ליטעראַטור
וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי. געזאַמלטע ווערק אין נײַן בענד. באַנד 1׃ ראָמאַנען און דערציילונגען
(מינסק׃ מעט, 2007).
באַנד 2, בוך 1׃ פּראָזע, פּובליציסטיק, רעפּאָרטאַזשן, 1897—1901 (מינסק׃ מעט, 2008).
וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי. געזאַמלטע ווערק אין נײַן בענד. באַנד 1׃ ראָמאַנען און דערציילונגען
(מינסק׃ מעט, 2007).
באַנד 2, בוך 1׃ פּראָזע, פּובליציסטיק, רעפּאָרטאַזשן, 1897—1901 (מינסק׃ מעט, 2008).

דער מינסקער פֿאַרלאַג "מעט" האָט זיך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק גענומען פֿאַר אַן אַמביציעזן פּראָיעקט פֿון אַרויסגעבן די געזאַמלטע רוסישע ווערק פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי. לכתּחילה האָט מען געהאַט בדעה זיך צו באַגרענעצן מיט פֿינף בענד, דערנאָך האָט זיך דער פֿאַרנעם צעוואַקסן ביז נײַן בענד. עד־היום זײַנען אַרויס צוויי ביכער. דער ערשטער באַנד נעמט אַרײַן די מער אָדער ווײַניקער באַקאַנטע פּראָזע־ווערק׃ די ראָמאַנען "שמשון דער נזיר" און "פֿינף" און אַ ריי דערציילונגען.

דער צווייטער באַנד באַקענט דעם הײַנטיקן לייענער מיט זשאַבאָטינסקיס זשורנאַליסטיק. צוליב דעם גרויסן פֿאַרנעם פֿונעם מאַטעריאַל האָט די רעדאַקציע צעטיילט דעם דאָזיקן באַנד אין צוויי ביכער. דאָס ערשטע בוך, וואָס פֿאַרמאָגט מער ווי אַכט הונדערט זײַטן, דעקט בלויז די ערשטע פֿינף יאָר (1897—1901) פֿון זשאַבאָטינסקיס זשורנאַליסטישער טעטיקייט.

דאָס רובֿ זײַנען זיי רעפּאָרטאַזשן פֿאַר דער צײַטונג "אָדעסער נײַעס" געשיקט פֿון איטאַליע, וווּ זשאַבאָטינסקי האָט פֿאַרבראַכט בערך דרײַ יאָר. ער האָט געשריבן וועגן כּלערליי אַספּעקטן פֿון איטאַליענישן לעבן׃ טעאַטער, ליטעראַטור, פּאָליטיק און סתּם לעבנס־שטייגער. אין די דאָזיקע אַרטיקלען האָט זשאַבאָטינסקי ניט נאָר אויסגעשליפֿן זײַן ליטעראַרישן סטיל, אָבער אויך אַנטוויקלט זײַן אייגנאַרטיקן וועלטבאַנעם, וואָס איז שפּעטער געוואָרן דער יסוד פֿון זײַן ציוניסטישער אידעאָלאָגיע.

די ייִדישע טעמע פֿאַרנעמט אין די דאָזיקע קאָרעספּאָנדענצן אַ קנאַפּן אָרט. בלויז איין אַרטיקל איז געווידמעט דעם געטאָ און רוים, וואָס זשאַבאָטינסקי באַשרײַבט ווי אַ טוריסטישע מערקווירדיקייט. ער באַמערקט, אַז זינט דעם, ווי די איטאַליענישע רעגירונג האָט געגעבן די איטאַליענישע ייִדן פֿולע בירגערלעכע רעכט, ווערן אַלע אונטערשידן צווישן ייִדן און ניט־ייִדן אויסגעמעקט.

אַ סך מער אינטערעס דערווײַזט דער יונגער זשאַבאָטינסקי צו די פּראָבלעמען פֿון דער איטאַליענישער און אייראָפּעיִשער פּאָליטיק. ער האָט ניט קיין סימפּאַטיע צו דײַטשלאַנד און בכּלל צו גרויסע און שטאַרקע מלוכות. ווי אַ תּושבֿ פֿון אָדעס פֿילט ער זיך ניט היימיש אין דער ריזיקער רוסישער אימפּעריע מיט דער הויפּטשטאָט אינעם קאַלטן פּעטערבורג. זײַן האַרץ האָט געהערט צו קליינע פֿעלקער, וואָס האָבן דעמאָלט ניט געהאַט קיין אייגענע מלוכה, אַזעלכע ווי אוקראַיִנער און פּאָליאַקן. פֿון דעם דאָזיקן געפֿיל וועט שפּעטער אַרויסוואַקסן זײַן מין ציוניזם, אָבער דערווײַל האָט ער אַנדערע אינטערעסן.

אַ סך אַרטיקלען זײַנען געווידמעט דעם טעאַטער. זשאַבאָטינסקי איז געווען אַ הייסער חסיד פֿון דער איטאַליענישער אָפּערע, און האָט באַזאָרגט זײַן אָדעסער לייענערשאַפֿט מיט פּרטימדיקע באַריכטן וועגן איטאַליענישע פּרעמיערעס און נײַע זינגער. אָדעס האָט שטאָלצירט מיט דער אייגענער איטאַליענישער אָפּערע, וואָס איז געווען אַ צייכן פֿון דעם אייגנאַרטיקן קולטורעלן כאַראַקטער פֿון דער שטאָט. זשאַבאָטינסקי האָט געהאַלטן, אַז די שטימען פֿון איטאַליענישע זינגער זײַנען בטבֿע בעסער איידער פֿון די רוסישע. די רוסישע אָפּערע איז אפֿשר געווען גוט פֿאַרן פּעטערבורגער עולם, אָבער זי האָט ניט געפּאַסט פֿאַר די אָדעסער פֿײַנשמעקער.

אָבער זשאַבאָטינסקי האָט געהאַט אַ סך דרך־ארץ פֿאַר דער רוסישער ליטעראַטור און דראַמאַטישן טעאַטער, און האָט פֿון מאָל צו מאָל געשריבן וועגן דעם פֿאַר דער איטאַליענישער פּרעסע. אינעם ערשטן בוך פֿונעם צווייטן באַנד געפֿינט מען אַן אינטערעסאַנטן עסיי "אַנטאָן טשעכאָוו און מאַקסים גאָרקי׃ אימפּרעסיאָניזם אין דער רוסישער ליטעראַטור", וואָס באַקענען דעם איטאַליענישן לייענער מיט צוויי באַרימטע רוסישע מחברים פֿון יענער צײַט.

זשאַבאָטינסקי טײַטשט אויס טשעכאָווס און גאָרקיס שאַפֿונג ווי צוויי קעגנזײַטיקע טענדענצן אין דער רוסישער ליטעראַטור. טשעכאָוו איז אַ מײַסטער פֿון פּאַסיווער "שטימונג", בעת גאָרקי שאַפֿט שטאַרקע און אַקטיווע כאַראַקטערן. זשאַבאָטינסקי שאַצט אָפּ טשעכאָווס ליטעראַרישע מײַסטערשאַפֿט, אָבער גאָרקיס העלדן זײַנען אים מער צום האַרצן. דאַכט זיך, אַז גאָרקיס פֿריִערע ווערק, וואָס קאָמבינירן די רעוואָלוציאָנערע ראָמאַנטיק מיט זוכענישן נאָך אַ נײַעם ניצשעאַנישן "איבערמענטש" האָבן געהאַט אַ געוויסע השפּעה אויף זשאַבאָטינסקין ווי אַ שרײַבער און אַ דענקער.

די פּובליקאַציע פֿון די ערשטע צוויי בענד פֿון דער נײַער אויסגאַבע האָט גורם געווען פֿאַרשידענע אָפּרופֿן אין רוסלאַנד. אַזוי ווי מיט הונדערט יאָר צוריק, שאַצט מען זשאַבאָטינסקי אָפּ קודם־כּל אין הסכּם מיט דער אייגענער פּאָזיציע לגבי ייִדישער נאַציאָנאַלער קולטור און אַסימילאַציע. די "נאַציאָנאַליסטן" האַלטן אים פֿאַר אַ טאַלענטירטן ליטעראַט, וועמענס בײַטראָג אין דער רוסישער קולטור איז נאָך ניט אָפּגעשאַצט געוואָרן ווי עס געהערט צו זײַן, ווײַל ער פּאַסט ניט אַרײַן אין דער הויפּטשטראָמיקער רוסישער ליטעראַרישער טראַדיציע.

"די קוואַלן פֿון זשאַבאָטינסקיס שעפֿערישקייט דאַרף מען זוכן ניט אין דער רוסישער ליטעראַטור, נאָר אין די ליטעראַטורן פֿון מערבֿ־אייראָפּע" — דערקלערט פּראָפֿעסאָר וולאַדימיר חזן פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דער צד־שכּנגד איז מער קריטיש. "אַ זשורנאַליסט, וואָס איז קיין מאָל ניט געוואַקסן צו ווערן אַ שרײַבער; אַן אָדעסיט, וואָס איז קיין מאָל ניט געוואָרן אַ וועלט־בירגער" — דאָס איז די דעה פֿון דמיטרי ביקאָוו, אַ פּראָוואָקאַטאָרישער רוסישער שרײַבער, וואָס פֿאַרטיידיקט די אידעע פֿון ייִדישער אַסימילאַציע אין הײַנטיקן רוסלאַנד.

ווען מען לייענט זשאַבאָטינסקיס זשורנאַליסטישע ירושה, דאַכט זיך, אַז די ביידע מיינונגען זײַנען באַרעכטיקט. פֿון איין זײַט, איז זשאַבאָטינסקי איינער פֿון די אָבֿות פֿון דער "דרומדיקער" שיטה אין דער רוסישער ליטעראַטור, וואָס זייער גרעסטער פֿאָרשטייער איז יצחק באַבעל, און אין דעם זין איז זשאַבאָטינסקי פֿריש און אָריגינעל. פֿון דער אַנדערער זײַט, זעט מען די קלאָרע גרענעצן פֿון זשאַבאָטינסקיס ליטעראַרישן טאַלאַנט. ווי אַ רוסישער שרײַבער איז זשאַבאָטינסקי פֿאַרבליבן אויף דעם דרומדיקן ראַנד פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. דער מיטללענדישער ים איז פֿאַר אים תּמיד געווען נענטער איידער דער באַלטישער, און זײַן ציוניזם וואַקסט נאַטירלעך פֿון זײַן אָרטיקן אָדעסער פּאַטריאָטיזם.