(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)
די ערשטע אומרוען
און אינטערעסאַנט: אין דעם ערשטן טאָג, ווען ס׳איז געווען אומרוען, איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ קליינער פֿאַרזאַמלונג פֿון סטודענטן אונטער דער השגחה כּלומרשט פֿון איינעם אַ פּראָפֿעסאָר וואָס איז געווען זייער ליבעראַל און אויף זיך גענומען די געפֿאַר צו האָבן בײַ זיך אַ קרײַזל. כּלומרשט איז געווען וועגן עקאָנאָמישע פּראָבלעמען. אין דער אמתן איז דאָס געווען אַן [אָרט פֿאַר] פּאָליטישע קריגערײַען פֿון סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע ריכטונגען, צי מע דאַרף זען, אַז רוסלאַנד זאָל זיגן אָדער באַזיגט ווערן און דעמאָלט וועט אַרונטערפֿאַלן די ראָמאַנאָוו־דינאַסטיע, און נאָך אַזעלכע זאַכן. בין איך געווען דעמאָלט אויף אַזאַ פֿאַרזאַמלונג און ס׳איז מיר אויסגעטראָטן איין סאָציאַליסט נאָכן צווייטן (דאָס הייסט, פֿון די סאָציאַל־דעמאָקראַטן — וועגן באָלשעוויקעס האָט מען בכלל ניט גערעדט. ס׳איז געווען פֿאַרשיידענע מינים סאָציאַל־דעמאָקראַטן). עס זײַנען געווען פֿאַרשיידענע סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן, וואָס זײַנען געווען רוסיש מער נאַציאָנאַלע ווי סאָציאַל־דעמאָקראַטן. אויך האָט נאָך דעם זיך באַטייליקט דער פּראָפֿעסאָר (וואָס איך האָב פֿאַרגעסן דעם נאָמען ווי ער האָט געהייסן). איז געווען די מיינונג: גוט, אומרוען וועלן זײַן, בלוט וועט זיך אפֿשר גיסן, קיין רעוואָלוציע וועט פֿון דעם ניט ווערן. ווי וועט ווערן אַ רעוואָלוציע איצט? די אַלע מענער זײַנען דאָך גאָר אויפֿן פֿראָנט. אַ רעוואָלוציע אין פּעטראָגראַד? אויב עס קען ווערן אַ רעוואָלוציע, קען עס זיך דאָך אָנהייבן ערגעץ וווּ אַנדערש, ניט דאָרטן וווּ עס זײַנען דאָ די אַלע מיניסטאָרן מיט אַזוי פֿיל זשאַנדאַרמעריע, מיט אַזוי פֿיל געהיים־פּאָליציי. וועלכע פּאַרטיי קען דאָס נעמען אויף זיך די אַחריות און די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט, אָנצוהייבן אַ רעוואָלוציע בשעת אָט דער שׂונא איז פֿאַר די טויערן? ס׳איז געווען אַלערליי טענות, און דער אויספֿיר איז געווען: קיין רעוואָלוציע וועט ניט זײַן.
און בשעת מיר זײַנען אַרויס פֿון אוניווערסיטעט און אַוועק אויפֿן נעווסקי־פּראָספּעקט, האָבן מיר געזען, אַז אויף נעווסקי־פּראָספּעקט האָבן די פֿרויען איבערגעדרייט שוין די טראַמווײַען. האָבן מיר געזען, אַז ערגעץ וווּ נעמט מען בויען אַ באַריקאַדע. אַלצדינג מאַכט מען דאָך נאָך: מע האָט געלייענט וועגן באַריקאַדן ערגעץ וווּ אין 1848, אָדער אין 1870 אַפֿילו, [האָט מען געמיינט, אַז] מען דאַרף איצט אויך האָבן באַריקאַדן. און אויף נעווסקי־פּראָספּעקט — מע קען בויען באַריקאַדן אויף קליינע און שמאָלע גאַסן; די הויפּט־גאַסן אין פּעטראָגראַד זײַנען ברייטע און שיינע, מע קען גאָר דאָרטן קיין באַריקאַדן ניט בויען. אָבער איבערקערן די טראַמווײַען — מען זעט דאָס איז איין זאַך קלאָר: אַז ס׳איז אַ סטרײַק פֿון די טראַמווײַען. אויף מאָרגן אין דער פֿרי איז מען גלײַך אַרויס אין גאַס — די ערשטע זאַך האָט מען זיך דערוווּסט, אַז די פּאָסט האָט אויפֿגעהערט צו אַרבעטן. און די שטאָט איז געוואָרן פֿול מיט אַלערליי קלאַנגען.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַזאַ חבֿרה־מאַן ווי איך בין אַוועק אויפֿן נעווסקי־פּראָספּעקט. און אויף נעווסקי־פּראָספּעקט האָט זיך גענומען אָרגאַניזירן פֿון זיך אַ גרויסע דעמאָנסטראַציע. פֿון פֿאַרשיידענע געסלעך איז מען געקומען. דער הויפּט־עלעמענט פֿון דעמאָנסטראַציע זײַנען געווען פֿרויען, אָבער אין אַ סך פֿאַבריקן האָט מען שוין אויפֿגעהערט אַרבעטן און מען איז אויך געקומען. און עס האָט געדויערט אַ האַלבן טאָג כּמעט ביז ס’איז געשאַפֿן געוואָרן די דאָזיקע גרויסע דעמאָנסטראַציע וואָס האָט זיך געלאָזן ווי אַ וואַסער גיין איבער דעם נעווסקי־פּראָספּעקט.
קאָזאַקן און פּאָליציאַנטן
און דאָ איז געשען עפּעס וואָס האָט געוויזן, [אַז] די רעוואָלוציע האָט געזיגט. עס האָבן מיר געבראַכט קאָזאַקן מיט פּיקעס אויף פֿערד — אַ פּאָר אָפּטיילונגען פֿון קאָזאַקן, ניט קיין סך, זיכער ניט מער ווי 200. ס׳איז טויזנטער שוין געווען, פֿאַרנומען די גאַנצע גאַס, ביידע זײַטן טראָטואַר, און עס רײַטן אַנטקעגן קאָזאַקן מיט פּיקעס. און זייער אויפֿגאַבע איז געווען זיך דורכצורײַטן זיי. און פֿון פֿאָרנט [פֿון דער מאַסע שטייט] אַן אָפֿיציר, איך ווייס ניט וואָס פֿאַראַ ראַנג ער איז געווען — זיי נעמען אַרײַנרײַטן אין אים. האָבן דער עיקר די פֿרויען גענומען שרײַען, שרײַען: “קעגן אײַערע שוועסטערס, קעגן אײַערע מאַמעס, קעגן הונגעריקע פֿרויען און הונגעריקע קינדער?" האָבן די קאָזאַקן אַראָפּגעלאָזן די פּיקעס. קיינער האָט ניט קאָמאַנדעוועט. דאָס זײַנען בילדער וואָס זײַנען געבליבן בײַ מיר אין זכּרון. און דער עולם האָט זיך פֿון ביידע זײַטן אָפּגערוקט און די רײַטנדיקע קאָזאַקן זײַנען דורכגעפֿאָרן און קיינעם ניט געשטערט. מען האָט גענומען שרײַען, אַז זיי דרייען זיך אום און זיי וועלן ווידער [קומען], אָבער זיי האָבן נישט. דאָס איז געווען, אין אַ געוויסן זינען, דער מאָמענט ווען די רעוואָלוציע האָט געזיגט.
ס’האָבן געדויערט נאָך צוויי-דרײַ טעג. אַ טאָג שפּעטער האָב איך געקראָגן איבער דער פּלייצע אַ האַק מיט אַ נאַגײַקע פֿון עמעצן, און ס’איז געווען אויפֿגעלאָפֿן, אַזוי ווי אַ שטריק — עס האָט געהאַלטן אַ וואָך צײַט כּמעט. עס האָט געדויערט נאָך צו דעם וואָס דער אינערן־מיניסטער האָט די אַלע זײַנע פּאָליציסטן אַרויפֿגעשטעלט אויף די הויכע געבײַדעס און זיי האָבן פֿון די הויכע געבײַדעס געשאָסן אויפֿן עולם. ס׳איז געווען אַ היפּשע צאָל געפֿאַלענע. אָבער שוין אויפֿן צווייטן טאָג איז שוין ניט געווען דער שרעק, וואָס איז געווען אין אָנהייב פֿון דער ערשטער מאַניפֿעסטאַציע. ס׳איז געוואָרן קלאָר, אַז די מיניסטאָרן און די גאַנצע מאַכט און דער גאַנצער אימפּעראַטאָר האָבן קיינעם ניט ווער עס זאָל זיך גיין שלאָגן, חוץ די פּאָליציסטן. זיי שטייען אויבן און שיסן, האָט מען ביסלעכווײַז, איינציקווײַז זיי אַראָפּגעשוימט — און כּמעט אַלעמען האָט מען דערהרגעט, ניט סתּם אַראָפּגעשלעפּט.
נצחון פֿון דער רעוואָלוציע
אויפֿן צווייטן טאָג האָט שוין געשטרײַקט דער פּוטילעווער זאַוואָד, עס קומען אַרבעטער מער אָרגאַניזירטע. אָבער ס׳איז ניט געווען קיין איין פֿאָן [פֿון די] סאָציאַל־דעמאָקראַטן אָדער סאָציאַל־רעוואָלוציאָנערן. ס׳איז געווען די ערשטע לאָזונגען: “פֿרײַהייט", “ברויט", [און] “שלום". די דאָזיקע דרײַ לאָזונגען פֿון דער רעוואָלוציע האָבן שפּעטער איבערגענומען די באָלשעוויקעס: Хлеба, мира, свободы (אויף רוסיש קומען אין די אַלע פֿאַלן אַ געניטיוו, ניט קיין נאָמינאַטיוו, ווי מע וואָלט גערעכנט זיך.)
נאָך דעם איז געקומען דער גרויסער יום־טובֿ פֿון דער רעוואָלוציע, בשעת מע האָט געמאַכט די לוויה פֿון די וואָס זײַנען דערשאָסן געוואָרן, דערהרגעט געוואָרן. די גענויע צאָל קרבנות ווייס איך ניט, מע האָט דעמאָלט ניט געוווּסט. איך מיין, אַז ס׳איז געווען נעענטער צו 200 ווי צו 20. אַז מע טראָגט 200 געהרגעטע, איז אַ קאָלאָסאַלע זאַך. און נאָך דעם זײַנען געגאַנגען צענדליקער טויזנטער, וואָס האָבן צווישן זיך זיך ניט געקריגט, מען איז געווען צווישן זיך אַזוי ווי ברידער. דאָס איז דער איינציקער גרויסער טאָג, שפּעטער האָבן זיך אָנגעהויבן די פֿאַרשיידנסטע קריגערײַען — לאַנג האָט אַזאַ מין שלום ניט געדויערט; איין טאָג איז עס געווען, אין דעם טאָג ווען מען האָט מקבר געווען די געפֿאַלענע פֿון דער רעוואָלוציע.
דעמאָלט האָט די דומע געשאַפֿן אַ צײַטווײַליקע רעגירונג, וואָס האָט אייגנטלעך עס געמעגט שאַפֿן — די דומע איז דאָך געווען דער פּאַרלאַמענט, וואָס האָט געהאַט זייער ווייניק רעכט. די צײַטווײַליקע רעגירונג איז געווען די ערשטע, נאָך דעם איז געוואָרן אַ צווייטע. די דאָזיקע ערשטע צײַטווײַליקע רעגירונג איז געווען אַפֿילו פֿון אָקטאָבריסטן אויך (אָקטאָבריסטן זײַנען געווען די, וואָס האָבן געהאַלטן פֿון דער קאָנסטיטוציע פֿון אָקטאָבער 1905 און נישט געוואָלט נאָך פֿרײַהייטן אָדער נאָך מער באַגרענעצן די מאַכט פֿון אימפּעראַטאָר). עס האָבן זיך אָנגעהויבן געשעפֿטן, אַז דער אימפּעראַטאָר זאָגט זיך אָפּ, ער גיט איבער זײַן אָפֿיציעלע [מאַכט] די קרובֿים זײַנע, אָבער דאָס האָט געדויערט אַ טאָג אָדער צוויי טעג.
דאָס גאַנצע פּנים פֿון דער שטאָט האָט זיך געביטן ווי אין אַ מעשׂה מיט מכשפֿים. מיט אַ מאָל האָבן זיך באַוויזן אַזוי פֿיל צײַטונגען, וואָס זײַנען נישט געווען, רעדנערס, וואָס זײַנען גאָר נישט געווען. אויף יעדן ראָג פֿלעגט זײַן אַ גרופּע מענטשן, פֿלעגט זיך אַוועקשטעלן עמעצער און פֿלעגט רעדן. אַ פֿאָלק וואָס האָט אַזוי פֿיל דורות ניט גערעדט, האָט אָנגעהויבן רעדן, רעדן, רעדן. און גלײַך אין אָנהייב האָט זיך אַרויסגעוויזן עפּעס, וואָס האָט שפּעטער די רעוואָלוציע באַגראָבן: די מלחמה. גוט, אַלע שרײַען “מיראַ", [אָבער] ווי מאַכט מען שלום? דער שׂונא האָט דאָך פֿאַרנומען אַ גרויסן טייל פֿון לאַנד. ביסלעכווײַז האָט זיך אָנגעהויבן דאָס קײַקלען זיך אויף לינקס.
די קאַדעטן ווערן אַרויסגעשטויסן
דער ערשטער פּרעמיער־מיניסטער איז ניט געווען קערענסקי. ס׳איז געווען אַן אַנדערער, אַן אָקטאָבריסט, אַ האַלבער אָקטאָבריסט, אַן אינטעלעקטואַל און אַ פּשרה־מענטש. אָבער מיט דער צײַט, ביסלעכווײַז האָט זיך גענומען דאָס אַלצדינג קײַקלען אויף לינקס, מיט יעדן טאָג. איך בין געווען גראָד, ווען דער אויסערן־מיניסטער מיליוקאָוו, וואָס איז געווען דער פֿירער פֿון דער קאַדעטן־פּאַרטיי, האָט דעמיסיאָנירט פֿון זײַן שטעל ווי דער אויסערן־מיניסטער. ער איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסישער געשיכטע. עס זײַנען געקומען זײַנע אָנהענגער (ניט קיין סך, אַ טויזנט, אַ פּאָר טויזנט מענטשן אפֿשר — [ס׳איז] אַזאַ גרויסער פּלאַץ) מיט טענות: “וואָס ביסטו אַוועק פֿון אונדז! מיר ווילן דיך ווײַטער!" איז ער אַרויס אויפֿן באַלקאָן, זיך באַגריסט מיט אַלעמען, און געזאָגט אַ קלאַסישן אויסדרוק: “איך בין ניט אַוועק, מען האָט מיך אַוועק". ער האָט גענומען, אַזוי צו זאָגן, אַן אינטראַנזיטיוון ווערב און פֿון דעם געמאַכט אַ טראַנזיטיוון ווערב: Я не ушел, меня ушли. מע האָט אַרויסגעטריבן כּמעט אַלע קאַדעטן פֿון דער רעגירונג, דאַכט זיך — רעכטער ווי די קאַדעטן זיכער. קערענסקי איז געוואָרן דער פּרעמיער־מיניסטער, און עס האָבן זיך אָנגעהויבן די פֿאַרשיידענע צרות.
די ייִדישע גלײַך־באַרעכטיקונג
פֿאַר ייִדן [אָבער] — אויסערגעוויינטלעך גוטע גליקן. שטעל זיך פֿאָר: ערבֿ פּסח פֿון יענעם יאָר (ער איז דעמאָלט גראָד געווען אַ פֿריִצײַטיקער פּסח, סוף מערץ — די רעוואָלוציע איז געווען פֿעברואַר) איז אַרויס אַ געזעץ אָדער אַ פֿאַראָרדענונג וואָס שאפֿט אָפּ מיט איין קלאַפּ אַלע געזעצן קעגן ייִדן. אומעטום וווּ ס׳איז געווען אָנגעשריבן кроме евреев — חוץ ייִדן, ווערט אויסגעמעקט פֿון די געזעצביכער. מע פֿלעגט גיין — טאַקע דער סליאָזבערג אָדער ווינאַווער — זיך משתּדל זײַן מיט פֿאַרשיידענע קונצן און מיט פֿאַרשיידענע דריידלעך זען אָפּצושאַפֿן איין קליינינקע פּונקטעלע פֿון געזעץ און דאָס פֿלעגט זײַן אַ גאַנצער אויפֿטו. און [איצט] מיט איין מאָל: אָפּגעשאַפֿט.
מען האָט אַ צאָל ייִדישע אַדוואָקאַטן, דער עיקר גרוזענבערג, געמאַכט פֿאַר אַ מיטגליד פֿון סענאַט. דער סענאַט איז געווען דעמאָלט דאָס העכסטע געריכט אין לאַנד און פֿלעגט אויסטײַטשן די געזעצן ווען אַנדערע ריכטער האָבן ניט פֿאַרשטאַנען אָדער ניט געוואָלט אויסטײַטשן ווי מע דאַרף. איז גרוזענבערג געוואָרן מיט אַ מאָל אַ סענאַטאָר. שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, וואָס די וואָס זײַנען געווען צווישן די סאָציאַל־רעוואָלוציאָנערן און די סאָציאַל־דעמאָקראַטן האָבן געקראָגן זייער הויכע שטעלעס. קערענסקי, וואָס איז געווען אַן אײַנגייער בײַ בראַמסאָנען, איז מיט אַ מאָל געוואָרן דער פּרעמיער־מיניסטער. ניט נאָר קערענסקי — פֿון אַלע זײַטן זײַנען געקומען [ייִדישע פּאָליטיקער]. אַנ־סקי, וואָס איז געווען אַ טוער בײַ די סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן דאָס גאַנצע לעבן זײַנס, איז געוואָרן דער פֿאַקטישער בירגער־מײַסטער פֿון פּעטראָגראַד. (דער דאָזיקער אַנ־סקי איז אויך געווען אַ מערקווערדיקע געשטאַלט.) און עס האָט זיך גענומען טומלען און עס האָט זיך גענומען רעדן וועגן דעם, אַז מען האָט גענומען שאַפֿן דעם ראַט פֿון די אַרבעטער־ און סאָלדאַטן־דעפּוטאַטן; דאָס האָבן געשאַפֿן ניט די באָלשעוויקעס — לאָמיר געדענקען: דאָס האָבן געשאַפֿן דער עיקר די סאָציאַל־רעוואָלוציאָנערן, אויך די סאָציאַל־דעמאָקראַטן. מען האָט גענומען רעדן שוין יוני וועגן וואַלן אין דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג פֿון פּעטראָגראַד. און עס האָט גענומען דרייען זיך און דרייען זיך.
(המשך אין קומענדיקן נומער)