דזשאָ אַלע — אַ ייִדיש מיידל פֿון ניו־זילאַנד, וועלכע באַטייליקט זיך אינעם אָלימפּישן זעגלערײַ־פֿאַרמעסט |
Credit: Getty Images |
אַזוי ווי ס׳רובֿ פֿון די אַנדערע 8,000 פֿאַקל־טרעגערס, האָט מען אויסגעקליבן לינדאָנען אויסצופֿילן די דאָזיקע בכּבֿודיקע מיסיע פֿאַר זײַן גוטער טעטיקייט. לינדאָן איז דער געוועזענער חזן פֿון דער לאָנדאָנער "ניו נאָרט"־שיל, וועלכע געהערט צו דער קאָנסערוואַטיווער אָדער "מסורתּי"־באַוועגונג. הונדערטער מתפּללים זענען אַרויסגעקומען אים צו שטיצן.
הרבֿ יונתן וויטענבערג האָט באַטאָנט אין אַ בליצפּאָסט, וואָס ער האָט צעשיקט צו די מיטגלידער פֿון דער שיל, אַז ער איז "קיינמאָל נישט געווען אַזוי זיכער, אַז עס וועט זיך פֿאַרזאַמלען אַ פֿריִיִקער מנין", ווי אין דעם טאָג, ווען לינדאָן האָט געטראָגן דאָס אָלימפּישע פֿײַער. ס׳איז געווען אַ גרויסע שׂימחה פֿאַר די מתפּללים צו זען זייער געוועזענעם חזן אַרויפֿלויפֿן אויפֿן בערגל, האַלטנדיק דעם ברענענדיקן פֿאַקל הויך מיט ביידע הענט, מיט אַ לוסטיקן שמייכל. ווען לינדאָן האָט זיך אָפּגעשטעלט און אָנגעצונדן דעם פֿאַקל פֿונעם פֿאָלגנדיקן טרעגער, האָט דער רבֿ געטראַכט, אַז אין אַזאַ מאָמענט וואָלט געווען כּדאַי צו מאַכן עפּעס אַ ברכה — אפֿשר, "להדליק נר של מענטשהייט".
עטלעכע צענדליק אַנדערע ייִדישע אַקטיוויסטן האָבן אויך באַקומען דעם כּבֿוד צו טראָגן דאָס פֿײַער פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, בעת דער צערעמאָניע, מיט וועלכער עס האָבן זיך געענפֿט די אינטערנאַציאָנאַלע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן. מע גיט איבער, אַז הונדערטער ייִדישע וואָלונטירן האָבן זיך באַטייליקן אין דער אָלימפּיאַדע אויף אַנדערע אופֿנים. דער בולטסטער סימן פֿונעם ייִדישן עלעמענט אויף דער אָלימפּיאַדע זענען אַ טוץ רבנים פֿון אַלע דענאָמינאַציעס, וועלכע באַדינען די גײַסטיקע באַדערפֿענישן פֿון די אַטלעטן, פּרעסע־פֿאָרשטייער, וואָלונטירן און אָלימפּיאַדע־מיטאַרבעטער, צוזאַמען מיט גײַסטיקע פֿירער פֿון אַנדערע רעליגיעס — בסך־הכּל 190 מענטשן.
אַלעקס גאָלדבערג, איינער פֿון די באַטייליקטע אָרטאָדאָקסישע רבנים, האָט דערקלערט, אַז די אָלימפּיאַדע־מענטשן ווענדן זיך כסדר צו אים. אַ טייל פֿילן זיך עלנט ווײַט פֿון דער היים אָדער איזאָלירט אין גרויסע בנינים, און ווילן פֿרעגן אַן עצה בײַ אַ רבֿ; אַ טייל האָבן איבערגעלעבט אַן ערנסטע קראַנקייט; און אַ טייל אַנדערע ווילן פּשוט כאַפּן אַ שמועס.
גאָלדבערג האָט איבערגעגעבן, אַז הגם זײַן מיסיע איז צו באַדינען אַלע מינים מענטשן, האָט ער שוין געטראָפֿן אַן ערך 100 ייִדן — דער עיקר, זשורנאַליסטן. אַפֿילו נישט־רעליגיעזע ייִדן זענען צופֿרידן צו זען אַ רבֿ צווישן דער אָלימפּיאַדע־מאַנשאַפֿט. במשך פֿון די לעצטע צוויי שבתים, וואָס גאָלדבערג האָט שוין פֿאַרבראַכט מיט דער אָלימפּישער חבֿרה, זענען אַ סך ייִדן געקומען צו אים נאָכן דאַוונען, כּדי אויסצוטרינקען אַ גלאָז קאַווע אָדער אָפּצועסן אַ שטיקל לעקעך.
די מעשׂה מיטן כּשרן עסן אינעם "אָלימפּישן פּאַרק" איז אָבער אַ ביסל קאָמפּליצירט. דוד קאָלמאַן, דער דירעקטאָר פֿון דער כּשרער פּראָדוקט־פֿירמע "הערמאָליס", האָט דערציילט, אַז זײַן קאָמפּאַניע האָט באַזאָרגט 25 ישׂראליקע ספּאָרטלער, וועלכע האָבן געמאָלדן, אַז זיי היטן אָפּ כּשרות, ווי אויך צוגעגרייט אַ טויזנט מאָלצײַטן פֿאַר זשורנאַליסטן, נאָך אַ טויזנט — פֿאַר וואָלנטירן און מיטאַרבעטער, און 500 מאָלצײַטן פֿאַר קאָרפּאָראַטיווע אונטערנעמונגען. אַחוץ דעם, ווערן כּשרע סענדוויטשן און הייסע מאָלצײַטן פֿאַרקויפֿט פֿאַר די אָלימפּיאַדע־באַזוכער בײַ געוויסע קרעמלעך אינעם פּאַרק.
פֿונדעסטוועגן, לויט די כּללים פֿון די אָלימפּיאַדע־שטיצער, האָבן די קראָמען נישט קיין רעכט צו פֿאַרשפּרייטן רעקלאַמעס פֿון כּשר עסן, און די שפּײַז־פּעקלעך מוזן זײַן אָן געוויינטלעכע סימנים פֿון די פּראָדוקט־פֿירמעס — הגם זיי מעגן האָבן אַ סימן פֿון כּשרות אָדער דעם מוסולמענישן "כאַלאַל".
קאָלמאַן האָט געטענהט, אַז ער ווייסט נישט אַליין, וווּ עס ווערט פֿאַרקויפֿט דער שפּײַז, וואָס זײַן פֿירמע האָט צוגעגרייט. ווען די באַזוכער בעטן אַ כּשרן מאכל אין אַ קאַפֿע, מוזן זיי פֿרעגן די הענדלער; האָפֿנטלעך, וועלן זיי עפּעס קאָנען קריגן אָדער געוווירן ווערן וועגן אַן אַנדער קראָם, וווּ מע קאָן אָפּעסן אַ כּשרע סעודה. די שפּײַז־פּראָדוצירער האָבן אָבער נישט קיין קאָנטראָל איבער דעם פֿאַרקויף.
די אָלימפּיאַדע האָט אויך צוגעצויגן אַ כוואַליע פֿון טוריסטן צו פֿאַרשיידענע ייִדישע ערטער אין לאָנדאָן. זשעניס לאָפּאַטקין, די אויספֿיר־פֿאַרוואַלטערין פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען בײַם לאָנדאָנער ייִדישן מוזיי, האָט באַטאָנט, אַז אַ סך מוזיי־באַזוכער קומען מיט אָלימפּישע פּאַסן, און זשורנאַליסטן פֿון אַזעלכע ווײַטע מקומות, ווי סינגאַפּור און האָנג־קאָנג, ווילן מאַכן אַ רעפּאָרטאַזש וועגן אַנדערע לאָנדאָנער מערקווירדיקייטן, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע אָביעקטן.
הרבֿ יונתן סאַקס, דער ענגלישער אָרטאָדאָקסישער הויפּט־רבֿ, האָט געשאַפֿן אַן אייגענע תּפֿילה לזכרון די ישׂראלדיקע ספּאָרטלער, וועלכע זענען אומגעקומען בעת דעם טעראָר־אַקט אויף דער אָלימפּיאַדע אין מינכן, מיט 40 יאָר צוריק. אַ סך ייִדישע קהילות אין ענגלאַנד האָבן דורכגעפֿירט ספּעציעלע אונטערנעמונגען לכּבֿוד די אָלימפּישע פֿאַרמעסטן, און געזאָגט ספּעציעלע תּפֿילות לטובֿת די ספּאָרטלער אָדער, למשל, דורכגעפֿירט אַ ספּעציעלן "אָלימפּישן קידוש", ווי עס האָט געטאָן די וווּדפֿאָרדער ליבעראַלע שיל.
צווישן די אָלימפּישע ספּאָרטלער טרעפֿן זיך אויך נישט ווייניק ייִדן, על־פּי־רובֿ ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער. נישט אַלע קומען אָבער פֿון די לענדער מיט אַ גרויסער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
דזשאָ אַלע, אַ 26־יאָריק ייִדיש מיידל פֿון ניו־זילאַנד, וועט זיך באַטייליקן אינעם פֿאַרמעסט פֿון פֿרויען־זעגלער. אַלעס עלטערן, שוקי און דניאלה, האָבן געלעבט אַ שטיקל צײַט אין ישׂראל; הײַנט וווינט די משפּחה אין זייער היימשטאָט, אָוקלאַנד, וווּ דזשאָס מאַמע איז געבוירן געוואָרן. איר טאַטע איז אַ געבוירענער ישׂראלי.
די ניו־זילאַנדישע ספּאָרטלערקע וועט זיך באַטייליקן אינעם פֿאַרמעסט צוזאַמען מיט איר מאַנשאַפֿט־פּאַרטנערקע, אָליוויאַ פּאָורי; זייער 470־סאַנטימעטערדיק זעגל־שיפֿל הייסט "מאָפּעט". בעת די אָלימפּישע שפּילן אינעם יאָר 2008, האָט אַלע באַקומען דאָס זיבעטע אָרט. הײַיאָר האָפֿן דזשאָ און אָליוויאַ צו געווינען דעם גאָלדענעם מעדאַל. זעקס אַנדערע מאַנשאַפֿטן האָבן אָבער אויך גוטע שאַנסן צו ווײַזן די בעסטע מײַסטערשאַפֿט אין זעגלערײַ.
אויפֿן סמך פֿון מרים שבֿיבֿ (ייִט״אַ)
און סימי לאַמפּערט (דער ענגלישער "פֿאָרווערטס")