|
די "איכה־וואַנט" אינעם "רמ״אָ־בית־עולם" |
|
דער גרינדער און ערשטער דירעקטאָר פֿונעם "גאַליציאַנער ייִדישן מוזיי" אין קראָקע איז געווען דער בריטישער פֿאָטאָגראַף קריס שוואַרץ (1948—2007), וועלכער האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן פֿאָטאָגראַפֿירט די רעשטלעך פֿונעם אַמאָליקן לעבן אין (פּוילישער) גאַליציע, און דערנאָך געשאַפֿן דעם מוזיי, צום טייל, כּדי אויסצושטעלן זײַן קונסט. הײַנט שטעלן מיט זיך פֿאָר זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס אַ פּערמאַנענטע אויסשטעלונג אינעם מוזיי,
און די אינסטיטוציע ווערט באַזוכט פֿון טויזנטער געסט, וואָס לערנען זיך וועגן דעם שפּרודלדיקן ייִדישן לעבן אין גאַליציע, וואָס איז אין גאַנצן צעשטערט געוואָרן אינעם חורבן.
דער פֿאַרלאַג בײַם "אינדיאַנער אוניווערסיטעט" האָט איצט אַרויסגעגעבן אַן אַלבאָם — Rediscovering Traces of Memory: The Jewish Heritage of Polish Galicia, מיט פֿיר און זיבעציק פֿון שוואַרצעס הײַנטצײַטיקע קאָלירטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, צוזאַמען מיט לענגערע באַמערקונגען מכּוח יעדן בילד. דער ציל פֿונעם מוזיי איז צו געבן דעם באַזוכער צו פֿאַרשטיין די ייִדישע ציוויליזאַציע אין גאַליציע אינעם הײַנטיקן קאָנטעקסט. דער שרײַבער פֿון די באַמערקונגען איז דער בריטישער אַנטראָפּאָלאָג דזשאָנאַטאַן וועבער, וועלכער האָט יאָרן לאַנג געאַרבעט מיט קריס שוואַרץ אין גאַליציע, און איז אָנערקענט געוואָרן פֿון דער פּוילישער רעגירונג פֿאַר זײַנע באַמיִונגען צו אַנטוויקלען גוטע באַציִונגען צווישן ייִדן און פּאָליאַקן. אין 1993 האָבן זיי ביידע — קריס שוואַרץ און דזשאָנאַטאַן וועבער — צוזאַמען אָנגעהויבן זייער "גאַליציע־פּראָיעקט". זיי זענען ביידע אַרומגעפֿאָרן טויזנטער מײַל אין דרום־פּוילן, געפֿאָרשט אין יעדן דערפֿל און שטעטל כּדי אָנצוזאַמלען די מאַטעריאַלן.
|
דער "ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל" אין קראָקע |
|
"דער זשעני און איבערגעגעבנקייט פֿון קריס ווי אַ פֿאָטאָגראַף האָט כּסדר געמאַכט אַ רושם אויף מיר" — שרײַבט וועבער. "צו קענען אָפּכאַפּן די בעסטע פֿאָטאָגראַפֿיע האָט ער געטאַסקעט זײַן שווערן אַפּאַראַט דורך טיפֿן שניי צו געפֿינען די געראָטענסטע פּערספּעקטיוו". עטלעכע מאָל איז ער צוריקגעפֿאָרן צום דערפֿל, ווען ער איז נישט געווען צופֿרידן מיט דער פֿאָטאָגראַפֿיע, און נאָך אַמאָל געגעבן אַ פּרוּוו. "אין אַ געוויסן זין איז ער געווען דער הײַנטיקער ראָמאַן ווישניאַק, אָבער ער איז געווען אַ פֿאָטאָגראַף, להיפּוך צו ווישניאַקן, וואָס האָט דאָקומענטירט די רעשטלעך פֿונעם זכּרון, און נישט דאָקומענטירט אַ לעבעדיקע ייִדישע וועלט. דער מצבֿ פֿון די רעשטלעך וועלן זיך ווײַטער אַנטוויקלען מיט דער צײַט, אַ מאָל צום גוטן, אַ מאָל צום שלעכטן, אָבער אַבי מיר פֿאַרמאָגן דאָ אַן עדות פֿון די דאָזיקע ערטער אין אונדזער צײַט" — שרײַבט ווײַטער וועבער.
איידער די מחברים נעמען זיך צום תּוך פֿון זייער ווערק, דרוקן זיי — ווי אַ וויזועלער אַרײַנפֿיר צו דער טעמע — אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם צענטער אין שטעטל בײַטש (Biecz), וווּ דער מאַרק איז אַמאָל געשטאַנען; אַ מאַרק, וואָס איז אַמאָל געווען פֿול מיט ייִדישע סוחרים און קרעמער. אין מיטן שטייט די אַמאָליקע שיל, הײַנט אַ ביבליאָטעק. כאָטש אין שטעטל האָבן געוווינט נאָר 500 ייִדן פֿאַרן חורבן, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג דאָרטן געשאַפֿן ייִדישע שילן און שולן, יוגנט־באַוועגונגען, און אַ גרויסע ייִדישע ביבליאָטעק. חשובֿע רבנים האָבן געשטאַמט פֿונעם שטעטל. "הײַנט איז דער קלאַנג פֿון ייִדיש פֿאַרשוווּנדן, און עס זענען נאָר געבליבן געציילטע רעשטלעך פֿון די ייִדן וואָס האָבן אַמאָל דאָ געוווינט; שרײַבט וועבער. אינעם 19טן יאָרהונדערט, אין אַ פּריציש הויז לעבן צענטער, האָט געוווינט אַ ייִד, אַ נגיד, מיטן נאָמען קלאָץ. הײַנט איז זײַן הויז אַן עלעגאַנטער קאַפֿע. די עלטערע און קראַנקע ייִדן האָבן די דײַטשן אומגעבראַכט אין שטעטל; די אַנדערע ייִדן זענען אומגעקומען אינעם בעלזשיצער לאַגער.
|
די רעמאָנטירטע שיל אין לאַנצעט |
|
די דאָזיקע ייִדישע רעשטלעך, וואָס די מחברים האָבן דאָקומענטירט, האָבן זיי אָפֿט אויסגעטײַטשט ווי סימבאָלן פֿון דער טראַגישער ייִדישער געשיכטע. אינעם קליינעם שטעטל דאָמברעווע טאַרנאָווסקאַ האָבן זיי געפֿונען אַ מאָלערײַ פֿון אַ לייב אין אַ שיל; הײַנט אַ חורבֿה. דאָס פּנים פֿונעם לייב איז פֿאַרווישט געוואָרן מיט דער צײַט און די ציגל פֿון דער וואַנט זעט מען איצט אַרויס אינעם פּנים — "דער לייב איז טויט. די פֿאַרלאָזטע מאָלערײַ, וואָס צעברעקלט, זיך איז אַ סימבאָל פֿונעם חורבן, אַ שטילער עדות פֿון דער וועלט וואָס איז אָפּגעמעקט געוואָרן" (זײַט 20).
דאָס בוך דעקט עטלעכע קאַפּיטלעך געשיכטע פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ אין פּוילן, פֿון די ערשטע צײַטן ביז נאָכן חורבן. אין דער באַמערקונג וועגן אַ באַרעליעף אין קוזמיר (קאַזימיעזש), דעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון קראָקע, האָט דער סקולפּטאָר הענריק האָכמאַן געשאַפֿן אַ ווערק אין 1907 אין וועלכן ער ווײַזט ווי די ערשטע ייִדישע תּושבֿים אין פּוילן האָט מען פֿאַרבעטן אין לאַנד בעת דער ממשלה פֿון מלך קאַזימיעזש אינעם 13טן יאָרהונדערט. דעם באַרעליעף האָט מען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה גענומען אין אַ וואַרשעווער מוזיי, אָבער דער קינסטלער האָכמאַן איז דערהרגעט געוואָרן אינעם טאַרנאָווער געטאָ אין 1943. אין 1996, ווען עהוד אָלמערט — דעמאָלט דער בירגער־מײַסטער פֿון ירושלים — איז געקומען צו גאַסט, האָט מען די סקולפּטור צוריק אויפֿגעשטעלט אין קראָקע.
דאָס בוך איז אײַנגעטיילט אין פֿינעף טיילן: "חורבֿות", "די אָמאָליקע ייִדישע קולטור", "דער חורבן", "ווי אַזוי מע געדענקט דעם עבֿר", און "ווי מע שאַפֿט די ירושה הײַנט". אינעם "חורבֿות" אָפּטייל זעט מען די צעבראָכענע שילן, מצבֿות און חרובֿע ייִדישע הײַזער; אָבער אינעם צווייטן אָפּטייל וועגן קולטור, ווילן די מחברים אַרויסהייבן דעם גרויסן קולטורעלן אויפֿטו פֿון די ייִדן אין פּוילן. דאָ קען מען קוקן אויף פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון רעסטאַוורירטע שילן מיט די פּרעכטיקע וואַנט־מאָלערײַען פֿון די מזלות. אויך זעט מען פּשוטע שילן אין דערפֿער, וואָס די דײַטשן האָבן פֿאַרגעסן צו צעשטערן. מצבֿות און בית־עולמס אין אַ גוטן צושטאַנד וואָס ציִען נאָך אַלץ צו חסידים, ייִדישע הויפֿן אין די שטעט וווּ מע קען נאָך פֿילן דעם ייִדישן טעם, האָט מען אויך פֿאָטאָגראַפֿירט.
|
אין דער רימענאָווער שיל, 1990ער יאָרן |
|
אינעם חורבן־אָפּטייל האָבן די מחברים דאָקומענטירט די טויט־לאַגערן ווי אוישוויץ, און די מאַסן־גריבער. אין קראָקע איז נאָך פֿאַראַן אַ טייל פֿון דער געטאָ־וואַנט וואָס די דײַטשן האָבן אויפֿגעבויט. להיפּוך צו דעם, זעט מען אינעם אָפּטייל — "ווי אַזוי מע געדענקט דעם עבֿר" — פֿאָטאָגראַפֿיעס וועגן די באַמיִונגען אָפּצומערקן דעם חורבן — די חורבן־אָנדענק־שטיינער — געוויינטלעך פֿון גאַנצע עדות ייִדן — אָבער, צו מאָל, אויך פֿון משפּחות. געוויסע חורבֿות פֿון שילן האָט מען אייגנס געהאַלטן ווי חורבֿות, כּדי צו געדענקען דעם חורבן. אינעם דאָרף ניעבילעץ איז די אַמאָליקע שיל געוואָרן אַ ביבליאָטעק, אָבער די מאָלערײַען פֿון דער שיל האָט מען געלאָזט אויף דער סטעליע און אויף די ווענט. די מחברים באַטאָנען, אַז כאָטש די ייִדן האָט מען כּמעט אין גאַנצן אומגעבראַכט, זענען געבליבן די רעשטלעך פֿון דער קולטור. אין געוויסע פֿאַלן זענען די אַמאָליקע שילן געוואָרן ייִדישע מוזעען ווי אין קראָקע, וווּ די אַלטע שיל פֿונעם 15טן יאָרהונדערט, וואָס איז געווען אַ חורבֿה ביז די 1950ער יאָרן, איז רעמאָנטירט געוואָרן און איז הײַנט "דער היסטאָרישער מוזיי פֿון דער שטאָט קראָקע".
אַז די מחברים זענען אויסגעגאַנגען אַלע דערפֿער און שטעטלעך זעט מען אַליין אין דער געאָגראַפֿישער אַרומנעמיקייט: אינעם דאָרף סטאַרי זיקעוו, האָבן די פּויערים געלאָזט אַ וועלדל צורו אין מיטן פֿון זייערע פֿעלדער, ווײַל דאָרט איז אַמאָל געווען אַ ייִדישער בית־עולם; אַזוי אַרום גייט אָן ווײַטער די געשיכטע פֿון די ייִדן אין דאָרף.
|
דער לאַגער אוישוויץ 2־בירקענאַו |
|
אינעם לעצטן קאַפּיטל וועגן די מענטשן הײַנט אין לאַנד, וואָס העלפֿן פֿאַראייביקן די פּוילישע ייִדן, זעט מען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס קומען צוריק צו זייערע שטעט און שטעטלעך, און צו די לאַגערן; בילדער פֿון דעם "מאַרש פֿון די לעבעדיקע" אין אוישוויץ, די פֿאָרשער וואָס באַקוקן די אַלטע מצבֿות, דעם גרויסן ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל אין קראָקע.
פֿאַרן לייענער וואָס וועט איבערלייענען אַלע קאָמענטאַרן, סײַ די וואָס באַגלייטן די פֿאָטאָגראַפֿיעס, און ספּעציעל די "הינטערגרונט־הוספֿות" צום סוף פֿונעם ווערק, וועט מען אַ סך זיך דערוויסן וועגן דער געשיכטע און קולטור פֿון די פּוילישע ייִדן. אַ שאָד, וואָס פֿאַר דער ייִדישער קולטור אויף ייִדיש האָט מען נישט געפֿונען קיין אָרט אויף די זײַטן, ווי: אַמאָליקע טעאַטערס, שולן, בנינים פֿון אינסטיטוציעס, הײַזער פֿון קולטור־פֿירער. אָבער דאָס בוך איז אַ וויזועלער און אינפֿאָרמאַטיווער אוצר, און אַ גאַנץ גוטע חנוכּה־מתּנה!