מישע כאַזין איז אַ באַקאַנטער רוסישער שרײַבער און איבערזעצער פֿון רומעניש און ייִדיש. אַ דאַנק זײַן זעלטענעם טאַלאַנט, זײַנען אַ סך ווערק פֿון די ביידע ליטעראַטורן באַקאַנט געוואָרן דעם רוסישן לייענער. אַ דאַנק זײַן שאַרף אויג און שאַפֿערישער פּען, האָבן זיך באַוויזן אין זײַנע אייגענע ביכער לעבעדיקע און בולטע געשטאַלטן פֿון זײַנע מיטצײַטלער: שרײַבער, מאָלער, אַקטיאָרן, זשורנאַליסטן, געלערנטע — ייִדן און נישט ייִדן — מענטשן פֿון זײַן טאָג־טעגלעכקייט.
מישע כאַזין איז די טעג געוואָרן אַ בן־שמונים. ער וווינט אין באָסטאָן און איז הײַנט, ווי אַלע יאָרן, אַקטיוו סײַ שאַפֿעריש און סײַ געזעלשאַפֿטלעך. פֿון צײַט צו צײַט באַווײַזן זיך אין אונדזער צײַטונג זײַנע אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן. מיר ווינטשן אים געזונט און פֿרייד אויף אַלע דרכים פֿון זײַן פֿאַרשיידנאַרטיקער טעטיקייט.
אין נאָמען פֿון דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע,
באָריס סאַנדלער
פֿון מישע כאַזין (באָסטאָן)
דאָס יאָר 1963, אויפֿן היסטאָרישן הינטערגרונט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז געווען מער־ווייניקער אַ ווייכס, אָדער ווי מע פֿלעגט זיך וויצלען — אַ וועגעטאַרישס. סטאַלינס גוף האָט מען אַרויסגעטראָגן פֿונעם מאַווזאָליי, וווּ ער איז געלעגן לעבן לענינען; נאָכן טאָטאַלן פּאָגראָם פֿון דער ייִדישער קולטור, האָט אָנגעהויבן אַרויסגיין אין מאָסקווע דער ייִדישער ליטעראַרישער חודש־זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", ס׳האָבן זיך באַוויזן קאָנצערט־גרופּעס, וואָס האָבן געשפּילט ייִדישע טעאַטער־שטיקלעך און מוזיק. און דאָך, איז דער מצבֿ פֿון אַ ייִדישן שרײַבער געבליבן אַ וואַקלדיקער, ווי ער וואָלט געגאַנגען נישט אויף דער יבשה, נאָר אויף אַ פֿאַרפֿרוירענעם טײַך, ווען דאָס אײַז האָט זיך קוים פֿאַרצויגן.
גראָד אין יענעם יאָר איז דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן געוואָרן אַ בן־חמישים. פֿאַרשטייט זיך, האָט ער געוואָלט, אַז לכּבֿוד זײַן יוביליי זאָל אין דער מאָלדאַווישער פּרעסע דערשײַנען אַ פּאַסיקער אַרטיקל וועגן זײַן שאַפֿונג. וואָס טוט אין דעם פֿאַל אַ ייִדישער שרײַבער? ער פּרוּווט צו לייזן זײַן פּראָבלעם דורך אַן אַנדער ייִד. קיין סך "נוצלעכע ייִדן" אין דער מאָלדאַווישער פּרעסע זײַנען נישט געווען; דעריבער האָט ער זיך געוואָנדן צו זײַן באַקאַנטן זשורנאַליסט גרישע טשעלאַק, וואָס האָט געאַרבעט אין דער רוסישער צײַטונג "וועטשערני קישיניאָוו" (אָוונט־קעשענעוו), ווי דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער סעקרעטאַר פֿון דער רעדאַקציע.
גרישע האָט אים וואַרעם באַגריסט מיט דער קומענדיקער קײַלעכדיקער דאַטע, אָבער דערקלערט, אַז טוען עס דורך דער צײַטונג איז קיין שום מעגלעכקייט נישטאָ. פֿאַר וואָס? ווײַל אָנהייב יעדן חודש באַקומט די רעדאַקציע אַ רשימה מיט די נעמען, וואָס די פּאַרטיייִשע אינסטאַנצן האַלטן פֿאַר נייטיק מע זאָל זיי אָפּמערקן אויף די שפּאַלטן פֿון דער צײַטונג. יחיאל שרײַבמאַן איז, צום באַדויערן, אין דער אָפֿיציעלער רשימה נישטאָ. וואָס שייך דער רשימה פֿון נעקראָלאָגן, האָט גרישע זיך אַ וויצל געטאָן, קומט זי נישט אָן פֿון פֿריִער. פֿון דעסטוועגן, מוז יעדער נעקראָלאָג אַרומגערעדט ווערן מיט דער הויכגעשטעלטער פּאַרטיי־אינסטאַנץ. אַלץ ווערט "אַראָפּגעלאָזט" פֿון אויבן — די גרייס פֿונעם טעקסט, אונטערשריפֿטן, מיט אַ בילד אָדער אָן אַ בילד...
אַן אַנטוישטער, האָט יחיאל פֿאַרלאָזט די רעדאַקציע. צוריק גערעדט, איז אַ ייִד שטענדיק גרייט מע זאָל אים אָפּזאָגן. איז ער געקומען צו מיר, זיך געקלאָגט, אַז געוואָלט האָט ער אַ ביסל כּבֿוד ממש אויפֿן שפּיץ מעסער — אין אַ שטאָטישער צײַטונג, נישט חלילה, אין אַ רעפּובליקאַנישער — און האָט עס אויך נישט באַקומען.
כ׳האָב אים באַרויִקט, ווי נאָר ס׳איז מעגלעך געווען, און צוגעזאָגט עפּעס צוטראַכטן. וואָס פּינקטלעך, האָב איך נאָך אַליין נישט געוווּסט. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָב איך באַשלאָסן איבערצורעדן מיטן רעדאַקטאָר פֿון דער דאָזיקער קעשענעווער אָוונט־צײַטונג, איוואַן זשאָסול; פֿאָרט געשפּילט מיט אים אַמאָל אין שאָך, געפֿירט פֿרײַע געשפּרעכן אַרום סטאַלינס קולט־פּערזענלעכקייט, ביוראָקראַטן און פּאַרטיי־טשינאָווניקעס. מיט זײַן פֿרוי האָב איך זיך געלערנט אינעם אוניווערסיטעט. אַ קיצור, כ׳בין געקומען צו אים און גלײַך, אָן הקדמות, געפֿרעגט:
— זאָג, איוואַן, וואָס קאָן זײַן, אויב דײַן צײַטונג וועט באַגריסן אַ שרײַבער, וואָס זײַן נאָמען שטייט נישט אין דער צוגעשטעלטער רשימה?
— עס קאָן זײַן אַ סקאַנדאַל, אָדער אַ לײַכטע שטראָף... אָבער וועגן וועמען רעדסטו?
דערהערנדיק, אַז די רייד גייט וועגן דעם ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן, האָט דער רעדאַקטאָר זיך צעשמייכלט:
— אין סיביר וועט מען מיך פֿאַר דעם נישט פֿאַרשיקן.
ווי אַ רעזולטאַט פֿון דעם שמועס, האָב איך דעמאָלט אָנגעשריבן דעם אַרטיקל, וואָס האָט געהייסן "מײַסטער". ווען שרײַבמאַן האָט דעם אַרטיקל איבערגעלייענט, איז ער געבליבן צופֿרידן.
— גיט נאָר אַ קוק, — האָט ער געזאָגט, — איין מענטש זאָגט מיר — ס׳איז אוממעגלעך! — און איר האָט פֿון אוממעגלעכס געמאַכט ס׳זאָל ווערן מעגלעך!
* * *
מיט צען יאָר שפּעטער, אין 1973, בײַ שרײַבמאַנס ווערן אַ בן־שישים, האָט דער שרײַבער־פֿאַראיין אין מאָלדאַוויע געמאַכט לכּבֿוד אים אַ גאַנצע שׂימחה. דעם יובילאַר האָבן באַגריסט די באַקאַנטע מאָלדאַווישע שרײַבער, דומיטרו מאַטקאָווסקי, זײַן לאַנדסמאַן פֿונעם שטעטל וואַדול־ראַשקעוו, דער דיכטער גריגאָרע וויערו; פּראָזאַיִקער יאָן טשאָבאַנו, און דער באַקאַנטער קינאָ־רעזשיסאָר עמיל לאָטיאַנו. יעדער האָט געלויבט דעם ייִדישן שרײַבער פֿאַר זײַן טאַלאַנט און מײַסטערשאַפֿט צו שלײַפֿן יעדעס וואָרט און זאַץ, און דערפֿירן דאָס ווערק ביז אַ קונסט־מוסטער. עמעצער האָט אַפֿילו באַמערקט, אַז שרײַבמאַנס אופֿן פֿון אַרבעטן איז געגליכן צו אַ "קאַטאָרגע", און געוווּנטשן אים לאַנגע "קאַטאָרזשנע" יאָרן פֿון שאַפֿן.
זײַן ענטפֿער־וואָרט האָט שרײַבמאַן אָנגעהויבן אַזוי:
— אין אײַערע באַגריסונגען הײַנט איז געווען אַזוי פֿיל לויב־געזאַנג, און איך בין שוין אַזוי אַלט, אַז כ׳בין געזעסן, געהערט און געטראַכט — דאָס רעדט מען נישט וועגן מיר! צוריק געשמועסט, האָט מען דאָך פֿאָרט גערעדט וועגן מיר. און אַזוי איז עס טאַקע...
נאָך דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע איז שרײַבמאַן אַרײַנגעקומען אין דער רעדאַקציע פֿונעם רוסישן זשורנאַל "קאָדרי", וווּ איך האָב געאַרבעט אינעם פּראָזע־אָפּטייל. חוץ אונדז ביידע, איז אינעם צימער געזעסן אויך עמיל לאָטיאַנו. יחיאל איז געווען נישט נאָר אַ גוטער דערציילער בכּתבֿ, נאָר אויך בעל־פּה. האָט ער שווער אַ זיפֿץ געטאָן און אָנגעהויבן:
— בעת די טרעפֿונגען מיט מײַנע לייענער, פֿרעגט מען בײַ מיר אָפֿט: ווי אַזוי האָט איר אָנגעהויבן שרײַבן? צו מאָל ענטפֿער איך זיי, אַז אָנגעהויבן האָט זיך עס פֿון אַ ליבע. צו מאָל עפּעס אַנדערש. איך געדענק אָבער קלאָר, אַז ווען איך בין געווען אין צווייטן קלאַס האָט פּאַסירט מיט מיר אַ פֿאַל, וואָס איך קען אים נישט פֿאַרגעסן ביז הײַנט. בײַ עמעצן פֿון די תּלמידים איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן דאָס שאַכטל מיט בלײַערס. אפֿשר האָט מען עס צוגעגנבֿעט. ס׳האָט מיך ממש באַפֿאַלן אַ שרעק: "ווי אַזוי וועלן זיי זיך דערוויסן, אַז נישט איך האָב עס געטאָן?!" מ׳האָט מיך אַרויסגערופֿן צום טאָוול, בין איך געשטאַנען אַזוי, אָנגעטאָן אין מײַן רעקל און געפֿירט מיטן פֿינגער איבער אַ קעשענע. כ׳האָב געשוויגן, און דער פֿינגער האָט ווי עפּעס געשריבן אויף דער קעשענע. אפֿשר איז טאַקע דאָס פֿירן מיטן פֿינגער איבער דער קעשענע געווען מײַן אָנהייב פֿון שרײַבן. קיין פֿרעמדע זאַכן האָב איך קיין מאָל אין מײַן לעבן נישט גענומען, אָבער מיטן פֿינגער פֿלעג איך נישט איין מאָל אַזוי שטום פֿירן איבער מײַן קעשענע.
אויסגעהערט זײַן געשיכטע, האָט עמיל לאָטיאַנו זיך אָנגערופֿן:
— כ׳מיין, אַז ס׳איז כּדאַי אַרויסצוגעבן אַ באַנד געזאַמלטע ווערק פֿון אײַערע קעשענעס.