|
שיין בייקער |
|
ליבע פֿרײַנד, נאָך דעם ווי איך האָב איבערגעלייענט דאָס ענגלישע אַרטיקעלע אין דער "ניו־יאָרק פּאָסט," פֿון זיבעטן נאָוועמבער 2009, בין איך טאַקע אַוועק זען "די גרויסע באָבקעס" וואָס שפּילט איצט אינעם בנין פֿון "אַרבעטער־רינג." געוואָלט זען מיט די אייגענע אויגן אין וואָס ס׳באַשטייט די גרויסע גראַטשקע. הייסט עס, אַז מיר פֿאַרמאָגן אין ניו־יאָרק צוויי ייִדישע טרופּעס, "די גרויסע באָבקעס" מיט "די קליינע באָבקעס," און ווען עס קומט צו די עטאַבלירטע גרויסע "באָבקעס" האָב איך אַלע מאָל געטראַכט וועגן דעם גרויסן באַרג וואָס האָט געבוירן אַ קליין מײַזעלע.
דער זשורנאַליסט פֿון דער "ניו־יאָרק פּאָסט", דאַן קאַפּלאַן, קען בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטיין אין וואָס ס׳האַנדלט זיך ווען עס רעדט זיך וועגן ייִדישן טעאַטער וואָס דאַוונט כּל־נדרי, האָט ער געכאַפּט אַ שמועס מיט ביידע "באָבקעס" — סײַ די גרויסע און סײַ די קליינע. און מיט קליינע, מיין איך די מיני־"גרויסע באָבקעס." דער מיני־באָבקעס־טרופּקעלע רופֿט זיך דער "נײַער רעפּ" (רעפּערטואַר), וואָס האָט זיך צוגעשטעלט צום רבינס טיש פֿון ייִדישן טעאַטער ערשט מיט אַ צוויי יאָר צוריק, און מיט זייער ערשטן אַרויסטריט האָבן זיי צוגעגרייט אַ ייִדישע וואָדעוויל־עקסקורסיע און עס האָט שטאַרק אויסגענומען. צווישן די אַקטיאָרן זײַנע ס׳רובֿ פֿון זיי מיר באַקאַנט, און כ׳מוז אײַך זאָגן, אַז מ׳קען זיי פֿאַררעכענען פֿון די גאָר בעסערע טאַלאַנטן וואָס מיר פֿאַרמאָגן הײַנט צו טאָג דאָ אין ניו־יאָרק. צווישן זיי אַלען ריקמאַן, וועלכער איז אויך דער אינאָוואַטאָר פֿון דעם נײַעם "רעפּ," זײַן פֿרוי יעלענאַ שמולענסאָן, אַ פּרעכטיקע אַקטריסעלע און פֿײַנע זינגערין, סטיוו סטערנער, אַקאָמפּאַנירט אויף דער פּיאַנע, און אַחוץ דעם קען ער די בינעקונסט ווי זײַנע שפּילנדיקע צען פֿינגער. מיר פֿאַרמאָגן אויך אַ יונגן־מאַן, גאָרנישט קיין ייִד, און הייסן הייסט ער, שיין בייקער, וועלכער האָט זיך אויסגעלערנט אַ פּרעכטיקן ייִדיש. ער איז נישט נאָר אָנגעגריפֿן מיטן ווירוס פֿון דער בינעקונסט, נאָר ער פֿאַרטרעט אויך אַ בכּבֿודיקע שטעלע בײַם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס.
און ווײַטער. עס זײַנען פֿאַראַן בײַ אונדז אַזעלכע וווּנדערלעכע אַקטיאָרן ווי מײַק בורשטיין, עלינאָר ריסאַ. צווישן זיי לאָז איך אַלע מאָל אויס מײַן אַבֿרהמעלע (אַבֿי) האָפֿמאַן, דזשאָען באָרץ, די פּרעכטיקע, ערנסטע אַקטריסע ווי סוזאַן טאָרען און דעם זינגפֿויגל פֿון צווישן זיי רייטשל באָטשאַן. מיר פֿאַרמאָגן דעם קאָמישסטן פֿון זיי אַלע זישע קאַרלאָו, און אַ חיים וואָלפֿן, וואָס ער טויג זיך אויס אין די קליינע אותיותלעך פֿון אונדזער קונסט. און נישט נאָר דאָס. איך בין אונטערן אײַנדרוק, אַז ווען מען גיט אַ קוועטש אויפֿן "Google," קען מען געפֿינען נאָך אַ טוץ אַנדערע טאַלאַנטירטע ייִדישע אַקטיאָרן און אַקטריסעס. דער עיקר, ס׳רובֿ פֿון די וואָס איך האָב אויבן דערמאָנט, זײַנען צווישן די צוואַנציקער און פֿופֿציקער יאָרן.
און דאָ וועל איך פּאַראַפֿראַזירן וואָס עס טענהט דער זשורנאַליסט פֿון דער "פּאָסט." דאָס עופֿעלע וואָס האַלט זיך קוים אויף די פֿיסלעך איז נישט מער ווי צוויי יאָר אַלט און רופֿט זיך "ייִדיש רעפּ." זעט אויס, אַז דער עטאַבלירטער ייִדישער טעאַטער מאַכט אָן אַ גרויסע זאַווערוכע. און דאָ ציטירט ער די רייד פֿונעם אַרטיסטישן דירעקטאָר פֿונעם עטאַבלירטן טעאַטער, וועלכער איז אויסער זיך פֿאַר כּעס. נעמלעך, אַז די נײַסטע כוואַליע ייִדישע אַקטיאָרן האָבן געהאַט די חוצפּה און די העזה, צו עפֿענען זייער פֿאָרשטעלונג דעם זעלבן טאָג וואָס דער עטאַבלירטער טעאַטער האָט באַשטימט פֿאַר זייער עפֿענונג. פֿאַרשטייט זיך, אַז "באָבקעס" צו "באָבקעס" קען מען נישט פֿאַרגלײַכן, אַז קליינע באָבקעס לייגן אַן איי אויף מיטוואָך, איז שאַ־שטיל. אָבער ווען די גרויסע באָבקעס מאַכן שבת פֿאַר זיך, פֿילט מען עס איבער דער לענג און ברייט פֿון דעם קוים־זשיפּענדיקן ייִדיש־רעדנדיקן ייִדישן קוואַרטאַל.
אין דער אמתן, פּאַראַפֿראַזיר איך ווײַטער. פֿאַרענטפֿערן זיך די קליינע "באָבקעס," אַז זיי פֿאַרמאָגן קוים זעכציק זיצפּלעצער אין זייער געדונגענעם זאַל אינעם בנין פֿון "אַרבעטער־רינג," בשעת די גרויסע "באָבקעס" קענען זיך מישטיינס געזאָגט, בשום־אופֿן נישט ספּראַווען מיט זייער רוגזה, הלמאַי זיי, די קליינע באָבקעס, וואַגן אויפֿצוטרעטן בכלל. זעט אויס, אַז זיי ווילן אויך אַ קרישקע פֿון די שיריים, און אַנשטאָט זײַן צופֿרידן אַז ס׳איז פֿאַראַן נאָך אַ טרופּקעלע וואָס וויל שפּילן ייִדיש טעאַטער אין דעם בידנעם ייִדישן ניו־יאָרק, האַלטן עס די גרויסע באָבקעס פֿאַר אַ קאָנקורענץ; אַז אָך און וויי אויף אונדזערע ביידע הײַזער. און זיי פֿאַרענדיקן מיט די רייד:
"מיר וואָלטן בכלל נישט גערופֿן די נײַע גרופּקע 'ייִדיש טעאַטער.’ זיי שפּילן דאָך נישט מער ווי פֿאַר אַ טוץ מענטשן. און אפֿשר צוויי טוץ."
און דאָ וואַרפֿט זיך בפֿירוש דאָס נישט פֿאַרגינען יענעם דעם ערשטן אָטעם פֿון אַ פּרוּוו.
דער מחבר פֿונעם אַרטיקעלע וואָס ציטירט די ביידע צדדים, קען זיך אַליין נישט שענקען וואָס די ייִדישע בינע, וועלכע האָט אַמאָל געשמט אין דער וועלט, איז צו ביסלעך אַנטרונען געוואָרן צוליב כּמה־וכּמה טעמים. און, דער עיקר, טענהט ער, ווי קומט עס וואָס די "גרויסע באָבקעס," זאָלן זיך אַזוי ציניש באַציִען צו נײַע פּרוּוון מצד די "קליינע באָבקעלעך". ער שרײַבט גלײַך אין אָנהייב פֿון זײַן שמועס, אַז די "גרויסע באָבקעס" האָבן גלײַך אין אָנהייב פֿון דעם שמועס דערקלערט:
"מיר האָבן אַפֿילו נישט געהערט פֿון די קליינע באָבקעס. זיי זײַנען דאָך נישט מער ווי אַ 'פֿרינדזש’. ס׳הייסט, אויף דער פּעריפֿעריע, אויפֿן ראַנד פֿון דער געזעלשאַפֿט אויף דער ייִדישער גאַס, און עס וואָלט געווען אַ פֿעלשונג פֿאַר דער 'ניו־יאָרק פּאָסט’ צו שרײַבן, אַז עס זײַנען פֿאַראַן צוויי ייִדישע טעאַטערס."
ביז אַהער די קליינע ציטאַטן פֿון אַ זשורנאַליסט אין דער ענגלישער צײַטונג. דער אמת איז, אַז די חבֿרה ייִדישע אַקטיאָרן וואָס זײַנען פֿאַרבליבן אין דער בראַנזשע, קוקן זיך אויס די אויגן צו שפּילן ייִדיש טעאַטער, און אַזוי ווי מען טוט זיי אַוועקיאָגן פֿונעם "רבינס טיש..." האָבן זיי מורא צו עפֿענען ס׳מויל. אפֿשר וועלן זיי אָנווערן אַ "דזשאַב." הײַנט טענהט שוין די וועלט, אַז די גרויסע באָבקעס פֿאַרמאָגן אַ מאָנאָפּאָל, און כּל־זמן קיין ייִדישע אָרגאַניזאַציע שטיצט נישט די קליינע טרופּע, ווילן בעסער די געלטגעבער צושטיין צו דעם מאָנאָפּאָל.
און איצט וועל איך צוטרעטן צו דער "פֿרינדזש"־פֿאָרשטעלונג פֿונעם נײַעם רעפּערטואַר־טעאַטער, וואָס זייער צווייטע פֿאָרשטעלונג רופֿט זיך "די גרויסע באָבקעס." געגרינדעט דעם "רעפּ" האָט אַלען ריקמאַן, אַ געראָטענער אַקטיאָר. ער האָט צוגעצויגן צו זיך נישט קיין נאָווינע אויף דער ייִדישער בינע אַזעלכע אַקטיאָרן ווי שיין בייקער, סטיוו סטערנער א״אַנד. זייער צוגאַנג איז אינאָוואַציע, אַדאַפּטאַציע, אַ נײַער שעפֿערישער צוגאַנג, און דאָס דווקא געפֿעלט מיר. מיר געפֿעלט נישט דער נאָמען "באָבקעס" אין טיטל, ווײַל ס׳האָט נישט קיין ייִדישן טעם. עס קען געמאָלט זײַן, אַז פֿאַר אַ ייִנגערן אַמעריקאַנער עולם איז עס אַ באַקאַנט וואָרט.
אין וואָס זשע האַנדלט זיך די גאַנצע פּרעזענטאַציע? הערט און שטוינט. אַזוי ווי שיין בייקער איז גאָרנישט קיין ייִד, האָט ער זיך אויסגעלערנט אַ פּרעכטיקן ייִדיש, פֿאַרברענגט אַ צײַט אין דער געזעלשאַפֿט פֿון יוסף בולאָפֿס פֿרוי, מיט דער גראַציעזער און אינטעליגענטער, שוין עלטערער אַקטריסע — ליובאַ קאַדיסאָן. האָט ליובאַ אים באַקענט מיט איר רײַכן ייִדישן רעפּערטואַר. האָט שיין בערטראַם בייקער, צוזאַמען מיט אַלען ריקמאַנען צונויפֿגעשטעלט אַן אינטערעסאַנטע פּראָגראַם וואָס אַזוינס וואָלט מיר קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן.
ס׳איז אַ מין פּאָרטרעט פֿון אַזאַ קריסטלעכן בחור ווי שיין בערטראַם בייקער, זײַן אָפּשטאַם, זײַן לעבן נישט אין קיין ייִדישער סבֿיבֿה, מסתּמא קיין מאָל נישט געהערט פֿון קיין ייִדן, וועגן דער ייִדישער קולטור און זיכער נישט פֿונעם ייִדישן טעאַטער. און דאָ איז ער אַרײַנגעפֿאַלן אין גאָר אַ פֿרעמדער סבֿיבֿה וואָס ער האָט זיך אין איר אַרײַנגעלעבט. דאָס אונטערקעפּל פֿון דער פּרעזענטאַציע שטרײַכט אונטער, אַז דאָס איז נישט מער און נישט ווייניקער "אַ קאָמפּלעטער גוייִשער וועגווײַזער צום ייִדישן וואָדעוויל." זיי אַליין לאָזן אײַך וויסן אין דער פּראָגראַמקע, אַז די פֿאָרשטעלונג באַשטייט פֿון ביליקע וויצן, כּישוף־מאַכערײַקעס, היפּנאָטיזם, נישט קיין אָנגענעמע מעשׁיות, טראַנסוועסטײַטס. אַ ייִדישע אָקסנקאַמף־פּאָעמע וכ׳!
און אַזוי ווי דאָס ייִדישע טעאַטער איז אַלע מאָל באַשטאַנען פֿון גאָלער און אפֿשר פֿאַרשטעלטער צניעות, לגמרי אויף דער ייִדישער שפּראַך, אָן וווּלגאַריזמען, באַזירט אויף קולטורעלן הומאָר, מיט אויסצוגן פֿון קינסטלערישן אָפּקלײַב, דערפֿאַר טאַקע דאַרף מען זײַן אַרײַנגעטאָן און באַקאַנט מיטן גוטן ייִדישן הומאָר פֿון אַ משה נאַדיר און דעם לעבעדיקן, מיטן סובטילן קאָמיזם פֿון אַ ישׁראל מה־יפֿית וווּנדערלעכע, גאָר קורצינקע לאַכערײַקעס און יוסף קאָטלערס אָפּקלײַב פֿון פֿאַנטאַסטישע רײַזעס. דאָס האָט געהייסן ייִדישער הומאָר און פֿון זיי דאַרף מען שעפּן.
פֿון ענגליש־ייִדישן הומאָר, קען מען נישט פֿאַרקוקן סעם לעווינסאָנס ביאָגראַפֿישע ווערק צוזאַמען מיט זײַן "אַ קאָמפּלעטער וועגווײַזער צום גרונט־ייִדיש," לעאָ ראָסטנס (פֿון דזשוי אָוו ייִדיש), "די דערציִונג פֿון הײַמאַן קאַפּלאַן," אַבֿרהם שולמאַנס "אין אַ רעפֿאָרמירטן טעמפּל," ברוך לומעטס (דעם טאַטן פֿונעם באַרימטן האָליוווּדער פֿילם־דירעקטאָר — סידני לומעט) "מײַן פּלאַן צו הרגענען הערין." נישט פֿאַרזאַמען אַזאַ הומאָריסט ווי יוסף טונקעל. דעם טונקעלערס קורצע קאָמישע ווערק, און דאָס האָב איך אַפֿילו אויפֿן שפּיץ מעסער נישט אָנגערירט דעם ריזיקן באַגאַזש וואָס מיר פֿאַרמאָגן סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש. אָבער דערצו מוז מען זײַן אַרײַנגעטאָן אין די אויבן־דערמאָנטע ווערק.
האַלטן מיר, הייסט עס, בײַ די "באָבקעס," און איך מוז אײַך זאָגן, אַז דורך די אַלע עפּיזאָדלעך האָט זיך אויסגעשיילט דער דראַנג צו ייִדיש טעאַטער. אָבער עס מוז דאָ שטעקן ערגעץ אַ וואָג וואָס מעסט וואָס איז גוט און וואָס עס טויג נישט. איך געדענק מײַנע שמועסן מיטן באַרימטן אימפּרעסאַריאָ יוסף פּאַפּ, פֿון שעקספּיר־פֿעסטיוואַל־־פּאָבליק־טעאַטער. ער האָט מיר צו וויסן געטאָן גלײַך פֿון אָנהייב:
"מרים! איך זוך קוואַליטעט."
די אַלע גרופּקעלעך און גרופּקעס וואָס לאַשטשען זיך צו שפּילן ייִדיש טעאַטער, און אַפֿילו די וואָס פֿאַרנעמען זיך הײַנט צו טאָג מיט ייִדיש טעאַטער, ציטערן פֿאַר אַ גוט אויג און דערמיט מיין איך נישט קיין עין־הרע, נאָר אַ קוואַליפֿיצירטן מענטש, וואָס קען זיך אין דער בראַנזשע פֿון ייִדישער קונסט; וועלכער זאָל קענען אַדורכקוקן דעם אָפּגעקליבענעם מאַטעריאַל, געבן עצות, פֿאַרריכטן די גרײַזן אין דער שפּראַך. און, דער עיקר, אמתע קונסט אימפּאָנירט סײַ די ייִדן און סײַ די גויים.
און דאָס וואָס די חבֿרה פֿון "רעפּ"־טעאַטער האָט גלײַך פֿון אָנהייב אַראָפּגעריסן און געמאַכט קרעפּל־פֿלייש פֿון זייער אייגענעם אָפּקלײַב פֿון מאַטעריאַל, איז אַ סימן פֿון שוואַכקייט. אויב מען קריטיקירט זיך שוין אַליין און מען וואַרט נישט אויף דער דרויסנדיקער קריטיק, מוז מען פֿאַרריכטן, מען טאָר נישט ווײַזן דעם צושויער אַ האַלבע אַרבעט נאָך אַ מאָל. די איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג "די גרויסע באָבקעס" פֿאַרפֿאַסט פֿון שיין בייקער און אַלען ריקמאַן, איז אונטער דער השגחה פֿונעם אַרטיסטישן דירעקטאָר דוד מאַנדלבוים, מוזיק — אונטער דער לייטונג פֿון סטיוו סטערנער, די שיינע קאָסטיומען האָט צוגעגרייט גייל קופּער־העכט, די בינע־דעקאָראַציעס האָט צוגעלייגט מיט אַ פֿאַכמענישער האַנט — דזשאָרדזש קסענאָס. אויף די צימבלען האָט געצימבלט מעט טעמקין.
עס שפּילט אין "אַרבעטער־רינג"־טעאַטער־זאַל, 45 איסט, 33סטע גאַס. נאָך בילעטן שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט ליז עקערט דורך טעלעפֿאָן: 2249־306 (917).