ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט

אַ נע־ונדישע דוינע

איציק מאַנגערן מיט בענקשאַפֿט
בלאָער הימל, ביטערגראָז...
איך בין שיכּור און זאָרגלאָז.
כ׳זיץ אין שענקל, זשליאָקע ווײַן
און פֿאַרבײַס מיט ליבעפּײַן.
ביטערגראָז, אוי, ביטערגראָז,
כ׳בין אויף הפֿקר, כ׳בין היימלאָז.
שלאָפֿן שלאָף איך אויף דער ערד
אויף דער פּאַשע לעם די פֿערד,
לעם די פֿערד און לעם די שאָף,
זיס און ביטער איז מײַן שלאָף.
ביטערגראָז, אוי, ביטערגראָז,
כ׳האָב געטרונקען אָן אַ מאָס.
שוואַרצע כמאַרעס, טערפּקע קימל...
כ׳זיץ אין שענק און כאַפּ אַ דרימל —
מײַן געליבטע ז׳שיין און פֿײַן...
— ברענגט מיר גיך אַ פֿעסל ווײַן.
ביטערגראָז, אוי, ביטערגראָז...
גיט אַ ווינט אַ שאַרפֿן בלאָז...
כ׳ליג אין פֿעלד גלײַך אויף דער ערד,
לעם מיר פּאַשען זיך די פֿערד,
סיווע פֿערד און ווײַסע שאָף —
זיס און ביטער איז מײַן שלאָף.
ביטערגראָז, אוי, ביטערגראָז,
איך בין שיכּור און זאָרגלאָז.
קאָרנבלומען, פֿרישע היי...
מײַן געליבטע ז׳מלא־חן.
מיר׳ן טרינקען טײַכן ווײַן,
ביזן ווײַסן טאָג אַרײַן.
ביטערגראָז, אוי, ביטערגראָז...
כ׳ליג אין מיטן ברייטן שטראָז,
און מיט רעגן שמעקט די ערד...
כ׳האָב געטרונקען ווי אַ פֿערד
און געליטן ווי אַ שאָף.
אָף, מײַן שאַץ, שי יאַרע אָף ּ1).
ביטערגראָז, אוי, ביטערגראָז,
כ׳שטיי אין מיטן ברייטן שטראָז.

ציגײַנערישע חגא

הײַנט איז חגא בײַ ציגײַנער.
קומט צו פֿאָרן, וווילע מענטשן.
גאָלד און זילבער, פֿערד און ווײַנער
וועלן מיר בײַ גאָט אויסבענטשן.
זיצט די כּלה אויפֿן קישן,
ראָמאַלע ּ2) , איז ווײַט דער מאָרגן.
זעצט זיך צו געדעקטע טישן,
טרינקט און עסט, פֿאַרגעסט פֿון זאָרגן.
זאָלסט ניט וויינען, מיידעלע,
איז דאָך ווײַס דײַן קליידעלע,
און ווי די טראָפּנדלעך טרערן
בלישטשען אין די אויגן שטערן.
שפּילט כּלי־זמרים, שפּילט אַ דוינע,
זאָלן צעפּיקעט ווערן די שׂונאים.
פֿרייד און ווייטיק גיי׳ן צוזאַמען
און באַהעפֿטן זיך אין פֿלאַמען.
אויס די שׂימחה, אויס די חגא,
ס׳האָט שוין אָנגעהויבן טאָגן.
און דער ווײַטער מאָרגנשטערן
ט׳אָפּגעווישט דעם מיידלס טרערן.
בײַ ציגײַנער איז אַ חגא,
קומט צו פֿאָרן, וווילע מענטשן.
לאַנג געוואַרט און לאַנג געפּלאָגן,
זאָל אײַך הימל פֿריילעך בענטשן.

אַלטע מיל און פֿלידערביימער

ווי אַ מעשׂה פֿון אַמאָל,
פֿון די בערג נ׳אַ גרינעם טאָל
טרײַבט אַ טעכל טאָג און נאַכט
שיינע מעשׂיות, מלאַ־פּראַכט.
פֿליסט דאָס טעכל צווישן שטיינער
צו אַ פּלויט פֿון פֿלידערביימער.
אויף אַ בערגל לעבן טעכל
שטייט אַ הויז מיט אַ רויטן דעכל,
קומט דאָס טעכל צו דעם הײַזל,
מאַכט אַרום דעם הויף אַ קרײַזל,
אַרום שטיינער, גראָז און מאָך
יאָגט און זינגט אַ גאַנצע וואָך.
קומט דער האַרבסט און ווערט דער טײַך
אוי, מיט אַלע שטיינער גלײַך, -
נאָר די מיל אונטערן הויז
היט דאָס לעבן אין איר שויס,
שטום און שטיל, און גאָר ניט פֿריילעך
בענקט זי נאָך איר ליבן מלך.
ווי אַ מעשׂה פֿון אַ מאָל,
יאָגט אַ טעכל אין אַ טאָל.
און דער פֿלידערבוים בײַם פּלויט
ווערט צעבליט מיט בעז און רויט.
מיט דער וועסנע קומט דאָס שטרעמל,
קוטשעראַווע ווי אַ לעמל.
אַלטע מיל, וו׳אַ קונדס־קינד,
טרײַבט די פֿליגלען גיך־געשווינד,
זי באַהעפֿט זיך מיטן טעכל
ווי אַ שׂימחה מיט אַ שמייכל.
און דער פֿלידערבוים בײַם פּלויט
שטייט פֿאַרשעמט, ווערט פֿלאַמען־רויט.
ווי אַ מעשׂה פֿון אַמאָל,
פֿון די הויכע בערג אין טאָל
פֿליסט אַ טעכל טאָג און נאַכט,
אַלטע מיל שטייט טיף פֿאַרטראַכט
פֿליסט דאָס טעכל צווישן שטיינער
צו דעם פּלויט פֿון פֿלידערביימער.
גריונהײַניכען, ערצגעבירגע, 2006

אַ פּאַסטעכל

ריזנביימער, צאַרטע בלומען,
ווײַט פֿון אײַלעניש און טומל,
ס׳פּאַסטעכל, אַ קינד פֿון קינדער,
גייט אין פֿעלד מיט שאָף און רינדער.
אויף די ווײַטע פֿיטערפֿעלדער
צווישן הויכע בערג און וועלדער,
טשאָבענאַש, דו, טשאָבענאַש,
מיט אַן אויסגעהעפֿטער טאַש.
ווײַט פֿון ליבע טאַטע־מאַמע,
נאָענט צו די שקיעה־פֿלאַמען,
פּלוצעם אַ טשאָבאַנסקע רעגן
האָט באַפֿרישט די ווילדע שטעגן.
אוי, איר ליבע טאַטע־מאַמע,
כ׳בענק נאָך טשאָרבע און נאָך זאַמע...
טשאָבענאַש, אוי, טשאָבענאַש,
עס שפּילט דער הונגער אין זײַן טאַש.
ווײַט פֿון בייז און קינאה־שׂינאות,
שפּעט אין אָוונט אויף דער סטינע,
ווערט דער טשאָבענאַש אַנטשלאָפֿן
מיט אַ לעמעלע צוקאָפּן.
הויכע ביימער, צאַרטע בלומען,
ווײַט פֿון אײַלעניש און טומל,
טשאָבענאַשול, אַ ווויל קינד
פּאַשעט אויס די פֿרעמדע זינד.

אַ פּורים־בער

כ׳האָב געוואַרט אויף מײַן געליבטן
שפּעט אין אָוונט אין דער מיל.
לאַנג געוואַרט און אײַנגעדרימלט, —
ס׳פֿאַלט אַ שטערנדל פֿון הימל...
פּלוצעם פּראַלט זיך אויף די טיר, —
כ׳זע אַ בער אַנטקעגן מיר.
ווײַטע שטערן, אַלטע מיל,
כ׳האָב אַ שלעכטן פֿאָרגעפֿיל.
כ׳ליג פֿאַרשטיינערט אויפֿן דיל
אין אַ ווינקל פֿון דער מיל.
ניט געשטויגן, ניט געפֿלויגן,
קוקט דער בער מיר גלײַך אין אויגן,
פּלוצעם הייבט ער אָן צו רעווען...
וויי ז׳צו מיר און צו מײַן לעבן!
גאָט אין הימל, אַלטע מיל,
כ׳האָב אַ שווערן פֿאָרגעפֿיל.
כ׳זע — דער בער פֿאַרמאַכט די טיר,
קריכט צו מיר אויף אַלע פֿיר,
ער צעשפּיליעט מיר דאָס קליידל,
שעפּטשעט: "שיין ביסטו, מײַן מיידל",
ר׳וואַרפֿט מיך אום גלײַך אויפֿן פּאָל...
ס׳דאַכט זיך מיר כ׳דערקען זײַן קול...
ר׳האָט געמוטשעט מיך גאָר לאַנג,
ווי אַ בער פֿון העכסטן ראַנג.
גאָט אין הימל איז אַן עדות,
ווי אַ שעפּס פֿון אַן עקידה,
כ׳האָב געוואָלט פֿון אים אַנטלאָפֿן,
נאָר ער איז שוין זיס געשלאָפֿן
לעבן מיר, גלײַך אויפֿן דיל
פֿון דער אַלטער פּאַסטקע־מיל.
מאַמע מײַנע, אַלטע מיל...
גיי פֿאַרלאָז זיך, אוי, וויי, מאַמע,
גיי פֿאַרלאָז זיך, זיסע מאַמע,
אויף אַ שלעכטן פֿאָרגעפֿיל.
יאָ אַ שפּיל צי ניט אַ שפּיל,
לעבן זאָל די אַלטע מיל.

גיב מיר אַוועק דײַן טאָכטער

חשובֿער מאָרע,
דו, אַלטער ציגײַנער,
גיב מיר דײַן טאָכטער אַוועק פֿאַר אַ פֿרוי.
האָב זשע ניט מורא,
פֿערד, גאָלד און ווײַנער
וועסטו באַקומען.
אויב ניט, עס איך שטרוי.
כ׳וועל איר אין צעפּ
די לבֿנה אײַנוועבן,
זי וועט זיך באָדן אין הימלישן טוי.
גאָר מיט אַ שעפּ
וועט זי שעפּן פֿון לעבן.
כ׳גיב דיר מײַן וואָרט.
אויב ניט, עס איך שטרוי.
פֿרעג בײַ דעם ווינט
און פֿרעג בײַ די מענטשן, —
ריין איז מײַן ליבע, ווי הימל איז בלוי.
איך בין אַ קינד
פֿון די רחבֿות. קענסט בענשטן
מיך מיט דײַן טאָכטער.
אויב ניט, עס איך שטרוי.
אַ וואָרט האָט דען ווערט? —
דער אַלטער ציגײַנער
האָט זיך פֿאַרטראַכט אויף אַ רגע און — אוי!
אַ שפּרונג אויפֿן פֿערד...
און טאָכטערל זײַנע
פֿליט צו דער פֿרײַהייט.
אויב ניט, עס איך שטרוי.

1) אָף, שי יאַרע אָף (רומעניש) — וויי איז מיר, און ווידער וויי

2) ראָמאַלע (ציגײַנעריש) — ציגײַנער