|
ישׂראל מה־יפֿית, משה נאַדיר און יאָסל קאָטלער |
|
נאָכן איבערלייענען משה לעמסטערס אַרטיקעלע "צוויי געטאָס — צוויי גורלות" וועגן אַבֿרהם סוצקעווערן און יעקבֿ פֿרידמאַנען ("פֿאָרווערטס" פֿון סעפּטעמבער 14—20), האָב איך זיך שטאַרק דערפֿרייט וואָס זײַן שמועס איז געווען אַרום סײַ גאָר וויכטיקע שרײַבער און פּאָעטן ווי אַבֿרהם סוצקעווער, און סײַ וועגן דעם פֿאַרשוויגענעם פּאָעט און פּראָזאַיִקער יעקבֿ פֿרידמאַן וואָס געפֿינט זיך הײַנט צו טאָג צווישן די אומבאַקאַנטע רעטענישן אין די ייִדיש־ליטעראַרישע שפּײַכלער.
מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך באַשלאָסן צו געבן אַ קורס אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט טאַקע געווידמעט די ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן וואָס זײַנען ווייניק באַקאַנט דעם ייִדישן עולם לייענער אין אונדזערע קרײַזן, שוין אָפּגערעדט פֿון די סטודענטן. איך האָב אומישנע דערמאָנט אַ פּאָר פֿון אונדזערע ייִדישע פּראָפֿעסאָרן אין אונדזער אָפּטיילונג, אַז איך גרייט זיך צו געבן אַ קורס וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדישע שרײַבער און דיכטער וואָס גייען פֿאַרלוירן צווישן די קלאַסיקער.
האָבן זיי מיר דערלאַנגט אַ לאַנגווײַליקן בליק און זיך אָפּגערופֿן:
"דו מיינסט מסתּמא מענדעלען, שלום־עליכמען און פּרצן."
"ניין!" האָב איך זיך אָפּגערופֿן, "איך מיין די פֿאַרנאַכלעסיקטע ליטעראַטן."
"פֿאַראַן אַזוינס בײַ אונדז?" — האָבן זיי מיך אָנגעקוקט מיט קעלבערנע אויגן. אַ שאלה אויף אַ מעשׂה צי ס׳איז פֿאַראַן. דאָ רעדט זיך וועגן אַ פּלעיאַדע פֿון ליטעראַרישע קינסטלער, און צווישן זיי יעקבֿ פֿרידמאַן, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, מה־יפֿית, משה נאַדיר, לעאָן קאָברין, יאָסל קאָטלער, אליעזר שטיינבאַרג, אורי־צבֿי גרינבערג, אַבֿיעזר בורשטיין, יאַנקל יאַקיר, חיים גרינבערג, מאיר חרץ, שיקע דריז, שוין אָפּגערעדט פֿון איציק מאַנגערן, יעקבֿ גלאַטשטיינען, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, יוסף קערלערן, און זיי אַלע באַשײַנען אונדזער ליטעראַרישן אָלימפּ."
איז לאָמיך אָנכאַפּן דעם פּאָעט און פּראָזע־שרײַבער יעקבֿ פֿרידמאַנס קאַטאַלאָג. ווען מיר האָבן געוווינט אין ישׂראל האָב איך זיך באַקענט מיט אים. ער איז געווען אַ צאַרטער, ליבלעכער, צוגעלאָזענער, איידעלער פּאַרשוין, אייביק אַ שנירעלע שמייכל אויסגעגאָסן אויף זײַן פּנים. גערעדט האָבן מיר אָפֿט וועגן דער לאַגע פֿון ייִדיש, אונדזער מאַמע־לשון, סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אַמעריקע, און זיך געטיילט מיטן גורל פֿון ייִדיש.
האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט אַרויסצוכאַפּן שטיקלעך און ברעקלעך פֿון זײַן קונסט אויף אָנרעגן די אַפּעטיטן פֿון יענע וואָס לייענען אַ ייִדיש בלאַט און אפֿשר גאָר אַ בוך. פֿרידמאַנס דערציילונג וואָס הייסט: "ר׳ יהושועלע מצבֿה־קריצער" האָט צו טאָן מיט אַ ייִדן וואָס איז געקומען קיין ישׂראל נאָכן חורבן. ער האָט זיך אָנגעדונגען פֿאַר אַ מצבֿה־קריצער בײַ אַ בעל־הבית וואָס איז געווען שטאַרק אומצופֿרידן מיט זײַן אַרבעט; ס׳הייסט די אַרבעט האָט דווקא יאָ געטויגט, נאָר די איבעריקע פּיצעלעך קריצעלעך אויף יעדער מצבֿה האָט דעם בעל־הבית געראַזשעט, געבאָרזשעט און דערגאַנגען די יאָרן.
האָט אים ר׳ יהושועלע מסביר געווען לפֿי צדק, אַז זעקס מיליאָן ייִדן זײַנען נישט געקומען צו קבֿר־ישׂראל. קריצט ער אויס די קרישקעלעך אותיותלעך ייִדישע נעמען, זיי זאָלן בלײַבן אַ זכר נאָך זיי. איר פֿאַרשטייט וואָס פֿאַר אַ לעקציע איז געוואָרן געווידמעט נישט נאָר יעקבֿ פֿרידמאַנען, נאָר זכר, וואָס פֿאַרבינדט אונדז צו יענע וואָס זײַנען נישט זוכר געווען.
אַבֿיעזר בורשטיינס דערציילונג "אײַנגעמאַכטס" האָט צו טאָן מיטן אַרעסט פֿונעם חסידישן רבין ר׳ זלמן באָרוכאָוויטש פֿון לאָזשנע אין צאַרס צײַטן. מ׳האָט אים באַשולדיקט אין מורד במלכות, דאָס הייסט, אַז ער איז שולדיק אין קאָנספּיראַציע, אין איבערשיקן סומעס געלט צו דער טערקישער אימפּעריע צו בויען אַ ים־פֿלאָט מיטן ציל צו באַזיגן "די מאַטיושקאַ ראָסיִאַ" — רוסלאַנד — און בכלל אין פֿירן אַ שעדלעכע טעטיקייט קעגן דער מדינה.
מ׳האָט דעם רבין אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה, וווּ ער האָט נישט פֿאַרזוכט קיין טראָפּן טריפֿס, און געפֿירט אַ הונגער־סטרײַק. קיינער האָט נישט געוווּסט וווּ ער געפֿינט זיך. מ׳האָט דערציילט, אַז ער איז אָפּגעשיקט געוואָרן ערגעץ אין די ווײַטע מקומות מיט אַ שיף אויפֿן אָפֿענעם ים. פֿאַרשטייט זיך, אַז מען איז דערגאַנגען אַז די גאַנצע באַשולדיקונג איז געווען געבויט אויף אַ מסירה פֿון עמעצן וואָס באַדינט דעם ווילנער גאָון.
הקיצור, דער נס איז געקומען פֿון אַ סלוייִקל אײַנגעמאַכטס, און דער אַפּעטיט קומט אין מיטן לייענען. פֿאַרשטייט זיך, אַז די טעמע פֿון ייִדישער מסירה, דער עיקר אין צאַרס צײַטן, האָט אויפֿגעברויזט די בלוטן פֿונעם קלאַס מיט אַ הייסער דעבאַטע דערצו.
איינער פֿון מײַנע ליבלינגען, איז נישט קיין אַנדערער, נאָר ישׂראל מה־יפֿית. ער איז געווען באַקאַנט ווי אַ הומאָריסט. מיט זײַן לײַכטער סאַטירע, מיט זײַנע קוריאָזע אַנטפּלעקונגען; יעדע איינע פֿון זײַנע קורצע שאַרזשן שוועבט מיט יוגנטלעכן גײַסט און חן. ער הייסט באמת מה־יפֿית (מאַיאָפֿעס). ער איז געבוירן געוואָרן אין 1887 אין שטעטעלע שאַדאָווע, קאָוונער גובערניע, אַ זון פֿון פּריילער רבֿ, רב נפֿתּלי הערץ. דער צווייטער זיידע איז געווען דער מחבר פֿון "תּולדות נח," דער שאַדאָווער רבֿ נח ראַבינאָוויטש, בן הרבֿ ר׳ יחיאל מיכל. דער יונגיקער שרײַבער האָט געשטאַמט פֿון גרויסן רבנישן ייִחוס. מה־יפֿית האָט אָנגעהויבן מיט טרויעריקע לירישע לידער און שפּעטער אַריבער צו פּראָזע. ער האָט איבערגעזעצט נחמן ביאַליקן אויף ייִדיש, געשריבן דערציילונגען, קאָמעדיעס, צוויי קינדער־פּיעסעס, אַ גאַנצע סעריע פֿעליעטאָנען אין גראַמען און פּאַראָדיעס.
זײַן דערציילונג "ווי אַזוי איז אָפּגעשאַפֿן געוואָרן די אַמעריקאַנער קוואָטע," איז ממש אויף איר בילעטן צו נעמען. "ווי אַזוי איז אַנטדעקט געוואָרן אַמעריקע," זעט איר, הייבט ער אָן מיט אַ ויהי, ווי אַ פּורים־שפּיל, בימי פֿערדינאַנד און איזאַבעלאַ.
"גייט זיך אַזוי קאָלומבוס שפּאַצירן מיטן טלית אונטער דער פּאַכווע פֿונעם שבתדיקן דאַווענען, ברומט אונטער אַ שטיקל זמירות. ערשט דער שפּאַנישער קעניג פֿערדינאַנד קלאַפּט אים אָן אין פֿענצטער.
‘אַ גוט־שבת אײַך, פּאַניע קאָלומבוס!’
‘גוט־שבת! גוט־יאָר!’...
‘אפֿשר וואָלט איר געווען אַ בעלן זיך אַריבערכאַפּן און אַנטדעקן אַמעריקע?’
‘אַנטדעקן אַמעריקע?’ מאַכט קאָלומבוס, ‘מהיכא־תּיתי! פֿאַרוואָס דאָס נישט! בײַ מיר איז דאָס פֿון די קליינע זאַכן...’
גלײַך נאָך מעריבֿ האָט קאָלומבוס אײַנגעפּאַקט זײַן טלית און תּפֿילין. זײַן ווײַב, די קאָלומבוסיכע האָט אים מיטגעגעבן צוויי פּאָר אונטערוועש און עטלעכע אייער־קיכעלעך וואָס זײַנען איבערגעבליבן פֿון קידוש און מ׳האָט זיך אַוועקגעלאָזט אין וועג."
די פּאָפּולערסטע מיניאַטור־דערציילונג זײַנע הייסט בײַ מה־יפֿיתן "אַ בריוו פֿון אַ צאַרטער דאַמען־האַנט," פֿול מיט הומאָר און אײַנפֿאַל. אין דער צאַרטער דאַמען־האַנט, דערציילט ער, אַז אין אַ שיינעם פֿרימאָרגן האָט ער באַקומען אַ בריוועלע געשריבן פֿון אַ צאַרטער פֿרויען־האַנט, וווּ זי שרײַבט:
"זייער ווערטער הער, עס שרײַבט צו אײַך אַ פֿרוי וועלכע איר קענט נישט, וועלכע איז אָבער פֿאַרליבט אין אײַך ביז איבער די אויערן... איך בין יונג, שיין און פּיקאַנט. איך האָב אָן אַ שיעור פֿאַרערער, אָבער קיינער אינטערעסירט מיך נישט זינט איך האָב אײַך געזען."
און זי מאַכט אַ ראַנטקע מיט אים צו טרעפֿן זיך אין רעסטאָראַן "די ווײַסע רויז," און אים געבעטן צו באַשטעלן אַ פֿלאַש ווײַן פֿון דער פֿירמע "מום," און דער יונגער־מאַן האָט געטאָן ווי זי האָט אים געהייסן. די דערוואַרטונג איז געווען אויף די הויכע אָקטאַוועס און צום סוף האָט זיך אַרויסגעוויזן... אָבער אויף צו דערוויסן זיך די ענדגילטיקע אינטריגע, מוז מען דאָך לייענען מה־יפֿיתעס ווערק.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש איז אַ באַקאַנטער נאָמען אין דער ייִדישער ליטעראַטור. ווידער אַ מאָל, ווען מיר האָבן געוווינט אין ישׂראל האָב איך זיך מיט אים באַקענט. אַ טײַערער ליטוואַק. איך בין אויך געווען גוט באַקאַנט מיט זײַן שוועסטער, די אַקטריסע ריטאַ קאַרפּינאָוויטש אין ניו־יאָרק. אין די פֿילמען האָט זי געהייסן ריטאַ קאַרין, אַ העכסט באַגאַבטע אַקטריסע.
אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטשעס דערציילונגען מאָלן גאַנצע פּאַנאָראַמעס און קאַרטינעס מיט העלדן; די אומגעבונג, די ווילדע סבֿיבֿה, צי דאָס איז דער מאַרקפּלאַץ, צי די ציגײַנער, די טרופּעס אַקטיאָרשטשיקעס, צי פּראָסט און פּשוטע מאַרק־ייִדענעס. אַלץ איז בײַ אים קאָלירפֿול און אַ סך מאָל עקזאָטיש. אין קלאַס האָט מען געלערנט קאַרפּינאָוויטשעס דערציילונג "ייִדיש געלט."
די געשיכטע האָט צו טאָן מיט אַ ייִד, וואָס האָט געוווינט אויף דער שול־גאַס אין ווילנע, און הערט זיך צו צום לשון פֿון דעם פּראָזאַיִקער:
"און קיינער האָט נישט געוווּסט פֿון וואַנען דער ייִד ציט זײַן פּרנסה. דער סטרוזש פֿאַר וועמען דאָס גאַנצע הויז איז געלעגן ווי אַן אָפֿענע טאַליע קאָרטן, האָט נישט געוווּסט אָפּצוגעבן אַ קלאָרן חשבון דעם בעל־הבית פֿון מויער. דער ייִד האָט געצאָלט דירה־געלט אין פֿאָרויס, נישט פֿאַרשפּעטיקט אויף קיין האָר."
אָט האָט איר די געשילדערטע טיפּן פֿונעם הויז, צווישן זיי:
"יודקע דער מאַד, וועלכער איז נאָכגעלאָפֿן סײַ זומער, סײַ ווינטער אַלע מיידלעך און ווײַבלעך; גדאַלקע דער חזן, וועלכער האָט געשריִען אַז מ׳לאָזט אים נישט צו צום עמוד אין שטאָטשול ווײַל ער האָט נישט קיין לאַקירקעס; רחל די משוגענע, זי האָט געוואָלט ווערן די הויפֿדאַמע און געקליידט זיך אין אַ קרינאָלינע וואָס דער ייִדישער טעאַטער האָט איר געגעבן ווי אַ מתּנה; איסערמאַן האָט געפּריידיקט אויף די טרעפּלעך פֿון דער קברנישער קלויז, מען זאָל עפֿענען די משוגעים־הײַזער ווײַל דאָרטן זיצן דווקא די קלאָרע. בײַ שיינדלען אין דער טשײַנע, אונטער די פֿענצטער פֿון גאָונס קלויז איז געווען דער קלוב פֿון משוגעים. חײַקל לונסקי, דער ביבליאָטעקאַר, האָט זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ ייִד וואָס האָט געוואָלט וויסן וועגן ייִדיש געלט, און חײַקל לונסקי האָט באַלד דערזען פֿאַר זיך אַ ייִדן וואָס בײַ אים אין קאָפּ איז געווען איבערגעשטעלט דאָס מעבל."
די טיפּן, די כאַראַקטערן, אַלע פֿאַרביקע פֿיגורן און צום סוף האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער ייִד האָט אויסגעאַרבעט גאַנצענע סומעס שקלים און די פֿאַרקויפֿער האָבן צוגענומען די שקלים פֿאַר גוט געלט.
לעאָן קאָברין, ווידער אַ מאָל אַרײַנגעטאָן אין אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער, באַשרײַבט "מאָטל חנה־ביילעס אומגליק," "באָבע באַשעס טערק," פֿול מיט הומאָר און שילדערונג פֿון דער "לאָוער איסט־סײַד," וווּ עס האָט אַמאָל געשוויבלט און געגריבלט מיט ייִדיש־אימיגראַנטישן לעבן.
יאָסל קאָטלער, דער וווּנדערלעכער מאָלער און צייכענער, טעאַטראַל, הומאָריסט, קאַרטוניסט. געבוירן געוואָרן אין 1896 און געשטאָרבן אין אַן אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿע אין מעמפּיס, טענעסי, אין יאָר 1935. ער איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1911, געלערנט די קונסט פֿון מאָלערײַ, און אין 1925 געשאַפֿן צוזאַמען מיטן מאָלער טאָני מאָוד און זשאַק טשאָרטקאָוו, אַ ייִדישן מאַריאָנעטן־טעאַטער וואָס האָט זיך גערופֿן "מאַדיאַקאָט". דאָס טעאַטער האָט מצליח געווען אין אַמעריקע, און אויך אין אייראָפּע. אין 1922, אונטער משה נאַדירס השפּעה, האָט יאָסל קאָטלער גענומען שרײַבן לידער, הומאָרעסקעס, מעשׂהלעך און קליינע פּיעסעס.
פֿאַראַן אַפֿילו אַ קורצער פֿילם מיט יאָסל קאָטלערס מאַריאָנעטן־שפּיל. ער האָט פֿאַרפֿאַסט דעם טעקסט און אויסגעשפּילט אַליין זײַנע הומאָריסטישע ווערק. די געשיכטע מיט וועלכער איך האָב זיך באַנוצט אין מײַן לערן־פּראָגראַם הייסט "אויפֿן שטערן מאַרס," און "אַן א..." אַדורכגעזאַפּט מיט זײַן קוועקזילבער־הומאָר מיט אַ לײַכטער האַנט און יוגנטלעכן קוק אויף דער וועלט.
משה נאַדיר (יצחק רײַס). נאָך אַ ליבלינג מײַנער, וועלכער איז אַדורכגעזאַפּט מיט שטעכיקן הומאָר, בײַסיקער סאַטירע, צינישע שאַרזשן, אַחוץ זײַנע קינדער־מעשׂהלעך און איבערזעצונגען פֿון רידיאַרד קיפּלינג, פֿון אַ וואַלפֿיש. צווישן זײַנע געלונגענע קורצע געשיכטעלעך איז ווערט צו דערמאָנען: "הינערשפּראַך," "דאָס פֿישעלע מיטן ווייכן הערצעלע," "דער פֿאַרביסענער קעניג" און אַ שלל מיט וווּנדערלעכע לערן־מאַטעריאַלן פֿאַרן קלאַס.
וואָס קען איך אײַך זאָגן, מײַן לערן־מאַטעריאַל וואַרט אויף אַ ישועה, עס וואַרט אויף אַ ביכער־פֿאַרלאַג, בעת די ייִדיש־לערער טרינקען זיך אין פּוסטע קוואַלן. ערשט קער איך זיך אום צו משה לעמסטערס שריפֿטן, ער האָט אָנגעכאַפּט דעם פּולס פֿון אונדזער פּוסטיניע, ווען עס קומט צו די פֿאַרגעסענע דיכטער און פּראָזאַיִקער, און צו אונדזער קוואַליק לשון וואָס הערט נישט אויף צו פֿאָדערן: "האָט גאָט אין האַרצן און בלײַבט פֿונקציאָנירנדיקע ייִדישע ייִדן."