קהילה־לעבן

מאַראָש באָרסקי, דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קהילה אין פּרעשבורג, באַזוכט די אָרטאָדאָקסישע שיל אין זשילינע, אַ שטאָט אין סלאָוואַקײַ
מאַראָש באָרסקי, דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קהילה אין פּרעשבורג, באַזוכט די אָרטאָדאָקסישע שיל אין זשילינע, אַ שטאָט אין סלאָוואַקײַ
Credit: Ruth Ellen Gruber
קראָקע (ייִט״אַ). — אַ דאַנק דער נײַער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם פֿאַר "אײַ־טיונס", נײַע טוריסטישע מאַרשרוטן און אַ מאַקעט פֿון אַן אַלטער שיל, וועט די וועלט זיך בעסער באַקענען מיט צוויי געוועזענע ייִדישע ערטער אין אייראָפּע. דאָס ערשטע אָרט איז דער היסטאָרישער ייִדישער קוואַרטאַל אין בראַטיסלאַווע, די הויפּטשטאָט פֿון סלאָוואַקײַ, באַקאַנט בײַ ייִדן ווי פּרעשבורג. דער קוואַרטאַל האָט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט־מלחמה, אָבער צעשטערט געוואָרן דורך דער קאָמוניסטישער מאַכט אין די סוף 1960ער יאָרן.
דאָס צווייטע אָרט איז אָשפּיצין — אַזוי האָט געהייסן פֿאַר דער מלחמה דאָס דרום־פּוילישע שטעטל אָשוויענטשים, טרויעריק באַרימט ווי אויסשוויץ — דאָס פּלאַץ, וווּ די נאַציס האָבן אויסגעבויט דעם טויט־לאַגער. פֿאַרן חורבן זענען ס׳רובֿ תּושבֿים פֿון אָשפּיצין געווען ייִדן.
צוויי פֿאַרשיידענע נײַע פּראָיעקטן שטעלן דעם זעלבן ציל: צו באַקענען דעם ברייטערן עולם מיט פֿאַרגעסענע קאַפּיטלען פֿון ייִדישער געשיכטע, ווי אויך צו געבן די אָרטיקע אײַנוווינער און די טוריסטן צו פֿאַרשטיין בעסער דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון די דאָזיקע צוויי ערטער.
די וועבזײַט "http://www.oshpitzin.pl" ווערט באַגלייט מיט אַ ספּעציעלער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם פֿאַר "אײַ־פּאָדס" און "אײַ־פֿאָנס", וועלכע ווײַזט אַן אינטעראַקטיווע מאַפּע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל מיט פּרטימדיקע ידיעות. אויף דער וועבזײַט קאָן מען אויך איבערלייענען אַן עלעקטראָניש בוך אויף ענגליש וועגן אָשפּיצין (אָדער "אושפּיצין, ווי דער מחבר שרײַבט עס אָן מיט די ייִדישע אותיות, לויט דער פּוילישער הבֿרה).
אין פּרעשבורג ווערט אויך דורכגעפֿירט אַ פּראָיעקט מיטן נאָמען "די פֿאַרלוירענע שטאָט". אין פֿאַרגלײַך מיט דער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם וועגן אָשפּיצין, האָט מען דאָרטן אויפֿגעשטעלט אַ גרויסן מאַקעט פֿון דער פּרעכטיקער אַלטער שיל — צוויי דריטל פֿון דער אָריגינעלער מאָס. דער מאַקעט, צונויפֿגעשטעלט פֿון באַצירטע רישטעוואַניעס, וועט שטיין במשך פֿון דרײַ חדשים.
די פּראָגראַם פֿאַר דער וועבזײַט וועגן אָשפּיצין, וועלכע מע האָט אָנגעהויבן צו פֿאַרשפּרייטן בחינם פֿאַר "אײַ־טיונס" מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, איז געשאַפֿן געוואָרן דורך דעם "אוישוויצער ייִדישן צענטער" — אַ שיל און אַ לערן־צענטער, וועלכע האָט זיך געעפֿנט אינעם שטעטל אינעם יאָר 2000. טאָמאַש קונצעוויטש, דער דירעקטאָר פֿונעם צענטער, האָט איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן אויסגענוצט "די סאַמע מאָדערנסטע טעכנאָלאָגיעס", כּדי צו פֿאַראייביקן די געשיכטע פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער קהילה.
הײַנט ווערט אויסשוויץ באַרימט אין דער גאַנצער וועלט ווי אַ "פֿאַבריק פֿון מאַסן־טויט", וווּ די נאַציס האָבן סיסטעמאַטיש פֿאַרניכטעט איבער אַ מיליאָן מענטשן — על־פּי־רובֿ ייִדן. די שאַפֿער פֿונעם נײַעם פּראָיעקט טענהן, אַז דער חורבן האָט פֿאַרניכטעט די אַמאָליקע ייִדישע געשיכטע און קולטור פֿון מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָט אויך געבליט אין אָשפּיצין במשך פֿון הונדערטער יאָרן — אויפֿן זעלבן אָרט, וואָס איז שפּעטער באַרימט געוואָרן ווי אַ סימבאָל פֿונעם ייִדישן חורבן.
פֿאַר דער מלחמה איז אָשפּיצין געווען אַ לעבעדיק שטעטל, מיט בתּי־מדרשים, ייִדישע קלובן, שולן און כּלערליי געשעפֿטן. די ייִדן האָבן באַטראָפֿן ס׳רובֿ פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג, און זענען געווען באַשעפֿטיקט אין אַלע ספֿערעס. אין די 1930ער יאָרן האָט מען דאָרטן אַפֿילו אויסגעקליבן אַ ייִדישן מעיאָר.
אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער ייִט״אַ, האָט קונצעוויטש דערקלערט, אַז אין זייער פּראָיעקט ווערן אַלע אַספּעקטן פֿונעם שטעטל־לעבן געוויזן אויף דער אינטעראַקטיווער מאַפּע. די קאָמפּיוטער־פּראָגראַם איז אַ נאָוואַטאָרישער, מאָדערנער מעטאָד פֿון בילדונג, אָריענטירט אויפֿן יונגן דור.
מילאָש זיאַק, אַ סלאָוואַקישער ייִדישער געשעפֿטסמאַן, וועלכער האָט געגרינדעט די פּרעשבורגער שיל־רעקאָנסטרוקציע, האָט דערציילט, אַז זיי ווילן אויך צוריקברענגען דעם היסטאָרישן זכּרון וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, אָבער אויף אַן אַנדער אופֿן. מיט דער הילף פֿון דער סלאָוואַקיש־ישׂראלדיקער "פּאַלאַטע פֿון קאָמערץ", האָבן די גרינדער פֿונעם פּראָיעקט, וואָס הייסט "די פֿאַרלוירענע שטאָט", אַרויסגעגעבן אַ וועגווײַזער־בוך פֿאַר טוריסטן און אויסגעאַרבעט אַ טוריסטישן מאַרשרוט איבער דעם געוועזענעם ייִדישן קוואַרטאַל, וועלכער האָט געבליט אין פּרעשבורג, אונטערן שטאָטישן שלאָס, במשך פֿון הונדערטער יאָרן, ביז די קאָמוניסטן האָבן נישט צעשטערט דעם דאָזיקן ראַיאָן אין 1968—1969, כּדי אויפֿצובויען דאָרטן אַ שאָסיי און אַ בריק איבערן טײַך דונײַ.
דער נײַער מאַרשרוט איז אָבער אויך, אין אַ געוויסן זין, אַ ווירטועלער פּראָיעקט. די טוריסטן קאָנען באַזוכן די ערטער, וווּ עס זענען אַמאָל געשטאַנען שילן, ייִדישע שולן, ייִדישע הײַזער און אַ ישיבֿה — הגם הײַנט איז דאָרטן גאָרנישט געבליבן דערפֿון. סוף יוני האָט זיאַק געעפֿנט דעם פּראָיעקט און געבראַכט אַ גרופּע סלאָוואַקישע מלוכישע באַאַמטע, דיפּלאָמאַטן, געשעפֿטסלײַט און פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה אויף אַ שפּאַציר איבער די דאָזיקע ערטער, אויפֿן סמך פֿונעם בוך מיטן נאָמען "די צעשטערטע ייִדישע בראַטיסלאַווע".
בעת דעם טור, האָט דער גרינדער פֿונעם פּראָיעקט דורכגעפֿירט די עפֿענונג־צערעמאָניע פֿונעם שיל־מאַקעט, וועלכער דינט ווי דער צענטער פֿונעם טוריסטישן מאַרשרוט. די אַלטע שיל, אין אַ מאַווריטאַנישן אָרנאַמענטאַלן סטיל, איז אויסגעבויט געוואָרן אינעם יאָר 1894, דורך דער אָרטיקער "נעאָלאָגישער" קהילה. די נעאָלאָגן זענען אַ מעסיקע אָרטיקע ווערסיע פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג.
הײַנט וווינען אין פּרעשבורג בערך 600 ייִדן. מיט עטלעכע טעג פֿאַר דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿונעם שיל־מאַקעט, האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה אָנגעהויבן אַן אייגענעם וויכטיקן פּראָיעקט — אַ קהילה־מוזיי בײַ דער ווײַבערשיל פֿון דער שיל אויף דער היידוקאָוואַ־גאַס. דאָס איז די איינציקע שיל אין דער שטאָט, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און דעם קאָמוניסטישן רעזשים. דער נײַער מוזיי ווײַזט פֿאַרשיידענע דאָקומענטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס און אַנדערע זאַכן וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון פּרעשבורג.
מאַראָש באָרסקי, דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּרעשבורגער ייִדישער קהילה, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז דער נײַער מוזיי דערציילט אַ מעשׂה וועגן דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע פֿון זײַן שטאָט, וועלכע גייט ווײַטער אָן — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס פֿונעם אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל איז גאָרנישט געבליבן.

פֿון רות עלען גרובער

interlingual Oshpitsin (far

interlingual Oshpitsin (far di informatsye fun di lezer) iz nisht gevesn der ofitsyele nomen fun dem shtetl, nor a nomen wos di yidn hoben gegeben di Poylishe shtet asoy wie Krakow iz keven Krukeh, Hrubieszow-Ribishoyf. Warszawa- Warsheh, Brzesc-Brisk, Poznan- Poyzn ,Gdansk-Dantsik un
hunderte andereh.

interlingual Oshpitsin (far

interlingual Oshpitsin (far di informatsye fun di lezer) iz nisht gevesn der ofitsyele nomen fun dem shtetl, nor a nomen wos di yidn hoben gegeben di Poylishe shtet asoy wie Krakow iz keven Krukeh, Hrubieszow-Ribishoyf. Warszawa- Warsheh, Brzesc-Brisk, Poznan- Poyzn ,Gdansk-Dantsik un
hunderte andereh.