פּובליציסטיק

"אָדם און חוה" פֿון מאַרק שאַגאַל
"אָדם און חוה" פֿון מאַרק שאַגאַל
דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת, ווען מע האָט געלייענט די פּרשה "בראשית", בין איך געגאַנגען אין אַ שיל, וווּ מע האָט פֿאַרשפּרייט עטלעכע בלעטלעך מיט פֿאַרשיידענע דבֿרי־תּורה. יעדע דרשה אין די דאָזיקע בלעטלעך האָט זיך אָנגעהויבן פֿון דער קשיא: פֿאַרוואָס הייבט זיך אָן די גאַנצע תּורה מיט דער מעשׂה־בראשית, און נישט מיט יציאת־מצרים? דער רבֿ פֿון דער שיל האָט אויך געפֿרעגט: צוליב וואָס דאַרפֿן מיר אין דער תּורה אַ גאַנצע פּרשה, וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדן, און וווּ די ייִדן ווערן בכלל נישט דערמאָנט?
אַ סך קלאַסישע מפֿרשים פֿרעגן טאַקע די דאָזיקע קשיא. מיר דאַכט זיך אָבער, אַז ס׳איז בעצם אַ רעטאָרישע קשיא, וואָס יעדער ווייסט שוין דעם ענטפֿער דערויף. די תּורה רעדט נישט בלויז וועגן ייִדן, דערפֿאַר הייבט זי זיך אָן דווקא מיט אַלמענטשלעכע ענינים. און כאָטש אַ סך פּרשיות אינעם חומש האָבן צו טאָן מיט ספּעציפֿיש־ייִדישע מיצוות, קאָן מען נישט איגנאָרירן די אַרומיקע וועלט און מע קאָן פֿון יעדן תּורה־ענין אָפּלערנען אַן אוניווערסאַלן לימוד. מע ווייסט דאָך, אַז אין דער קריסטלעכער וועלט ווערט דער תּנ״ך אָנערקערט ווי אַ הייליקער ספֿר, וואָס דינט ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע און מחשבֿה פֿאַר פֿאַרשיידענע נישט־ייִדישע דענקער און קינסטלער במשך פֿון צוויי טויזנט יאָר.
אַדרבה, זענען די קלאַסישע ייִדישע פּירושים אויף דער פּרשה "בראשית" אָפֿט די לענגסטע, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע טיילן פֿון דער תּורה. יעדער פֿילט, למשל, אַז די מעשׂה וועגן אָדם און חוה איז אָנגעלאָדן מיט "70 פּנימער" פֿון פֿילזײַטיקן באַדײַט, וואָס יעדער מענטש קאָן אין איר געפֿינען עפּעס אַ חידושדיקע פּערזענלעכע עצה. דאָס, וואָס מע פֿרעגט כּלערליי קשיות וועגן דעם אָרט, וואָס די מעשׂה־בראשית פֿאַרנעמט אין דער תּורה, איז אַ קלאָרער אָנווײַז אויף דעם, אַז זי בלײַבט אייביק וויכטיק און רעלעוואַנט פֿאַר אַלעמען.
אָן די יסודותדיקע מעשׂיות וועגן דעם, ווי דער נחש האָט פֿאַרפֿירט חוה און אָדם, וואָס צוליב דעם זענען זיי פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן אויף דער פֿאַרשאָלטענער ערד, קאָן מען זיך נישט פֿאָרשטעלן די אייראָפּעיִשע ליטעראַטור, קונסט און פֿילאָסאָפֿיע — אַזוי טיף איז זי אײַנגעוואָרצלט געוואָרן אינעם אַלגעמיינעם באַוווּסטזײַן פֿון דער מענטשהייט — לכל־הפּחות, אין דער קריסטלעכער און מוסולמענישער ציוויליזאַציע. יעדער דענקער און קינסטלער האָט אָבער אַן אייגענעם אָדם און אַ אייגענע חוה, וועלכע שטימען מיט זײַן געדאַנקען־גאַנג און וועלט־באַנעם. די פֿענאָמענאָלאָגיע פֿון פֿאַרשיידענע "אָדמס" און "חוהס" אין דער וועלט־קולטור קאָן העלפֿן צו פֿאַרשטיין בעסער, ווי אַזוי אין פֿאַרשיידענע ערטער און תּקופֿות האָט מען געקוקט אויף סאָציאַלע באַציִונגען, אויף סעקסועלע תּאוות און פֿאַרבינדונגען, ווי אַזוי מע האָט אָפּגעשאַצט פֿאַרשיידענע קולטור־עלעמענטן.
אַן אַלכעמיש פּאָרפֿאָלק
אַן אַלכעמיש פּאָרפֿאָלק
אַ קלאַסישע סטאַטוע פֿון אָדם און חוה איז געוויזן געוואָרן אין פּאַריז, אינעם יאָר 1937, ווי אַ מוסטער פֿון דער סאָוועטישער קונסט, מיטן נאָמען "אַן אַרבעטער און אַ פּויערטע". הײַנט שטייט זי אין מאָסקווע און בלײַבט נאָך אַלץ אַ מעכטיקער סימבאָל פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע און אַן עטאַלאָן פֿון דער סאָצרעאַליסטישער קונסט. די באַרימטע סקולפּטאָרין וועראַ מוכינאַ האָט זי געשאַפֿן לויט דעם געדאַנק פֿונעם אַרכיטעקטאָר באָריס יאָפֿאַן, אַן אָדעסער ייִד. אינעם שטאָלענעם מאָנומענט, הייבט אַ פֿאָרשטייער פֿונעם אַרבעטער־קלאַס, צוזאַמען מיט אַ פֿאָרשטייערין פֿונעם פּויערטום, די סאָוועטישע עמבלעם — אַ האַמער מיט אַ סערפּ.
יאָפֿאַנס סעקרעטאַר, יצחק אייגעל, האָט דערקלערט, אַז דער אַרכיטעקטאָר איז באַגײַסטערט געוואָרן פֿון געוויסע אוראַלטע גריכישע סטאַטועס. ווען מע טראַכט זיך אַרײַן אינעם באַדײַט פֿון דער דאָזיקער סטאַטוע, ווערט אָבער קלאָר, אַז דאָס פּאָרפֿאָלק שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סאָוועטישן גילגול פֿון אָדם און חוה. ווי ס׳איז באַקאַנט, איז דער מענטש פֿאַרשאָלטן געוואָרן, צוליב חטא־אָדם־הראשון, צו באַאַרבעטן די ערד "אין שווייס פֿון זײַן פּנים". אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען געהאָפֿט אויפֿצובויען אַ געזעלשאַפֿט, וועלכע וועט ברענגען די מענטשהייט צוריק אין גן־עדן. אין דער סאָוועטישער ווערסיע פֿונעם "תּיקון־העולם" מוז דער באַפֿרײַטער מענטש ווײַטער אַרבעטן; אין דער קאָמוניסטישער "ליכטיקער צוקונפֿט" וועט די מי גופֿא, ווי מע האָט געהאָפֿט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַרוואַנדלט ווערן פֿון אַ קללה אין אַ ברכה.
די סאָוועטישע סקולפּטור "אַן אַרבעטער און אַ פּויערטע" אין מאָסקווע
די סאָוועטישע סקולפּטור "אַן אַרבעטער און אַ פּויערטע" אין מאָסקווע
אַנשטאָט דער פּרי פֿון עץ־הדעת, וואָס אָדם און חוה האַלטן אויף אַ סך מיטל־עלטערלעכע קונסט־ווערק, הייבט דאָס סאָוועטישע פּאָרפֿאָלק אויף די אינסטרומענטן, מיט וועלכע זיי ווילן ברענגען דעם תּיקון — אויפֿצובויען דעם סאָציאַלן גן־עדן מיט די אייגענע הענט. רבי יהודה דערקלערט אין דער גמרא, אַז די פֿאַרבאָטענע פּרי איז געווען ווייץ; עס קאָן זײַן, אַז דער סאָוועטישער אַרכיטעקטאָר האָט געהאַט די דאָזיקע באַקאַנטע תּלמודישע אַגדה אין זינען, ווען ער האָט צוגעטראַכט זײַן סצענע, וווּ די פּויערטע — "די חוה" — האַלט דווקא אַ סערפּ.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער "גרעבלעכער" קונסט־סטיל, כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן סאָוועטישן סאָצרעאַליזם, טרעפֿט זיך צומאָל אויך אָן אין דער הײַנטצײַטיקער קריסטלעכער קונסט. אינעם יאָר 2002 האָט זיך אין צפֿון־פֿראַנקרײַך, 30 קילאָמעטער פֿון דער שטאָט קאַרקאַסאָן, געעעפֿנט אַ רומענישער פּראַוואָסלאַוונער מאָנאַסטיר. אַ טייל געמעלן, מיט וועלכע די קריסטלעכע אימיגראַנטן פֿון רעמעניע האָבן באַצירט זייער קלויסטער — אַרײַנגערעכנט אַ בילד פֿון אָדם־הראשון מיט אַן עפּל — דערמאָנען טאַקע דעם סאָצרעאַליסטישן סטיל פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה.
עס זענען פֿאַראַן אַ סך פֿאַרשיידענע דעות וועגן דער פֿאַרבאָטענער פּרי, וואָס איז געוואַקסן אויף דעם לעגענדאַרן עץ־הדעת. פֿאַרשטייט זיך, אַז די טראַדיציע פֿון מדרשים אַרום דער דאָזיקער תּורה־דערציילונג איז אַ סימבאָלישע און מעטאַפֿאָרישע, דערפֿאַר לייגן די חז״ל פֿאָר אַ גאַנצע ריי דעות וועגן דעם. רבי מאיר זאָגט, אַז די פֿאַרבאָטענע פּרי איז געווען די טרויבן — מיינענדיק דעם היזק פֿון שיכּרות. רבי נחמיה האָט געהאַלטן, אַז ס׳איז געווען אַ פֿײַג — ווײַל די ערשטע בגדים האָבן די מענטשן אָנגעהויבן מאַכן פֿון די פֿײַגן־בלעטער. אין דער קריסטלעכער וועלט האָט זיך פֿאַרשפּרייט דער געדאַנק, אַז דער עץ־הדעת איז געווען אַן עפּלבוים. אַזאַ דעה טרעפֿט זיך אויך אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און ווערט דערמאָנט אין דער "צאינה־וראינה".
אינעם 13 יאָרהונדערט האָט עפּעס אַ קריסטלעכער מאָלער געשאַפֿן אַ חידושדיקע פֿרעסקע, וווּ אָדם מיט חוהן זיצן אונטער דעם עץ־הדעת, וואָס זעט אויס ווי אַ גיגאַנטישער פֿליגנשוואָם — אַ גיפֿטיקער שוואָם, וואָס ווערט באַנוצט אין געוויסע אוראַלטע קולטורן ווי אַ קוואַל פֿון האַלוצינאַציעס. אייניקע פֿאָרשער האַלטן, אַז אין דער מיטל־עלטער איז געווען פֿאַרשפּרייט אַזאַ מיינונג, אַז דער דאָזיקער שוואָם — אַ סכּנותדיק מיטל צו קריגן מיסטישע וויזיעס — איז טאַקע דער פֿרוכט, וואָס קאָן אַנטפּלעקן פֿאַרבאָטענע ידיעות.
אָדם און חוה אונטער אַ פֿליגנשוואָם, אויף אַ פֿראַנצויזישער פֿרעסקע<br />
אָדם און חוה אונטער אַ פֿליגנשוואָם, אויף אַ פֿראַנצויזישער פֿרעסקע
פֿונעם 13טן יאָרהונדערט">על־פּי־קבלה, האָט דער מענטש, בײַם אָנהייב, אין זיך אַנטהאַלטן דעם מענערלעכן און דעם ווײַבלעכן אַספּעקט. דער זעלבער געדאַנק איז באַקאַנט אינעם קריסטלעכן און מוסולמענישן מיסטיציזם. די צעטיילונג פֿון די אַספּעקטן איז אַ רעזולטאַט פֿונעם חטא־אָדם־הראשון. וואָס דאַרף מען אָבער טאָן, כּדי צו ברענגען די מענטשהייט צום תּיקון, צו געפֿינען דעם "פֿאַרלוירענעם" גן־עדן? אַ סך טראַדיציאָנעלע חתונה־ריטואַלן, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע, האָבן אַ דירעקט שײַכות צו דער מעשׂה־בראשית. אין די שבֿע־ברכות, מיט וועלכע מע בענטשט די חתן־כּלה בײַ אַ ייִדישער חתונה, ווערט בפֿירוש דערמאָנט אָדם־הראשון. דער צוועק פֿון אַ חתונה איז, לויטן מיסטישן אָפּטײַטש, צונויפֿצוברענגען צוריק צוזאַמען די צוויי צעטיילטע העלפֿטן פֿון דער מענטשלעכער נשמה. מע קאָן זאָגן, אַז יעדע חתונה איז אַ מין סצענע, וווּ מע שפּילט פֿון ס׳נײַ די מעשׂה מיט אָדם און חוהן.
דער דאָזיקער מאָטיוו טרעפֿט זיך אָפֿט אין דער מיסטישער קונסט פֿון די אַלכעמיקער. אַ סך אַלכעמישע צייכענונגען שילדערן אַ מאַן צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט אַ פֿרוי; אָדער אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס פֿאַרנעמט זיך צוזאַמען מיט אַלכעמישע מיסטעריעס. דער סימבאָליזם פֿון מעשׂה־בראשית בײַ די אַלכעמיקער איז אָפֿט זייער בולט און קלאָר. אויף אַ סך אַזעלכע בילדער פֿירט דאָס פּאָרפֿאָלק עקספּערימענטן מיט געוויסע שטאָפֿן און גראָזן, כּדי צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון עץ־החיים און ברענגען די וועלט צוריק צו דער גן־עדנדיקער האַרמאָניע.
געוויסע קריסטלעכע סעקטעס, ווי אויך אַ טייל ייִדישע שבתי־צבֿיניקער, האָבן אָבער געמאַכט אַ פֿאַרקערטן אופֿן. ווי מע זעט אין דער פּרשת־בראשית, זענען אָדם און חוה געגאַנגען נאַקעט און זיך נישט געשעמט. אויב אַזוי, האָבן זיך משער געווען די סעקטאַנטן, קאָן מען ברענגען די וועלט צוריק צום גן־עדנדיקן מצבֿ, אויב מע פֿאַרגעסט אינגאַנצן וועגן צניעות. עטלעכע מיטל־עלטערלעכע קריסטלעכע סעקטעס, וועלכע האָבן זיך אָנגערופֿן "אַדאַמיטן", און האָבן געטראַכט, אַז דורך נאַקעטקייט, פֿרײַער ליבע און אַנדערע פּרימיטיווע "בראשיתדיקע" הנהגות קאָנען זיי דערגרייכן די מדרגה פֿון אָדם־הראשון פֿאַרן חטא. איין אַזאַ ראַדיקאַל־רעליגיעזע "אָדמישע" קאָמונע איז געגרינדעט געוואָרן אינעם שטעטל אָניידאַ, שטאַט ניו־יאָרק, אינעם יאָר 1848, און האָט עקזיסטירט ביזן סוף 19טן יאָרהונדערט. די קונסט־טראַדיציע אַרום אָדם און חוה שפּיגלט זיך נישט זעלטן אָפּ, אַחוץ די דערמאָנטע סאָציאַלע באַוועגונגען, אין ראַדיקאַלער עראָטישער קונסט. למשל, דער גרויסער ענגלישער פּאָעט וויליאַם בלייק האָט אָנגעמאָלט אַ סעריע עראָטישע אילוסטראַציעס צו דזשאָן מיטלאָנס פּאָעמע "דער פֿאַרלוירענער גן־עדן".
אין אַ סך מענטשלעכע קולטורן ווערט דער מענטש באַטראַכט ווי אַ קליינער אוניווערס, אַן עולם־קטן. די דאָזיקע טעמע ווערט כּסדר באַהאַנדלט אין די מדרשים און קבלה־ספֿרים, אויפֿן סמך פֿון פּרשת־בראשית, וווּ אָדם באַקומט אַן אַרכעטיפּישן נאָמען, פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "אַדמה", די ערד, און חוה ווערט אָנגערופֿן "אם כּל חי" — די מוטער פֿונעם לעבן. על־פּי־קבלה, איז דער אָדם־הראשון פֿאַרן חטא געווען אַ קאָסמישע באַשעפֿעניש, געמאַכט פֿון ליכט און גרויס ווי דער מהלך צווישן הימל און ערד. נישט געקוקט אויף דער מפּלה אין עולם־הזה, ביז דער נידעריקער מדרגה פֿונעם גשמיותדיקן בשׂר־ודם, טראָגט די מענטשלעכע נשמה אין זיך אַ גאַנצן קאָמסאָס און אַן אומבאַגרענעצטן פּאָטענציאַל. די אותיות פֿונעם נאָמען "אָדם", וואָס זענען בגימטריא 1, 4 און 40, סימבאָליזירן דאָס אַחדות און שלימות פֿון פֿיר קאָסמישע עלעמענטן.
אַזאַ מיסטישער קוק אויף דעם מענטש, אינספּירירט פֿון דער מעשׂה־בראשית און מיסטישער טראַדיציע אַרום אָדם־הראשון, שפּיגלט זיך אָפֿט אָפּ אין דער סוררעאַליסטישער קונסט, וואָס צעשווענקט די באַריערן צווישן דעם מענטש און דער וועלט; צווישן דער מענטשלעכער פּסיכיק און דער סטיכישער שפּיל פֿון נאַטור־כּוחות.
בקיצור, מע מעג פֿרעגן קשיות, פֿאַרוואָס די תּורה הייבט זיך אָן מיט דער מעשׂה־בראשית. כּדי צו ענטפֿערן אויף דער דאָזיקער פֿראַגע, איז אָבער גענוג זיך אַרײַנצוטראַכטן אין דער וועלט־געשיכטע און וועלט־קונסט. די מעשׂה פֿון אָדם און חוה, ווי אויך אַ סך אַנדערע מעשׂיות פֿון דער דאָזיקער פּרשה, האָבן איבערגעלאָזט אַ ריזיקן רושם אויף דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע — נישט בלויז אויף רעליגיע, נאָר אויך אויף פֿאַרשיידענע וועלטלעכע און אַפֿילו צווייפֿלהאַפֿטיקע באַוועגונגען און געדאַנקען. ווײַל אינעם צענטער פֿון דער ייִדישער תּורה געפֿינען זיך מענטשן — מיט אַלע מעלות, חסרונות, סתּירות און משוגעתן פֿון זייער אינערלעכן קאָסמאָס.