ייִדיש־וועלט, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
נײַ קאָמפּאַקטל "פֿעדערמענטש: לידער פֿון ייִדישלאַנד"
נײַ קאָמפּאַקטל "פֿעדערמענטש: לידער פֿון ייִדישלאַנד"

וועגן דעם אויפֿלעב פֿון קלעזמער־מוזיק אין דײַטשלאַנד האָט מען שוין אַ סך געשריבן, מיט פֿאַרשיידענע טעאָריעס, פֿאַר וואָס און פֿאַר ווען אַזאַ פֿענאָמען איז אויפֿגעקומען במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר. אַנומלט האָב איך אויסגערעכנט די פֿאַרשיידענע קאַפּעליעס אין דײַטשלאַנד, אָבער געבנדיק אַ קוק אויפֿן "דײַטשער קלעזמער־וועבזײַט", דאַכט זיך מיר, אַז די רשימה איז נאָך לענגער געוואָרן, כאָטש פֿון טייל גרופּעס האָט מען שוין לאַנג נישט געהערט: "פֿיאַלקע", "האַריס פֿריילעך", "טאַנגאָ און קלעזמער־קוואַרטעט", "דוד אָרלאָווסקיס קלעזמאָרים", "דער קלעזמער־אָרקעסטער", "הוליעט", "אוי, אוי, אוי", "ייִדיש בלוס", קלעזמאַניאַקס", "די יאַנקעלע קאַפּעליע", "גרינשטיינס משפּחה", "יום־טובֿ", "קאַרסטען טרויקע", "די קלעזמער־שיקסעס פֿון בערלין", טאַנץ אין גן־עדן", "אַ קיצל אין האַרצן", "מאַמע־לשון", "טריאָ־אויפֿטרעף", "זיזאַל", "דואָ שמאַראָוואָצניק", "קאַפּעליע", "מיזינקע", "קלעז־גויים", "המן־טאַשן", "פֿאָרשפּיל", "חופּה", מחיה" און נאָך און נאָך. עפּעס קאָכט זיך דאָרטן!

די יערלעכע "ווײַמאַרער קלעזמער־וואָכן", אַן אינטענסיווער ייִדישער מוזיק־וואַרשטאַט, אָנגעפֿירט פֿונעם אַמעריקאַנער אַלען בערן, האָבן אַ סך געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען אַ מער ערנסטן קוק אויף דער קלעזמער־מוזיק און ייִדישן ליד מצד די יונגע דײַטשע מוזיקער. די אָנטיילנעמער ווערן אינספּירירט צו שאַפֿן עפּעס נײַעס, אויסצוזוכן נײַע מאַטעריאַלן און לאָזן זייער אייגנאַרטיקן חותם אויף דער קלעזמערוועלט, מיט פֿרישע, פֿאַרכאַפּנדיקע קאָמפּאַקטלעך.

לדוגמא: אין נאָוועמבער איז אַרויס אין דײַטשלאַנד דאָס נײַע קאָמפּאַקטל פֿון דער זינגערין, אַנדרעאַ פּאַנקור — "פֿעדערמענטש: לידער פֿון ייִדישלאַנד". אויפֿן דעקל זעט מען אַ מיסטעריעז בילד פֿון דער זינגערין אין וואַלד, אײַנגעבויגן איבער אַ שטײַג, און אינעם שטײַג אַ סאָווע געמאַכט פֿון פּאַפּיר צי פֿון גיפּס — קיין גאָלדענע פּאַווע איז דער פֿויגל זיכער נישט, כאָטש זי שרײַבט אינעם באַלייט־ביכל, אַז די פֿעדער אין "פֿעדערמענטש" איז מרמז די פֿעדער פֿון דער גאָלדענער פּאַווע, וואָס זי לאָזט פֿאַלן נאָר פֿאַרן בעל־חלומות אָדער פֿאַרן מענטש וואָס איז פֿאַרליבט.

אויף דער רעקאָרדירונג קען מען הערן, כּמעט אין גאַנצן, נײַע שאַפֿונגען פֿון פֿאַרשיידענע נאָך־מלחמהדיקע קאָמפּאָזיטאָרן, צווישן זיי — לייבו לעווין און ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן פֿונעם עלטערן דור, און עפֿים טשאָרני און עווגעניאַ לאָפּאַטניק פֿונעם "ייִנגערן" דור. עס איז שווער צו גלייבן, אָבער אין אַמעריקע — דאַכט זיך מיר — האָט נאָך קיינער, דערווײַל, נישט אַרויסגעגעבן אַזאַ זאַמלונג פֿון נײַע שאַפֿונגען, אַ חוץ "יוגנטרופֿס" פּלאַטע "וואַסערל" אין די 1970ער יאָרן.

פּאַנקור שרײַבט: "בײַם אויסקלײַבן מײַן רעפּערטואַר האָב איך זיך אָפּגעגעבן, דער עיקר, מיט די אַרטיסטן וועלכע האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, ווי אויך לידער פֿון הײַנטיקע פּאָעטן און קאָמפּאָזיטאָרן... איך האָף, זייער, אַז דער פֿאַראינטערעסירטער צוהערער וועט זיך לערנען פֿון דעם אויסקלײַב, און קומען צו דער מסקנא, אַז דאָס ייִדישע ליד שטאַמט נישט בלויז פֿון אַלטע טראַדיציעס, נאָר באַשטייט אויך פֿון הײַנטיקער מאָדערנער מוזיק".

מע קען אויך הערן אויף אַנדרעאַ פּאַנקורס פֿריִערדיקער רעקאָרדירונג —"שטילע טריט" (Shtile Trit) — מיט איר געוועזענער קאַפּעליע "מזל־טובֿ", וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין 2007 אין דײַטשלאַנד, וווּ זי שאַרט זיך דווקא צו נײַע קאָמפּאָזיטאָרן ווי אַסיאַ ווײַסמאַן און שעכטער־גאָטעסמאַן. זי איז נישט די איינציקע אין דײַטשלאַנד, וואָס זוכט אויס נײַע לידער און וויל בפֿירוש נישט זינגען די שוין באַקאַנטע לידער. מע קען אויך אַרײַננעמען אין קאָן זינגערס ווי פֿאַביאַן שנעדלער, "דואָ ווײַלו" און מאַרקוס מילער.

אַנדרעאַ פּאַנקור איז געבוירן געוואָרן אין מינכן, אין 1969, און האָט שטודירט ענגליש, געשיכטע און וואָקאַלע קונסט בײַ פֿאַרשיידענע לערערס. אין 1994 האָט זי געגרינדעט "מזל־טובֿ", וואָס האָט געשפּילט צוזאַמען ביז 2008. פֿינעף יאָר האָט זי געזונגען "וועלטמוזיק" מיט דער גרופּע "באַפּאַ ע זיטו". ווי אַן אַקטריסע, איז זי אָפֿט אויפֿגעטראָטן אין מינכענער טעאַטערס. די דײַטשע צײַטונג "פֿראַנקישער טאַג" האָט זי געקרוינט ווי "די גראַן־דאַם פֿון ייִדישן ליד", און איר קול און אויסטײַטש זענען טאַקע צו באַוווּנדערן. און נאָך עפּעס: אינעם באַלייט־ביכל האָט זי אָפּגעדרוקט די ייִדישע ווערטער סײַ מיט ענגלישע אותיות, סײַ מיט די אָריגינעלע ייִדישע אותיות, און דאָס שפּיגלט אָפּ איר ייִדישיסטישן צוגאַנג צו די לידער.

מע דערקענט באַלד אין די ערשטע צוויי לידער, שעכטער־גאָטעסמאַנס "וואָס האָט ליב אַ ייִדעלע" און "ס'איז מצה דאָ", אַז פּאַנקור און אירע מוזיקער זענען נישט געווען פֿויל, ווי ס'רובֿ קלעזמאָרים הײַנט, און האָבן געשאַפֿן נײַע אַראַנזשירונגען וואָס כאַפּן אויף דעם פֿאָלקישן טעם פֿון די לידער, אָבער גייען אויך אויף זייער אייגענעם, אָריגינעלן וועג. איר התפּעלות פֿאַר די לידער שטעקט אָן דעם צוהערער, און דערצו, זינגט זי מיטן ייִדישן קנייטש, וואָס איז אויך זעלטן הײַנט צו הערן בײַ די זינגערס וואָס ייִדיש איז נישט זייער מאַמע־לשון; און בפֿרט פֿאַר דײַטשע זינגערס פֿאַרשאַפֿט אָפֿט די ענלעכקייט צווישן די צוויי שפּראַכן גרויסע פּראָבלעמען.

מיט די צוויי פֿאָלקסלידער אינעם קאָמפּאַקטל האָט אַנדרעאַ פּאַנקור געלאָזט זיך וווילגיין, און פֿון די צוויי סטראָפֿעס אין "אַלע וואַסערלעך" האָט זי געשאַפֿן אַ זעקס־מינוטיקע מעדיטאַציע, בראָש מיט אַנשי האַקלינגער אויפֿן בײַערישן האַקברעט (אַ מין צימבל). אַן ענלעכע שטימונג הערט מען אינעם לעצטן ליד, "אײַ ליו־ליו" (פֿון רות רובינס פּלאַטע "דאָס ייִדישע לעבן: דאָס אַלטע לאַנד") וואָס האָט כּמעט נישט קיין ווערטער.

דאָס פּינטעלע רומעניע הייבט מען אַרויס אין עפֿים טשאָרניס מוזיק צו מאיר חרצעס ליד "ציגעלע מיגעלע" מיט פֿראַנקאַ לאַמפּע אויפֿן אַקאָרדיאָן. מיט זשעניע לאָפּאַטניקס מעלאָדיע צו אַבֿרהם סוצקעווערס ליד "ווער וועט בלײַבן" (אַגבֿ, זינגט טעאָדאָר ביקעל דאָס ליד אין זײַן איצטיקער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג) פֿאַרבינדט מען די רירנדיקע ווערטער צו אַלטע קלעזמערישע שטיקלעך.

אַנדרעאַ פּאַנקור וועט אָנטיילנעמען אינעם הײַיאָריקן "קלעזקעמפּ" און וועט אויפֿטרעטן בײַם "קאַוועהויז" פֿונעם "קולטור־קאָנגרעס", דעם 30סטן דעצעמבער, 7:00 אַ זייגער, אינעם נײַעם לאָקאַל פֿונעם "קאָנגרעס" — 1133 בראָדווי, אויפֿן צווייטן גאָרן, ראָג 26סטע גאַס אין מאַנהעטן.