עס פֿאַרענדיקט זיך אַ יאָר, וואָס האָט געקענט זײַן אָנגעזעטיקט מיט כּלערליי אונטערנעמונגען אין דער פֿאַרבינדונג מיט שלום-עליכמס 150סטן יובֿל. אמת, עס וואָלט געווען ניט ריכטיק צו טענהן, אַז מע האָט גאָרנישט ניט אויפֿגעטאָן. פֿון דעסטוועגן איז אין מאַרץ, אַרום דער צײַט פֿון שלום-עליכמס געבוירנטאָג, געווען אָרגאַניזירט אַן איינטאָגיקע קאָנפֿערענץ אין ניו-יאָרק, בײַם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר בשותּפֿות מיטן קאָלומביע-אוניווערסיטעט.
אין אָקטאָבער האָט אָפּגעזשומעט אַ גרעסערע אַקאַדעמישע צונויפֿקומעניש, אין לײַפּציג, בײַם אינסטיטוט וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון שלום-עליכמס פֿרײַנד, דעם ייִדישן היסטאָריקער שמעון דובנאָוו. אין אוקראַיִנע, בפֿרט אין קיִעוו-יעהופּעץ, האָט מען אויך ניט פֿאַרגעסן וועגן דעם ייִדישן קלאַסיקער. אַן אויסשטעלונג פֿון שלום-עליכמס ביכער איז געווען אין ביראָבידזשאַן. און נאָך עפּעס איז, בלי-ספֿק, פֿאָרגעקומען, אין אַנדערע שטעט און לענדער. שוין אָפּגעשמועסט פֿון אַ צאָל פּובליקאַציעס אין אונדזער צײַטונג.
דאָך קיין יאָר פֿון שלום-עליכמען איז 2009, צום באַדויערן, ניט געוואָרן. אַ סבֿרא, אַז דער אַקאַדעמישער, זשורנאַליסטישער און געזעלשאַפֿטלעכער אינטערעס צו אַזעלכע זאַכן איז אַ באַגרענעצטער. וואָס פֿאַר אַן אָרט פֿאַרנעמט — אַנטראָפּאָלאָגיש, אידעאָלאָגיש און עסטעטיש — דער ייִדישער שרײַבער אין הײַנטיקן לעבן? אַן אָרט פֿון דעם שרײַבער, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיטן "פֿידלער אויפֿן דאַך"? פֿאַר וואָס לייענט מען איצט אַזוי ווייניק זײַנע דערציילונגען און ראָמאַנען? ווײַל שלום-עליכמס ווערק האָבן ניט קיין ניבול-פּה, און ייִדישע זידלווערטער זײַנען איצט דווקא אין דער מאָדע?
הײַיאָר איז געווען אויך אַ קאָנקורענץ צווישן יובילעען. מע האָט דאָך ניט ווייניק ענערגיע אַרײַנגעלייגט אין דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. צונויפֿקומענישן, וועלכע זײַנען געווען אַזוי צי אַנדערש אַסאָציִיִרט מיט טשערנאָוויץ, האָבן געהאַט מער מזל. סײַ אין דער שטאָט טשערנאָוויץ גופֿא, סײַ אין אַזעלכע שטעט ווי טאָראָנטאָ און (די טעג) ירושלים האָט מען דורכגעפֿירט זיצונגען, מיט אַ סך אָנטיילנעמער.
וואָס שייך זידלווערטער, איז די שפּראַך עספּעראַנטאָ גאַנץ שלום-עליכמיש. ס׳איז דאָך אַ פּראָדוקט, וואָס איז תּחילת אַרויס סטעריל פֿון אַ שפּראַך-לאַבאָראַטאָריע. אָבער ניט געקוקט אויף דער סטירילער ציכטיקייט פֿון עספּעראַנטאָ, זײַנען אַרום דער שפּראַך הײַיאָר געווען ניט ווייניק אונטערנעמונגען. די זאַך איז, אַז מיט 150 יאָר צוריק, דעם 15טן דעצעמבער 1859, איז אין ביאַליסטאָק געבוירן געוואָרן לודוויג (לייזער) זאַמענהאָף, דער סאַמע הצלחהדיקער שאַפֿער פֿון אַ קינסטלעכער שפּראַך — עספּעראַנטאָ. קיין קלאָרע סטאַטיסטיק פֿון דעם עספּעראַנטאָ-רעדנדיקן עולם איז ניטאָ. מע שאַצט עס אָפּ צווישן 100 טויזנט און אַ פּאָר מיליאָן רעדער. עס זײַנען דאָ לײַט, וואָס האַלטן עספּעראַנטאָ פֿאַר זייער מאַמע-לשון. הקיצור, ס׳איז גאָר ניט שלעכט פֿאַר אַזאַ סבֿיבֿה.
מיר ווייסן, אַז זײַנע לינגוויסטישע זוכענישן האָט זאַמענהאָף אָנגעהויבן פֿון ייִדיש. אין עלטער פֿון צוואַנציק יאָר האָט ער אָנגעשריבן אַ גראַמאַטיק פֿון ייִדיש. אין איר האָט ער פֿאָרגעלייגט אויך אייניקע רעפֿאָרמען. קודם-כּל, האָט ער געהאַלטן, אַז מע האָט געדאַרפֿט זיך אָפּזאָגן פֿון ייִדישע אותיות און נוצן אַ שרײַב-סיסטעם, באַזירט אויף לאַטײַנישע אותיות. אים, ווי טויזנטער ייִדישע אינטעלעקטואַלן, האָט תּמיד געצויגן אָנצוּווענדן אינטערנאַציאָנאַליסטישע רעצעפּטן פֿאַר ייִדישע און אַנדערע שפּראַך-פּראָבלעמען, צו טאָן עפּעס מיטן תּוהו-ובֿוהו, אין וועלכן דער שפּראַך-רעפֿאָרמאַטאָר האָט געזען די סיבה פֿאַר קאָנפֿליקטן צווישן פֿעלקער.
אַ נאַיִווער חלום איז עס געווען. אין דער אמתן, האָט זאַמענהאָף געקענט פֿאַרשטיין נאָך אין זײַנע צײַטן, אַז די אמתע סיבות פֿאַר ערנסטע קאָנפֿליקטן זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך טיפֿער פֿון שפּראַך-פּראָבלעמען. ניט צו פֿאַרגלײַכן ממשותדיקער זײַנען קולטור-אונטערשיידן. אַפֿילו ווען מע רעדט די זעלבע שפּראַך, קען מען ניט אָפֿט מאָל געפֿינען קיין געמיינע שפּראַך. באַזונדערס, אויב איין צד זאָגט "שוואַרץ" און מיינט דערמיט "ווײַס". אין אַ היפּש ביסל אַעראָפּאָרטן פֿון דער וועלט זעט מען רעקלאַמעס פֿונעם באַנק HSBC, וועלכע דערמאָנען אונדז וועגן דעם מעגלעכן אונטערשייד צווישן דעם קלאַנג פֿון ווערטער און דעם באַטײַט זייערן.
ס׳איז טאַקע זייער וויכטיק צו פֿאַרשטיין דעם באַטײַט פֿון ווערטער. אויף ייִדיש ווערט עס אַלץ מער אַ פּראָבלעם, ווײַל טויזנטער ווערטער נוצט מען ניט מער, און אָפֿט מאָל האָט מען ניט קיין אַנונג, וואָס זיי מיינען. צוליב דעם דאַרף מען האָבן ווערטערביכער. וועלן מיר אין קורצן קענען אָפּמערקן נאָך איין יוביליי, דהײַנו: דרײַסיק יאָר זינט ס׳איז אַרויס דער פֿערטער באַנד פֿון דעם "גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך". האָבן מיר פֿיר בענד פֿאַרן אות "א". אַזוי אַז אויב די רייד גייט וועגן אַ וואָרט, וואָס הייבט זיך אָן פֿון אַן "א", קען מען זיך ווענדן צו אַ פֿאַרלאָזלעכן קוואַל און זוכן דאָרטן אַן ענטפֿער אויף אַ לעקסיקאָגראַפֿישער פֿראַגע. וואָס שייך אַנדערע ווערטער, איז עס שוין, דאַכט זיך, אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך. וועלן מיר פּשוט פּראַווען יובילעען. דאָס ווערטערבוך איז געוואָרן, להבֿדיל, אַ ייִדישער קלויסטער פֿון סאַגראַדאַ פֿאַמיליאַ, וואָס מע בויט אין באַרצעלאָנע זינט דעם יאָר 1882.