מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃
מישע לעוו
(אַ סעריע פֿון באָריס סאַנדלער, 2011)
דער שרײַבער מישע לעוו איז געבוירן געוואָרן אינעם אַלטן ייִדישן שטעטל פּאָגרעבישטשע אין אוקראַיִנע אינעם יאָר פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע 1917. זײַן לעבנסגאַנג איז געווען ענג פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿון סאָוועטישן ייִדנטום און זײַן קולטור. אין 1925 האָט זײַן משפּחה זיך באַזעצט אין סטאַלינדאָרף, דעם נײַ־געשאַפֿענעם ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן אין אוקראַיִנע. דאָס איז געווען אַ טייל פֿונעם סאָוועטישן פּלאַן פֿון דער "פּראָדוקטיוויזאַציע" פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס איז געוואָרן שטאַרק פֿאַראָרעמט בעת דער ליקווידאַציע פֿון דער "נײַער עקאָנאָמישער פּאָליטיק".
דאָס גאַנצע לעבן אין די ייִדישע נאַציאָנאַלע ראַיאָנען איז געפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש. מישע לעוו האָט דאָרט פֿאַרענדיקט אַ ייִדישע מיטלשול און דערנאָך שטודירט ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור אינעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וואָס האָט געגרייט לערער פֿאַר סאָוועטישע ייִדישע שולן. נאָך דעם אינסטיטוט האָט ער געאַרבעט אין דער צענטראַלער ייִדישער ביבליאָטעק אין מאָסקווע און אין דער רעדאַקציע פֿון דער צענטראַלער סאָוועטישער ייִדישער צײַטונג "דער עמעס".
זײַן ליטעראַרישע קאַריערע האָט איבערגעריסן די מלחמה, דעם 22סטן יוני 1941. ער איז געוואָרן אַ קורסאַנט אין דער מיליטער־שול אין פּאָדאָלסק לעבן מאָסקווע. אָבער שוין אין אָקטאָבער האָט מען די גאַנצע שול געשיקט אויפֿן פֿראָנט. די אויפֿגאַבע איז געווען צו פֿאַרהאַלטן די דײַטשישע אַרמיי, וואָס האָט זיך געריסן קיין מאָסקווע. פֿון טויזנטער קורסאַנטן זײַנען געבליבן לעבן בלויז געציילטע נפֿשות, אָבער אויך זיי זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן צו די דײַטשן אין געפֿאַנגעניש.
על־פּי־נס איז לעוו אַנטלאָפֿן פֿונעם דײַטשישן לאַגער און איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אַ פּאַרטיזאַנישן אָטריאַד אין ווײַסרוסלאַנד. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע און ווידער געאַרבעט אין דעם פֿאַרלאַג "עמעס" — ביז סטאַלין האָט ליקווידירט די גאַנצע סאָוועטישע ייִדישע קולטור אין 1948—1949. עלף יאָר האָט דער געוועזענער אָפֿיצער, שרײַבער און זשורנאַליסט אָפּגעאַרבעט ווי אַ לאַסט־טרעגער. און ערשט אין 1961, ווען מען האָט עטוואָס מחיה־מתים געווען די סאָוועטישע ייִדישע קולטור, האָט זיך לעוו אומגעקערט צו דער ליטעראַרישער אַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד".
די מלחמה, דער פּאַרטיזאַנישער קאַמף און דער ייִדישער ווידערשטאַנד זײַנען געוואָרן די הויפּט־טעמעס פֿון לעווס שאַפֿונג. זײַן ערשט בוך, "פּאַרטיזאַנישע וועגן", איז אַרויס נאָך אין 1948, ערבֿ דעם סטאַליניסטישן פּאָגראָם, און דערנאָך האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט מער ווי צען ביכער אויף ייִדיש און רוסיש. לעוו האָט אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקן סטיל פֿון דאָקומענטאַלער פּראָזע, וואָס האָט אים דערמעגלעכט צו שאַפֿן קינסטלערישע ווערק אויפֿן סמך פֿון פֿאַקטישע געשעענישן. אין משך פֿון פֿופֿציק יאָר האָט ער געזאַמלט מאַטעריאַלן פֿאַר זײַן הויפּטווערק, אַ דאָקומענטאַלן ראָמאַן וועגן דעם אויפֿשטאַנד אינעם נאַציסטישן פֿאַרניכטונגס־לאַגער סאָביבאָר, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן סאָוועטישן ייִדישן אָפֿיצער אַלכּסנדר פּעטשערסקי.
עס איז נאַטירלעך, אַז די מלחמה־טעמע פֿאַרנעמט דאָס צענטראַלע אָרט אינעם פֿילם וועגן מישע לעוו. זײַנע מאָנאָלאָגן ווערן באַגלייט מיט פֿאָטאָגראַפֿישע דאָקומענטן און פֿראַגמענטן פֿון דער סאָוועטישער און דײַטשישער קינאָ־כראָניק פֿון דער מלחמה. די דאָזיקע קאַדרען פֿאַרוואַנדלען לעווס ווערטער אין לעבעדיקע אימאַזשן, וואָס פּאַסן זיך זייער גוט צו צום זאַכלעכן, פֿאַקטישן סטיל פֿון זײַן פּראָזע.
מישע לעוו איז געווען ניט דער איינציקער סאָוועטישער שרײַבער, וואָס האָט געשריבן וועגן דער מלחמה אין אַזאַ דאָקומענטאַלן סטיל. אין די 1960ער יאָרן, בעת כרושטשאָווס "אָדליגע"־פּעריאָד, האָט זיך די סאָוועטישע ליטעראַטור אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן — רוסיש, ווײַסרוסיש, אוקראַיִניש — געוואָנדן צו די "פּראָבלעמאַטישע" אַספּעקטן פֿון דער מלחמה, וואָס מען האָט פֿריִער פֿאַרשוויגן אין דער אָפֿיציעלער סטאַליניסטישער פּראָפּאַגאַנדע־ווערסיע פֿון דער העלדישער "גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה".
מען האָט אָנגעהויבן רעדן, צומאָל בלויז מיט אַ וווּנק און אַ רמז, "די למבֿין", וועגן אַזעלכע זאַכן ווי די שרעקלעכע מפּלות פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי, וועגן דעם ברוטאַלן אַכזריות פֿון דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי לגבי אייגענע בירגער און מיליטער, וועגן מיליאָנען סאָוועטישע קריגס־געפֿאַנגענע, און וועגן דער מיטאַרבעט פֿון אָרטיקע תּושבֿים מיט די דײַטשישע אָקופּאַנטן. די ייִדישע טעמע — דער חורבן און די גבֿורה פֿון ייִדישע רויטאַרמייער — האָט אויך געהערט צו אַזעלכע "ניט־אָפֿיציעלע" זײַטן פֿון דער מלחמה־געשיכטע. די דאָזיקע טעמעס זײַנען ניט געווען פֿאַרווערט, אָבער מען האָט געדאַרפֿט אָפּהיטן געוויסע כּללים, כּדי ניט צו ווערן באַשולדיקט אין נאַציאָנאַליזם און ציוניזם.
אינעם פֿילם דערציילט מישע לעוו גאַנץ אויפֿריכטיק וועגן דעם, וואָס ער האָט יאָ געקאָנט שרײַבן אין זײַנע סאָוועטישע טעקסטן, און וואָס ער האָט געדאַרפֿט אויסמײַדן. ער האָט געהאַלטן פֿאַר זײַן ליטעראַרישן און געזעלשאַפֿלטעכן שליחות צו דערציילן דעם סאָוועטישן לייענער וועגן דעם ייִדישן ווידערשטאַנד, וועגן דעם העלדישן קאַמף, וואָס ייִדישע פּאַרטיזאַנער און קריגס־געפֿאַנגענע האָבן געפֿירט קעגן די נאַציסטן אויף יענער זײַט פֿון דער פֿראָנט־ליניע. דערבײַ באַטאָנט ער כּסדר, אַז "עס איז ניטאָ קיין איין ייִד, וואָס האָט זיך געראַטעוועט אָן אַ רעטער. מען טאָר ניט פֿאַרגעסן אין די מענטשן, וואָס האָבן אײַנגעשטעלט זייער לעבן פֿאַר ייִדן". די פֿרײַנדשאַפֿט פֿון מענטשן פֿון פֿאַרשידענע אָפּשטאַמען און נאַציאָנאַליטעטן איז געווען דער יסוד פֿון דעם ווידערשטאַנד.