בכלל נישט קיין ייִדישן קלאַנג. ווען סוויגאַלס שפּילט, קלינגט עס טאַקע ייִדישלעך, אָבער איבערגעטריבן.
די זעלבע קשיא פֿרעגן זיך אַלע הײַנטיקע קלעזמער־קלאַרנעטיסטן. זיי האָבן אַ ביסל מער מזל ווי די פֿידלערס, ווײַל אַ סך מער רעקאָרדירונגען זענען אונדז געבליבן פֿונעם ייִדישן קלאַרנעט. די צוויי באַקאַנטע מײַסטער-קלאַרנעטיסטן פֿון מיזרח־אייראָפּע, דוד טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן, האָבן געשפּילט מיט פֿאַרשיידענע טעמפּעראַמענטן, אָבער, אַן ערך, אינעם זעלביקן סטיל.
ווען דער יונגער אַמעריקאַנער אַנדי סטאַטמאַן האָט אָנגעהויבן זיך לערנען ווי צו שפּילן אויפֿן קלאַרנעט, פֿון טאַראַס אַליין אין קאָני־אײַלאַנד אין די 1970ער יאָרן, האָט ער געהאַט די זעלטענע געלעגנהייט צו ירשענען דירעקט פֿונעם מקור. אָבער וואָס איז אַרויס פֿון די פּריוואַטע לעקציעס? סטאַטמאַן איז טאַקע געוואָרן איינער פֿון די בעסטע קלעזמער־קלאַרנעטיסטן אויף דער וועלט, אָבער כאָטש מע הערט טאַראַס׳ קלאַרנעט אין זײַן סטיל, שפּילט סטאַטמאַן מיט אַ סך מער "אוי"־קרעכצן, ווי טאַראַס האָט געשפּילט; אַ מין קלאַרנעט־פּאַראַלעל צו סוויגאַלס פֿידל־סטיל.
אַנדי סטאַטמאַן איז יענע וואָך געפֿאָרן קיין וואַשינגטאָן צו באַקומען די "נאַציאָנאַלע ירושה־סטיפּענדיע", פֿאַר זײַן בײַשטײַער צו פֿאָלקס־קולטור אין אַמעריקע, און לויט די באַריכטן פֿון זײַן אויפֿטריט וואָס זענען צו מיר דערגאַנגען, האָט ער פּריטשמעליעט דעם ריזיקן עולם מיט זײַן שפּילן אויפֿן קלאַרנעט און מאַנדאָלין. איידער סטאַטמאַן האָט זיך געלערנט קלאַרנעט, איז ער געווען אַ באַקאַנטער מאַנדאָלין־שפּילער פֿון אַמעריקאַנער פֿאָלקס־מוזיק, און ער האָט, אָנהייבנדיק פֿון די 1970ער יאָרן, זיך אָפּגעגעבן בלויז מיט ייִדישער מוזיק אויף ביידע אינסטרומענטן.
סטאַטמאַנס מאַנדאָלין ברענגט אונדז צוריק צום "גערער מאַנדאָלין־אָרקעסטער", אַ טשיקאַווער און געראָטענער משל פֿון מוזיקאַלישער רעקאָנסטרויִרונג. אַבֿנר יונאַי, אַ ישׂראלי, וועלכער וווינט הײַנט אין קאַליפֿאָרניע, האָט זיך דערוווּסט, אַז זײַן זיידע און זײַן עלטער־פֿעטער האָבן געשפּילט, פֿאַר דער מלחמה, אינעם גערער מאַנדאָלין־אָרקעסטער אין זייער היימשטאָט, גער, פּוילן. אויף אַ בילד אינעם גערער יזכּור־בוך זעט מען ווי זיי האַלטן די אינסטרומענטן אין זייערע הענט. דאָס בילד האָט אין אים דערוועקט אַ שטרעבונג אויפֿצולעבן דעם אָרקעסטער הײַנט, ווי אַ דענקמאָל פֿאַר זײַן אומגעקומענער גערער משפּחה און פֿאַר דער גאַנצער שטאָט.
האָט מען צוזאַמענגערופֿן די בעסטע הײַנטיקע קלעזמער־מאַנדאָלין־שפּילער ווי ישׂשׂכר (דזשעף) וואַרשאַוער פֿון ניו־יאָרק, און עריק סטײַן פֿון טאָראָנטאָ, און עטלעכע פֿון די בעסטע ייִדישע מאַנדאָלין־שפּילער וואָס שפּילן אַנדערע מינים מוזיק, ווי מײַק מאַרשאַל, אַ מײַסטער־בלוגרעס־מוזיק מאַנדאָליניסט. מע האָט געשאַפֿן אַ נײַעם "גערער מאַנדאָלין־אָרקעסטער" וואָס איז אויפֿגעטראָטן בײַ עטלעכע פֿעסטיוואַלן און צוריקגעפֿאָרן קיין גער דאָרטן צו שפּילן אין דער סינאַגאָגע! דער אָפּרוף וועגן דער גרופּע איז אַ גוואַלדיקער.
יאָ, מע קען אַוודאי טענהן, אַז די גאַנצע אונטערנעמונג איז אַ געקינצלטע און נישט קיין עכטע, אָבער איך וואָלט געענטפֿערט, אַז אויב די כּוונה איז אַן עכטע און ערלעכע, זענען נישט שייך די באַגריפֿן "עכט" אָדער "געקינצלט". אינעם קורצן 10־מינוטן פֿילם וועגן דעם "גערער מאַנדאָלין־אָרקעסטער" פֿילט מען די איבערגעגעבנקייט צו פֿאַראייביקן דעם אַמאָליקן אָרקעסטער, ווי אויך די איבערגעגעבנקייט פֿון די מוזיקער זיך צו באַטייליקן אינעם פּראָיעקט און שפּילן גוטע מוזיק; און דאָס בלײַבט אינעם זכּרון פֿונעם צוקוקער לאַנג נאָך דעם ווי מע האָט דעם פֿילם געזען.