ליבי אַסטייר, די מחברטע פֿון דרײַ דעטעקטיוו־ראָמאַנען, ווערט גערופֿן (פֿון זיך און אַנדערע) "די ייִדישע דזשיין אָסטין." הגם זי דאַרף אַריבערקומען שוועריקייטן, וואָס זײַנען נישט געוויינטלעך פֿאַר אַ שרײַבער אין דעם זשאַנער. אָט זײַנען די גרונט־כּללים אירע: 1. אויסמײַדן קיין מאָרדן אָדער אומזיסטע גוואַלד־מעשׂים. 2. נישטאָ קיין העלדן וואָס וועלן נישט תּשובֿה טאָן. 3. נישטאָ קיין גראָבע רייד אָדער אויסגעלאַסנקייט. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי שרײַבט נישט פֿאַרן זעלבן עולם וואָס ס׳לייענט דזשאַן גרישאַם. זי איז אַ שרײַבערין פֿאַר חרדישע פֿרויען.
בשעת אַן אַנומלדיקן אינטערוויו האָט זי אַ פֿרעג געטאָן, "קען דאָס זײַן גוטע ליטעראַטור? אַזוי מיין איך פּערזענלעך. צוליב דעם וואָס איך קען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף סעקס אָדער רציחה צו פֿאַרקויפֿן מײַנע ביכער, מוז איך שרײַבן אויפֿן אַלטמאָדישן שטייגער, ווי שאַפֿן לעבעדיקע העלדן, אַרײַנפֿלעכטן הומאָר, אָדער שילדערן היסטאָרישע פּעריאָדן אויף אַן איבערצײַגעוודיקן אופֿן."
די ליטעראַטור, געשאַפֿן פֿון גאָר פֿרומע פֿרויען איז שוין געוואָרן אַ זאַך פֿאַר זיך, מיט אייגענע סתּירות און סוקצעסן. ווי אַזוי קענען די פֿרויען, אײַנגעצוימט דורך כּללים און געזעלשאַפֿטלעכער סטרוקטור, געפֿינען שעפֿערישע פֿרײַהייט? ווי אַזוי לערנט מען זיך הײַנט אויס צו שאַפֿן, אָן צו שווימען אין דער פּאָפּ־קולטור? און וואָס לאָזט אונדז הערן זייער שרײַבערײַ וועגן זייער וועלט און דער ראָלע וואָס פֿרויען שפּילן אין איר?
די חרדישע זשורנאַלן זײַנען אַ שבת־לייענוואַרג פֿאַר אַ צאָל פֿרומע פֿאַמיליעס. "בינה" — אַזוי הייסט "די וועכנטלעכע מאַגאַזין פֿאַר דער ייִדישער פֿרוי" — און "משפּחה" גיט זיך אַרויס ווי "אַ ייִדישער פֿאַמיליע־מאַגאַזין." "עמי" איז דער "פּרעמיער ייִדישער זשורנאַל". אַלע, פּונקט ווי זייערע נעמען און לאָזונגען, גיבן אַליין איבער, זײַנען ענלעך: זיי זײַנען געצילעוועט אויף גאָר פֿרומע ייִדן, זײַנען פּראָפֿעסיאָנעלע אויסגאַבעס, און בעטן אַ מאָל אַן עצה בײַ רבנים וועגן וואָס מע זאָל יאָ, צי נישט, דרוקן, כאָטש די טאָג־טעגלעכע באַשלוסן ווערן אָנגענומען פֿון אַ פֿאַכמענערישן פּערסאָנאַל.
"זיי געבן דעם טאָן פֿאַר דער איצטיקער קולטור," זאָגט אסתּר העלער, אַ לאַנג־יאָריקע רעדאַקטאָרשע בײַ עטלעכע אויסגאַבעס און פֿאַרלאַגן, ווי אויך די רעדאַקטאָרשע פֿון "סופֿרת," אַ 500־נעמענדיקע בליץ־רשימה פֿון חרדישע שרײַבערינס.
רעכי פֿראַנקפֿורטער, אַ רעדאַקטאָרשע און מיט־אַרויסגעבערין בײַ "עמי" (איר מאַן איז דער צווייטער מיט־אַרויסגעבער) איז מסכּים, וועגן דער השפּעה פֿון פֿרויען אין דער גאָר פֿרומער ליטעראַרישער וועלט. "פֿון די פֿיר וויכטיקסטע חרדישע אויסגאַבעס, ווערן 3 אָנגעפֿירט פֿון אַ פֿרוי."
זי גלייבט אָבער, אַז ס׳איז בלויז אַן ענין פֿון "'דער בעסטער מאַן באַקומט די שטעלע’, נישט געקוקט אויף דעם, צי דער שרײַבער איז אַ מאַן, צי אַ פֿרוי. שושנה לעפּאָן, אַ 55־יאָריקע "אָפֿענע חרדי" פֿון רמתּ בית־שמש אין ירושלים, האָט ווידער אַן אַנדער דערקלערונג. "די שרײַבערײַ," זאָגט זי, "איז איינע פֿון די כּשרע קונסטן."
נאָכן אויספֿרעגן אַ צאָל אַזעלכע חרדישע שרײַבערינס, האָט זיך געשאַפֿן אַ שטיקל קאָנסענסוס וועגן דער געשיכטע פֿון זייער ליטעראַטור. פֿאַר 1999, מער ווייניקער, איז געווען ווייניק צו לייענען אָדער אַליין, אָדער מיט די קינדער. דעמאָלט האָט מען לאַנצירט אַ נײַעם זשורנאַל, "האָריזאָנטס," און צו ביסלעך האָט זיך צעוואַקסן די אַרויסגעבערײַ ביז ס׳איז געוואָרן די איצטיקע גערעטעניש: ביכער און מאַגאַזינס פֿאַר יעדן חלק פֿון דער חרדישער קהילה.
די שאַפֿערישע פֿרויען שרײַבן אויף פֿאַרשידן־מיניקע טעמעס און אין פֿאַרשיידענע סטילן. וורדא בראַנפֿמאַן, 61 יאָר אַלט, וווינט איצט אין ירושלים, כאָטש שטאַמען שטאַמט זי פֿון אַמעריקע. ווען זי איז פֿרום געוואָרן, האָט זי אויפֿגעהערט שרײַבן ביז איר מאַנס רבֿ האָט איר געגעבן צו וויסן, אַז זי "האָט אַ חיובֿ צו ניצן איר גאָב." איר איז קיין מאָל נישט געווען באַקוועם אַוועקצוגיין אין אַן "אייגענעם צימער" און שרײַבן, ווען די קינדער דאַרפֿן זי האָבן. האָט זי גענומען איר שויס־קאָמפּיוטער און געשריבן לעבן דער קיך, זי זאָל קענען צוגרייטן מאָלצייטן און זײַן דערבײַ פֿאַר די קינדערס וועגן. "אפֿשר איז דאָס די פֿאָדערונג פֿון אַ ייִדישער שרײַבערין," האָט זי געקלערט, "דאָס וואָס זי האַלט פֿאַר מער טײַער איר משפּחה און קהילה, איידער די לויבגעזאַנגען, סאַטיספֿאַקציעס, און כּיבודים פֿון איר פֿאַך."
איך האָב געפֿרעגט פֿראַנקפֿורטער, די מיט־רעדאַקטאָרין פֿון "עמי," צי זי מיינט, אַז די אויסגאַבע איז מחיובֿ זיך אָפּצוגעבן מיט פּראָבלעמען אין דער גאָר פֿרומער וועלט? די דאָזיקע צײַטשריפֿט איז צו מאָל נעגאַטיוו געשטימט קעגן דער נישט־פֿרומער וועלט. עס האָט זיך קונה־שם געווען צום שלעכטן מיט אַ הילע, וואָס ווײַזט אַ קאָמפּיוטער־מאָדיפֿיצירטע בילד פֿון "ווײַסן הויז", פֿאַרהאָנגען מיט נאַצי־פֿאָנען. איר מאַן האָט אַרויסגערופֿן נאָך אַ טומל מיטן שרײַבן אַן עדיטאָריאַל מיט די ווערטער, "רעליגיעזער כוליגאַניזם דורך דער געשיכטע איז נישט געווען לחלוטין אַ נעגאַטיווער פֿענאָמען בײַ ייִדן." וואָלט מען זיך אַזוי שטאַרק אַרויסגעזאָגט וואָס שײַך די אינעווייניקסטע ענינים פֿון דער קהילה? האָט פֿראַנקפֿורטער געזאָגט, "מיר זעען זיך נישט ווי אַ מיטל פֿאַר מוסר־רייד אָדער אַנטדעקונגען... נאָר ווי שתּדלנים און אַמבאַסאַדאָרן פֿאַר דער פֿרומער וועלט."
כ׳האָב זיך געריכט אויף אַן ענלעכן אָפּרוף מצד רות ליכטענשטיין, אַ פֿרוי וואָס מע באַצייכנט פֿאַר דער ייִדישער זשורנאַליסטקע בחסד־עליון, מיט ייִחוס (זי איז אַן אייניקל פֿונעם אַלטן גערער רבין, וואָס האָט געשטיצט די מאָדערנע פּרעסע ווי אַ מיטל צו שטאַרקן פֿרומקייט), ווי אויך ייִחוס־עצמו. זי האָט אָנגעשריבן ביכער אויף ענגליש און העברעיִש, און זי רעדאַקטירט די ענגלישע אויסגאַבע פֿון "המודיע". נאָר מרס. לעווי, ליכטענשטיינס סעקרעטאַרשע, האָט מיר געזאָגט מיט קלאָרע דיבורים און אַ היימישן אַקצענט, אַז איר בעל־הביתטע באַוויליקט נישט קיין אינטערוויוען.
טייל זעען זיך אָבער ווי דער עיקר שרײַבערינס און ערשט דערנאָך חרדים. "איך שרײַב ניט פֿאַר קיינעם חוץ מיר אַליין. ווען איך טו דאָס יאָ, זײַנען מײַנע מעשׂיות אויף צרות. מײַנע ווערטער זײַנען מײַנע ווערטער, מײַן לעבן איז מײַן לעבן," זאָגט רוחמה קינג, וואָס אירע שאַפֿונגען זײַנען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין "ניו-יאָרק טײַמס", "טאַבלעט", און "דזשויִש וויק", ווי אויך אין היימישע אויסגאַבעס. "איצט קענען מיר שוין זײַן אַ ביסל מער זיכער בײַ זיך," האָט לעפּאָן צוגעשטימט. "די פֿרומע קהילה איז זייער שטאַרק, קענען מיר דערלויבן די פֿרויען אויסצודריקן זייערע איבערלעבונגען."
זיי נאָרמאַליזירן דאָס וואָס בײַ אַנדערע איז אַ שאַנדע און אַ חרפּה: דאָס אַנטלויפֿן פֿון דער קהילה פֿון טייל חרדים. אַפֿילו דרײַ קינדער פֿון רות ליכטענשטיין זײַנען אַוועק. מנוחה לווין רופֿט זיך אָפּ אָבער: "יעדער משפּחה האָט אַ קינד וואָס ס׳איז אַראָפּ פֿון דרך. ס׳איז נישט קיין גרויסע גדולה." שושנה לעפּאָן זאָגט, אַז מע דאַרף אויך אָננעמען אַ מער בייגעוודיקן צוגאַנג צום אויפֿהאָדעווען קינדער. "די גאַנצע קהילה דאַרף האָבן מער זיכערקייט אין זיך. דאָס איז אויך חל אויף דער שרײַבערײַ. מיר קענען איבערגעבן די פּראָבלעמען, און ס׳וועט ניט זײַן אַזוי שרעקלעך."
אָבער אַפֿילו די חרדישע שרײַבערינס וואָס פֿילן זיך פֿרײַ אויסצודריקן זייערע איבערלעבונגען, טרעפֿן זיך אָן מיט די צוימען פֿון אַן אינעווייניקסטער צענזור. די אַלע שרײַבערינס וואָס כ׳האָב אינטערוויויִרט, האָבן אָנערקענט גרענעצן אויף דעם וואָס פֿרומע אויסגאַבעס וועלן דרוקן, נאָר ווייניק האָבן געוואָלט רעדן וועגן דעם בפֿרהסיה. צום בײַשפיל, טראָגן און האָבן זײַנען מחוץ די גרענעצן, אויב די מעשׂה-העלדן איז אַ צענערלינג, זאָגט מנוחה לווין. פֿאַראַן אָבער "אופֿנים זיך צו פאַררופֿן אויף די זאַכן אָן צו דערזאָגן אָפֿן."
ווי אַזוי זשע האָט זיך באַקומען אַזאַ קאָנצענטראַציע שרײַבערינס אין דער פֿרומער קהילה? זײַנען זיי געבוירענע צי געוואָרענע? פֿונעם גערער רבין, דער פּיאָנער פֿון די פֿרומע צײַטונגען, ביז די הײַנטיקע חרדישע פּוסקים וואָס צעשיקן הלכהשע תּשובֿות דורך טעקסטן, האָט די מאָדערנע אולטראַ־אָרטאָדאָקסיע זיך אַלע מאָל באַנוצט מיטן דרויסנדיקן טאַלאַנט. אַ סך פֿון די גאָר פֿרומע שרײַבערינס זײַנען בעלי־תּשובֿהטעס, און האָבן שוין געהאַט אַ דערפֿאַרונג אין שרײַבן נאָך איידער זיי זײַנען פֿרום געוואָרן. אַסטייר, די ייִדישע "דזשיין אָסטין," האָט זיך געלערנט פּאָעזיע אין אירע 20ער יאָרן בײַם "ניו־סקול" אין ניו־יאָרק; בראַנפֿמאַן איז געווען צווישן די גרינדערס פֿון מעין־פּאָעטן־פֿעסטיוואַל, און העלער האָט שטודירט קרעאַטיווע שרײַבערײַ אין קאָלעדזש. שוין אָפּגערעדט פֿון די פֿרויען ווי רוחמה קינג, וואָס שרײַבט אין ביידע וועלטן, און איז אַ פֿול מאַגיסטער־דיפּלאָמירטע אין די שיינע קונסטן.
עס קען זײַן, אַז די ליטעראַטור האָט זיך באַשאַפֿן אויפֿן שיידוועג פֿון פּאַסנדיקע היסטאָרישע כּוחות: אויף איין זײַט, דאָס צעוואַקסן זיך פֿון דער חרדישער ייִדישקייט, און אויף דער צווייטער זײַט, די דעצענטראַליזאַציע פֿון דער פֿאַרלאַג־אינדוסטריע. ביידע טענדענצן פֿאַרמערן די צאָל לייענער, און, מיט איין מאָל, די נייטיקייט פֿון אַ נײַעם "אינהאַלט", וואָס זאָל זיי באַפֿרידיקן אויף אַ פֿרומען אופֿן. אָן בעלי־תּשובֿה און זייער וועלטלעכע דערציִונג, קאָנען נישט זײַן גענוג שרײַבער. אַזאַ סתּירה, די פֿרומע פּרעסע, געבויט אויף די לערנפּלענער פֿון גויישע אוניווערסיטעטן, איז נישט קיין חידוש אין דער פֿרומער וועלט. נאָר דער אויפֿשטײַג פֿון די שרײַבערינס איז יאָ אַ ביז־אַהער אומגעהערטער פֿענאָמען. וואָס ס׳וועט פֿון זיי ווערן איז אַן ענין פֿאַרן מאָרגן.