|
הערמאַן בערנשטיין |
|
מיט 95 יאָר צוריק, דעם 5טן נאָוועמבער 1914, איז אין ניו-יאָרק אַרויס דער ערשטער נומער פֿון דער ייִדישער צײַטונג "דער טאָג". די לייענער האָט זיך גלײַך געוואָרפֿן אין די אויגן אַ פֿאָטאָסטאַט פֿון דעם ענגלישן אָריגינאַל און אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון דעם בריוו, מיט וועלכן דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וווּדראָו ווילסאָן, האָט באַגריסy די נײַע אויסגאַבע און איר רעדאַקטאָר הערמאַן בערנשטיין. דער פּרעזידענט האָט געשריבן: "... עס טוט מיר אמת הנאה צו וויסן, אַז איר וועט זײַן איר רעדאַקטאָר און טאָן-געבער.
מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט אײַך האָט אין מיר אײַנגעפֿלאַנצט די העכסטע אַכטונג צו אײַך און איך גלויב אַז איר זײַט ניט בלויז אויפֿריכטיק נאָר אויך אומפּאַרטיייִש פֿאַראינטערעסירט אין דעם פֿאָרשריט פֿון די העכערע אינטערעסן פֿון די ייִדן אין אַמעריקע."
ווי אין יעדער געשיכטע פֿון אַ צײַטשריפֿט, שפּילט אַ באַזונדערע ראָלע דער ערשטער רעדאַקטאָר. הערמאַן בערנשטיין (1876—1935) איז געבוירן געוואָרן אין אַ שטאָט, וואָס האָט זיך געפֿונען אויף דער רוסיש-פּרײַסישער גרענעץ. איצט גייט דאָרטן דורך די גרענעץ צווישן ליטע און רוסלאַנד (די קאַלינינגראַדער געגנט). די שטאָט האָט געטראָגן עטלעכע נעמען: נײַשטאָט (אָדער נײַשטאָט-שירווינט), וולאַדיסלאַוואָוו, קודירקאָס נײַמעסטיס. צווישן די היגע ייִדן זײַנען געווען ניט ווייניק געבילדעטע מענטשן.
אין זײַן משפּחה איז הערמאַן בערנשטיין געווען ניט דער ערשטער מענטש, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע. מיט אַ יאָרצענדליק פֿריִער איז אין דער זעלבער שטאָט אויף דער רוסיש-פּרײַסישער גרענעץ געבוירן געוואָרן זײַן פֿעטער, צבֿי-הירש בערנשטיין (1846—1907), דער פּיאָנער פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין 1870, בעת דער מלחמה צווישן פֿראַקרײַך און פּרײַסן, האָט צבֿי-הירש בערנשטיין געשאַפֿן די ערשטע ניו-יאָרקער צײַטונג אויף ייִדיש, "די פּאָסט". אַ ייִדישן זאַץ האָט ער געמוזט אימפּאָרטירן אַזש פֿון ווילנע, ווײַל אין ניו-יאָרק האָבן די דרוקער דעמאָלט ניט געהאַט קיין טעכנישע מעגלעכקייט אַרויסצוגעבן אַ ייִדישע צײַטונג. דער אינטערעס צו דער מלחמה איז געווען גרויס און דער טיראַזש פֿון דער צײַטונג האָט דערגרייכט 4,000. אָבער דאָס האָט געדויערט ניט לאַנג. "די פּאָסט" האָט זיך פֿאַרמאַכט. צו אונדזער צײַט איז ניט דערגאַנגען קיין איין קאָפּיע פֿון אָט דער צײַטשריפֿט.
הערמאַן בערנשטיין איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1893. זײַן ליטעראַרישע און זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט ער געמאַכט אויף ענגליש. ער איז אויך באַקאַנט געוואָרן ווי אַן איבערזעצער פֿון רוסישע שרײַבער, אַזעלכע ווי לעוו טאָלסטוי, אַנטאָן טשעכאָוו און מאַקסים גאָרקי. זינט 1900 האָבן זײַנע אייגענע דערציילונגען, ווי אויך אַרטיקלען זיך געדרוקט אין פֿאַרשיידענע צײַטשריפֿטן. צו דער צײַט, ווען "דער טאָג" האָט זיך באַוויזן אויף דער ניו-יאָרקער פּרעסע-לאַנדשאַפֿט, האָט בערנשטיין שוין געהאַט אַ נאָמען אין זשורנאַליסטישע קרײַזן.
"דער טאָג" איז פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַן אומאָפּהענגיקע, ליבעראַלע צײַטונג. די הויפּט-פֿיגור צווישן די גרינדער פֿון דער צײַטונג איז געווען יהודה מאַגנעס, שפּעטער דער גרינדער פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. הערמאַן בערנשטיין, אויך איינער פֿון די גרינדער און דער ערשטער שעף-רעדאַקטאָר, האָט אויף ייִדיש ניט געשריבן. אין קורצן האָט ער פֿאַרלאָזט די צײַטונג און איז אַוועקגעפֿאָרן קיין אייראָפּע צו שרײַבן פֿאַר דער ענגליש-שפּראַכיקער פּרעסע וועגן די ענינים פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה. שוין נאָך דער מלחמה, אין 1920, האָט ער געפּרוּווט שאַפֿן אַ נײַע טעגלעכע ייִדישע צײַטונג איז ניו-יאָרק — "הײַנט", אָבער זי האָט קיין מזל ניט געהאַט און איז אונטערגעגאַנגען אין פֿעברואַר 1921.
אין דער ענגליש-שפּראַכיקער פּרעסע איז בערנשטיין געווען זייער באַקאַנט, בפֿרט מיט זײַנע אַרויסטרעטונגען קעגן אַנטיסעמיטיזם. זײַן בוך "די געשיכטע פֿון אַ ליגן" (1921) איז געוואָרן די ערשטע וואָגיקע קריטיק פֿון די "פּראָטאָקאָלן פֿון זקני-ציון". אין 1923—1924 האָט ער רעדאַקטירט די ניו-יאָרקער צײַטונג Jewish Tribune. אין די יאָרן 1930—1933 איז ער געווען דער אַמבאַסאַדאָר פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין אַלבאַניע.
אין אַ געוויסן זין, קען מען דורכפֿירן אַ פּאַראַלעל צווישן "די פּאָסט" און "דער טאָג". אין 1870, האָט פּרײַסן געהאַלטן מלחמה קעגן פֿראַנקרײַך (דײַטשלאַנג האָט זיך באַוויזן ווי אַ פֿאַראייניקט לאַנד צום סוף פֿון דער מלחמה), און אין 1914, זײַנען דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך ווידער געווען צווישן די קעגנער. און ווידער אַ מאָל האָט דער עולם געלעכצט נאָך נײַעס פֿון אייראָפּע. די שטימונג בײַ אַמעריקאַנער ייִדן איז בשעת דער ערשטער וועלט-מלחמה געווען, דער עיקר, אַן אַנטי-רוסישע און פּראָ-דײַטשישע. מע האָט געהאָפֿט, אַז דײַטשלאַנד און עסטרײַך — די "ציוויליזירטע" מדינות — וועלן צעקלאַפּן די רוסישע "באַרבאַרן" און, במילא, באַפֿרײַען די אונטערגעדריקטע תּושבֿים פֿונעם תּחום-המושבֿ. די ייִדישע פּרעסע, דער "פֿאָרווערטס" בתוכם, האָט אָפּגעשפּיגלט די דאָזיקע שטימונג.
הגם "דער טאָג" האָט ניט אײַנגעהאַלטן דעם פֿאַרפּלאַנירטן טיראַזש פֿון 100 טויזנט, פֿלעגט די צײַטונג זיך פֿון דעסטוועגן צעגיין אין אַריבער 80 טויזנט קאָפּיעס. אָנהייב 1920ער יאָרן האָט "דער טאָג" פֿאַרקויפֿט אין וואָכעדיקע טעג אַרום 86 טויזנט קאָפּיעס, און זונטיק — 118 טויזנט. אָבער דער "פֿאָרווערטס" איז סײַ-ווי-סײַ פֿאַרבליבן די גרעסטע ייִדישע צײַטונג, מיט אַ טיראַזש פֿון אַריבער 200 טויזנט קאָפּיעס אַ טאָג. (מער פּרטים זען אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל — געדרוקט דעם 27סטן מאַרץ — "די ׳ווילדע קאָזאַקן׳, אָדער ׳פֿאָרווערטס׳ אין דער ערשטער וועלט-מלחמה".)
פּרוּוונדיק אָנצוטאַפּן אַ נישע אין דעם ייִדישן פּרעסע-מאַרק, האָט "דער טאָג" אַדרעסירט זײַנע מאַטעריאַלן צו אַ מער אַנטוויקלטן און ווייניקער סאָציאַליסטיש-אַנגאַזשירטן לייענער, איידער דער דעמאָלטיקער לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". "דער טאָג" איז, אַ פּנים, געווען די ערשטע ייִדישע צײַטונג (לכל-הפּחות, אין אַמעריקע), וואָס האָט זיך ערנסט באַצויגן צו די פֿרויען-פּראָבלעמען און פֿון סאַמע אָנהייב אָן געהאַט צווישן אירע מיטאַרבעטער אויך פֿעיִקע שרײַבערינס. צווישן די שטענדיקע מחברים פֿון "דער טאָג" זײַנען געווען אַזעלכע פֿירנדיקע פּען-מענטשן ווי דוד פּינסקי, שמואל ניגער, יוסף אָפּאַטאָשו און פּרץ הירשביין.
בעת הערמאַן בערנשטיין האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון "דער טאָג", איז דער רעדאַקטאָר וויליאַם עדלין (1878—1947) געווען דער מענטש, וואָס האָט געשאַפֿן דעם פּרצוף פֿון דער צײַטונג. אַ באַקאַנטער כּלל-טוער, האָט ער אויך געהאַט אַ דערפֿאַרונג פֿון אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס", אין 1902 און 1903, וואָס זײַנען געווען די יאָרן, ווען אַב. קאַהאַן האָט די צײַטונג פֿאַרלאָזט. אַ קורצע צײַט איז עדלין געווען דער שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס".
"דער טאָג" איז אַרויס ביז 1953, ווען ער האָט זיך צונויפֿגעגאָסן מיטן "מאָרגן-זשורנאַל" און האָט געלעבט צוואַנציק יאָר ווי אַ טייל פֿון "טאָג-מאָרגן-זשורנאַל". אמת, אום שבת פֿלעגט די צײַטונג אַרויסגיין ווי "דער טאָג", ווײַל די לייענער פֿון "מאָרגן-זשורנאַל" זײַנען, בדרך-כּלל, געווען פֿרום. מיר שײַנט (און איך בין ניט דער ערשטער, וואָס טענהט עס), אַז אונדזער הײַנטיקער "פֿאָרווערטס" ציט יניקה פֿון "דער טאָג" אַ סך מער איידער פֿון דעם אַמאָליקן, היפּער-פּאָליטיזירטן "פֿאָרווערטס".