געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט עפּעס אַ צײַט צוריק האָט מײַן זון מיך אַ שטופּ געטאָן צום ווערן אַ מיטגליד פֿון דעם קלוב מיט דער צאָל מיטגלידער, וואָס האָט אַנומלטן דערגרייכט ביז העכער אַ ביליאָן נפֿשות איבער דער גאָרער וועלט. די רייד גייט, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דעם “פֿייסבוק" אָדער, ווי אייניקע גאָר פּוריסטישע לײַט רופֿן עס, “פּנים-בוך". דער זון האָט געטענהט, אַז אָן אַ “פֿייסבוק"-מיטגלידערשאַפֿט בלײַב איך שטעקן ערגעץ אין מיטלעלטער. ווער וויל עס הערן פֿון זײַן אייגענעם בן-יחיד? האָב איך זיך טאַקע “פֿאַרשריבן".
וואָס זשע האָב איך פֿון דעם הײַנט-צו-טאָג? גאָרנישט, אַ חוץ אַ קאָפּדרייעניש. איך געהער ניט צו דער קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס ווילן זיך גלײַך טיילן מיט דער גאָרער וועלט, ווען זיי דערהערן אָדער דערשמעקן עפּעס אַ נײַעס (שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס איך האָב די טריבונע פֿון “פֿאָרווערטס") אָדער ווען זיי מאַכן אַ פֿרישן פֿאָטאָ פֿון זייער קאַץ. מיט אַנדערע ווערטער, איך בין נאָך אַלץ ניט — לויט אַלע סימנים — פֿון דער קאַטעגאָריע מענטשן, וועלכע האָבן געהאַט, און האָבן נאָך אַלץ, אַפּנים, אין זינען מאַרק צוקערבערג.
אין דעם זין, געהער איך נאָך אַלץ, אויב איר ווילט, צו מיטלעלטער און פֿאַרשטיי פּשוט ניט די מענטשן וואָס אַנטוויקלען אַן אמתע “פייסבוק"-מאַנקאָליע. פּסיכאָלאָגן האָבן זיך שוין אויסגעלערנט צו דערקענען סימפּטאָמען פֿון דער דאָזיקער קרענק, וואָס איז איינע פֿון אַ סך אַזעלכע אינטערנעץ-מאַנקאָליעס. אַפֿילו אָן “פֿייסבוק" פֿאַרברענג איך, למשל, זייער אַ סך צײַט בײַם קאָמפּיוטער. די בליצבריוו אַליין נעמען דאָך אָפּ אַ שטיקל לעבן. צו באַגרענעצן עס טראָג איך אין מײַן קעשענע אַן אַלטפֿרענקישן טעלעפֿאָן, אָן אַן אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ-וועלט. כאַראַקטעריש, אַז אין ניו-יאָרק האָבן זיך וועסנע-צײַט באַוויזן גאַס-צייכנס, וועלכע בעטן דעם עולם ניט צו קאָנצענטרירן זיך אויף “פֿייסבוק" בײַם גייען איבער דער שטאָט — מע האַלט, אַז פֿאַר אייניקע מענטשן פֿאַרענדיקט זיך עס טראַגיש, מחמת זיי פֿאַלן אַרײַן אונטער אַן אויטאָ.
דער סך-הכּל איז, אַז איך נוץ ניט דעם “פֿייסבוק" אָדער, פּינקטלעכער, נוץ איך עס כּמעט ניט. “כּמעט" מיינט, אַז טאָמער ביסטו שוין אַ מיטגליד, קענסטו זיך ניט אין גאַנצן באַפֿרײַען פֿון אָט דער אינטערנעץ-אָנשיקעניש; זי דערלויבט ניט דו זאָלסט פֿאַרגעסן וועגן איר עקזיסטענץ. אַזוי — שטערעריש — איז די דאָזיקע סיסטעם קאָנסטרויִרט געוואָרן.
לאָמיר זאָגן, אַז עמעצער פֿון דײַנע “פֿייסבוק"-חבֿרים שטעלט אַרויס אַ נײַעם פֿאָטאָ, וואָס ער, צי זי, האָט געמאַכט פֿון אַ קווייט אין זײַן, צי איר, גאָרטן. דער דאָזיקער פֿאָטאָ איז די לעצטע זאַך, וואָס דו דאַרפֿסט אין דײַן איצטיקן לעבן, וואָס איז אַזוי אויך אָנגעזעטיק מיט כּלערליי “קווייטן" פֿון אינטענסיווער טאָגטעגלעכקייט. אָבער דו ביסט נאַיִוו, טאָמער דו מיינסט אַז דאָס “פֿייסבוק" וועט דיר דערלויבן צו איגנאָרירן עס — דער קווייט פֿון אַ גאָרטן ערגעץ אין בויבעריק. טאָג-אײַן טאָג-אויס וועסטו באַקומען בליצבריוו, וועלכע וועלן דיך אינפֿאָרמירן, אַז עפּעס אַ מענטשן איז עס געפֿעלן געוואָרן. דאָס זעלבע קומט פֿאָר מיט אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן זאַך, וואָס עמעצער האָט אַרויסגעשטעלט, האַלטנדיק פֿאַר נייטיק זיך צו טיילן מיט דעם אײַנפֿאַל.
איך האָב נאָר וואָס באַקומען אַ באַריכט, אַז אין משך פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך בין איך 106 מאָל (!) אינפֿאָרמירט געוואָרן וועגן דעם, אַז עפּעס אַ בשׂר-ודם האָט הנאה געהאַט פֿון אַן אײַנפֿאַל, וואָס הייסט “חסידיש ייִדיש" — איך הייב ניט אָן צו וויסן, צי די רייד גייט וועגן אַ טעקסט צי וועגן אַ בילד. דאָס הייסט, אַז 106 מאָל איז פֿאַרמיסטיקט געוואָרן מײַן “אין-באָקס". גלײַך ווי מע האָט דיר 106 מאָל לויט אַ טעות אָנגעקלאַפּט אין דער טיר. איך האָב זיך ניט געפֿוילט, געעפֿנט מײַן זײַטל, אויסגעזוכט דאָרטן דעם דאָזיקן “חסידיש ייִדיש" און איבערגעריסן מיט אים אַלע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען. עס האָט געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס — די בשׂורות קריכן אַרויס סײַ-ווי-סײַ, ממש ווי טאַראַקאַנען זוכן זיי אויס עפּעס אַן אינטערנעץ-שפּאַרונע, און אָט זײַנע זיי ווידער אַ מאָל דאָ, דרייען מיט זייערע לאַנגע וואָנצעס.
הקיצור, געפֿין איך אַז “פֿייסבוק" פֿירט זיך אויף ווי אַ קינד, צי ווי אַ דערוואַקסענער מענטש וואָס בלײַבט אַ קינד — אין דעם זין, וואָס עס האָט זיך נאָך ניט אויסגעלערנט, ווי אַזוי מע דאַרף זיך אויפֿפֿירן אין אַ געזעלשאַפֿט. קודם-כּל, אַז צו זײַן סאָציאַל פֿאַרבונדן הייסט ניט צו “באָזערן" אַנדערע מענטשן, ווײַל דו גלייבסט — און דאָס איז כאַראַקטעריש פֿאַר קינדער, בפֿרט צעבאַלעוועטע — אַז יעדער דײַן אײַנפֿאַל איז אַזוי פֿאַרכאַפּנדיק אינטערעסאַנט, אַז אַנדערע מענטשן וואַרטן נאָר צו האָבן די זכיה צו קריגן דײַן בשׂורה.
ווייס איך ניט דערווײַל, וואָס צו טאָן. צי זאָל איך זיך אומקערן אין דעם מיטלעלטער, וווּ איך האָב זיך געוווינט איידער כ’האָב זיך אַליין, מיט מײַנע אייגענע הענט, פֿאַרשריבן אין דעם קלוב וואָס הייסט “פֿייסבוק". איך פֿיל, אַז איך וועל עס טאָן, אויב די אָנשיקעניש פֿון “חסידיש ייִדיש" (אפֿשר וועל איך פֿון דעסטוועגן אַ קוק טאָן, וואָס איז עס פֿאַר אַ מאכל) וועט זיך ניט אויסשעפּן.