פּאָליטיק

פֿאַר די אָסלאָ־אָפּמאַכן, האָט די יאָרדאַנישע אָפּציע אויסגעזען ווי אַ לייזונג פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. דאָס הייסט, אַ לייזונג, וווּ דער מערבֿדיקער ברעג פֿון ארץ־ישׂראל וועט צוריקגיין צו יאָרדאַניע. אין דער מאַדרידער שלום־קאָנפֿערענץ, אָקטאָבער 1991, האָט זיך באַטייליקט אַ געמיינזאַמע יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. מיט די אָסלאָ־אָפּמאַכן האָט ישׂראל גורם געווען, אַז קעניג כוסיין פֿון יאָרדאַניע האָט מוותּר געווען אויפֿן מערבֿדיקן ברעג און עס געלאָזט אין די הענט פֿון אַראַפֿאַטן, ווי דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט.

אַז קעניג כוסיין איז געשטאָרבן אין יאָר 1999 און אויף זײַן אָרט איז געקומען קעניג אַבדאַלאַ דער צווייטער, האָט מען אין יאָרדאַניע געזען זייער קליינע אויסזיכטן צו דערגיין צו אַן אָפּמאַך וועגן דער פּערמאַנענטער לייזונג פֿון קאָנפֿליקט, באַזירט אויף צוויי מדינות — ישׂראל און פּאַלעסטינע. זיי האָבן געזען 4 סיבות פֿאַרוואָס אַזאַ לייזונג איז נישט מעגלעך.

דער מאַקסימום וואָס ישׂראל קען פֿאָרשלאָגן די פּאַלעסטינער און אויסהאַלטן פּאָליטיש, איז פֿיל ווייניקער פֿון דעם מינימום, וואָס אַ פּאַלעסטינער רעגירונג, וועלכע ס׳זאָל נישט זײַן, קען אָננעמען און אַקצעפּטירן פּאָליטיש. דער ריס צווישן די צוויי פּאָזיציעס איז זייער גרויס און ער וואַקסט פֿון טאָג צו טאָג.

בײַ ביידע צדדים איז נישטאָ קיין קעגנזײַטיקער צוטרוי און עס פֿעלט זיי דער ווילן צו דערגיין צו אַ לייזונג. דער "כאַמאַס" וועט ממשיך זײַן זיך צו שטאַרקן און האָבן די מעגלעכקייט צו נישט צו מאַכן אַ דיפּלאָמאַטישע לייזונג וואָס דערקלערט אַ סוף צום קאָנפֿליקט. אַפֿילו אויב עס וועט געשען אַ נס און ס׳וועט געלינגען צו דערגיין צו אַן אָפּמאַך, וועט עס נישט פֿאַרזיכערן קיין סטאַביליטעט, ווײַל אַ צעשפּאָלטענע קליינע אָרעמע פּאַלעסטינער מדינה קען נישט צופֿרידנשטעלן אירע אײַנוווינער. קעניג אַבדאַלאַ דער צווייטער האָט געשטרעבט זיך צוריקצוקערן צו דער יאָרדאַנישער אָפּציע. ער האָט פֿאָרגעשלאָגן אַבו מאַזענען אים צו העלפֿן מאַכן אַן אָרדענונג אין דער זיכערהייט פֿון דער אויטאָנאָמיע און אָנטייל נעמען אין די אונטערהאַנדלונגען וועגן אַ פּערמאַנענטער לייזונג פֿון די פּראָבלעמען וועגן ירושלים און פּליטים.

אַבדאַלאַ האָט פֿון צײַט צו צײַט אונטערגעשטראָכן די סכּנות וואָס עקזיסטירן פֿאַר יאָרדאַניע, ישׂראל, די פּאַלעסטינער און די אַנדערע פּראָ־מערבֿדיקע אַראַבישע מדינות מצד אַל־קײַדאַ־טעראָר. מחמת דעם, האָט ער גערופֿן די "אַראַבישע ליגע" צו נאָרמאַליזירן די באַציִונגען מיט ישׂראל פֿאַר דעם ווי עס איז געלייזט געוואָרן דער קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. אַבדאַלאַ האָט פֿאָרגעשלאָגן אויסצומײַדן די פֿריצײַטיקע תּנאָים וואָס די אַראַבער האָבן ביז איצט אונטערגעשטראָכן, כּדי צו נאָרמאַליזירן די באַציִונגען מיט ישׂראל: ישׂראלס צוריקקער צו די גרענעצן פֿון 1949 און דאָס צוריקקערן זיך אַהיים פֿון די אַראַבישע פּליטים. לויט אַ קוואַל פֿון דער "אַראַבישער ליגע", שטיצן 13 פֿון די 22 אַראַבישע מדינות די פּאָזיציע פֿון קעניג אַבדאַלאַ.

זינט 2004 קומען פֿאָר באַראַטונגען צווישן יאָרדאַניע און דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט צוליב דער יאָרדאַנישער זאָרג וועגן דער "פּוסטקייט" און "וויסטעניש" וואָס פֿאַרשפּרייט זיך אין דעם מערבֿדיקן ברעג, און דראָט דער ווײַטערדיקער עקזיסטענץ פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. אייניקע פֿירנדיקע פּאַלעסטינער פּערזענלעכקייטן האָבן זיך געווענדט צום קעניג אַבדאַלאַ ער זאָל שיקן אויפֿן מערבֿדיקן ברעג אַ פּאָר טויזנט יאָרדאַנישע סאָלדאַטן, אויפֿצושטעלן דאָרט אַ גרענעץ און אָרדענונג. די דאָזיקע פּאַלעסטינער האַלטן, אַז אַ פּאַלעסטינער־יאָרדאַנישע קאָנפֿעדעראַציע איז די נאַטורעלסטע פּאָליטישע אַלטערנאַטיוו פֿון היסטאָרישן, קולטורעלן און עטנישן שטאַנדפּונקט.

זיי האַלטן, אַז אָן אַ קאָנפֿעדעראַטיווער פֿאַרבינדונג מיט יאָרדאַניע האָט נישט די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט קיין שום אויסזיכטן אויף עקזיסטענץ. דער געדאַנק צו לייזן די פּאַלעסטינער פּראָבלעם אין פֿאַרבינדונג מיט יאָרדאַניע, איז דאָס ערשטע מאָל דערשינען אין יאָר 1936 פֿון דער פּיל־קאָמיסיע און דערנאָך ווידער געוואָרן אַקטועל מיט דער שליחות פֿון גראַף בערנאַדאָט, וועלכער האָט עס אײַנגעשלאָסן אין זײַן ראַפּאָרט צום גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "יו־ען" דעם 15טן סעפּטעמבער 1948, און איז צוויי טעג שפּעטער דערמאָרדעט געוואָרן. אין 1950, האָט קעניג אַבדאַלאַ דער ערשטער (1882—1951) פֿאַרבונדן עבֿר־הירדן מיט די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס און די פּראָבלעם איז ווידער דערשינען אין 1967, נאָך דעם ווי ישׂראל האָט אָקופּירט דעם מערבֿדיקן ברעג.

אין 1982 האָט פּרעזידענט רייגען פֿאָרגעשלאָגן צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, פֿאַרבונדן מיט יאָרדאַניע. יאָרדאַניע האָט מסכּים געווען, אָבער די פּאַלעסטינער האָבן עס באַשטעטיקט אין פֿעברואַר 1983, אין פּאַלעסטינער נאַציאָנאַלן ראַט אין אַלזשיר מיט אַ תּנאַי, אַז יעדער איינער פֿון די צוויי מיטגלידער פֿון דער פֿעדעראַציע וועט דערקלערט ווערן ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה. דאָס האָט נישט פּאַסירט און דעם 11טן פֿעברואַר 1985 זענען קעניג כוסיין און אַראַפֿאַט געקומען צו אַ הסכּם וועגן אַ פּאַלעסטינער־יאָרדאַנישער קאָנפֿעדעראַציע, וועלכער איז אָבער נישט אונטערגעשריבן געוואָרן.

לעצטנס, האָט יאָרדאַניע באַשלאָסן צו מאַכן אַ רעוויזיע אין איר צוגאַנג צו דעם מערבֿדיקן ברעג, דאָס הייסט, צו די אָקופּירטע שטחים וווּ עס הערשט די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. דער געוועזענער פּרעמיער־מיניסטער פֿון יאָרדאַניע אַדנאַן באַדראַן האָט דערקלערט אין אַן אינטערוויו: "אַלץ וואָס עס קומט פֿאָר אויף דעם מערבֿדיקן ברעג און אין עזה האָט אַן אײַנפֿלוס, צום גוטן אָדער שלעכטן, אויף יאָרדאַניע, און מיר קענען נישט זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט; מיר דאַרפֿן זיך באַטייליקן אינעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה. מיר דאַרפֿן העלפֿן די פּאַלעסטינער צו רעאַליזירן די 'וועגן־מאַפּע’".

די דאָזיקע יאָרדאַנישע שטעלונג איז אַ 180־גראַדיקע ענדערונג אין יאָרדאַניעס שטעלונג בנוגע די אָסלאָ־אָפּמאַכן, מצד וועלכע יאָרדאַניע האָט זיך אָפּגעטרייסלט אין גאַנצן פֿון יעדער פֿאַרבינדונג מיט דער פּאַלעסטינער פּראָבלעם. אין אַפּריל 1987 האָבן זיך געטראָפֿן אין לאָנדאָן קעניג כוסיין און שמעון פּערעס און געקומען צו אַ הסכּם וועגן דער "יאָרדאַנישער אָפּציע", וואָס האָט געהייסן אַ הסכּם צווישן יאָרדאַניע, די פּאַלעסטינער און ישׂראל, לויט וועלכן דער מערבֿדיקער ברעג וואָלט צוריקגעגאַנגען אונטער דער יאָרדאַנישער סוּווערעניטעט.

דער דאָזיקער הסכּם איז נישט רעאַליזירט געוואָרן, צוליב חילוקי־דעות אין דער ישׂראלדיקער רעגירונג צווישן שמעון פּערעסן און יצחק שמירן. אין אַן אינטערוויו אין "Jerusalem Post" וועגן דעם 60סטן יוביליי פֿון מדינת־ישׂראל, האָט שמעון פּערעס דערמאָנט, בעיקר, די הצלחות און דערגרייכונגען פֿון דער ייִדישער מדינה און זיך אָפּגעהאַלטן פֿון דערמאָנען די דורכפֿאַלן, אַחוץ איינעם: דעם לאָנדאָנער הסכּם. וועגן דעם האָט ער זיך אויסגעדריקט: "איינער פֿון אונדזערע גרעסטע פֿעלערן איז געווען, וואָס מיר האָבן נישט אויסגענוצט די יאָרדאַנישע אָפּציע".

אַכט מאָנאַטן שפּעטער האָט אויסגעבראָכן די אינטיפֿאַדע און אין יולי 1988 האָט קעניג כוסיין אויפֿגעגעבן זײַנע פֿאָדערונגען לגבי דעם מערבֿדיקן ברעג און איבערגעריסן מיט אים יעדע פֿאָרמעלע יורידישע און אַדמיניסטראַטיווע פֿאַרבינדונג. די שטענדיק וואַקסנדיקע שוועריקייטן צו דערגיין צו פּרעזידענט דזשאָרדזש בושס לייזונג פֿון צוויי מדינות אין ארץ־ישׂראל — ישׂראל און פּאַלעסטינע — צווינגען די פּאַלעסטינער און יאָרדאַניער צו קלערן וועגן אַ לייזונג דורך אַ קאָנפֿעדעראַציע.

אַבדאַלאַס רוף צו דער "אַראַבישער ליגע" צו נאָרמאַליזירן די באַציִונגען מיט ישׂראל פֿאַר דער לייזונג פֿונעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער און אויסמײַדן די פֿריצײַטיקע תּנאָים, וואָס די אַראַבער האָבן ביז איצט אונטערגעשטראָכן, הייסט נישט, אַז אַבדאַלאַ האָט אויפֿגעגעבן די תּנאָים. זײַן רוף איז געבויט אויף דער באַזע פֿונעם פּרינציפּ "שלום פֿאַר טעריטאָריעס" און די פּרינציפּן פֿון דער מאַדרידער קאָנפֿערענץ פֿון 1991. ווען אַ וואָרטזאָגער פֿון דער "אַראַבישער ליגע" האָט באַשולדיקט קעניג אַבדאַלאַ, אַז ער מאַכט צו גרויסע קאָנצעסיעס לגבי ישׂראל, האָט אַבדאַלאַ געענטפֿערט, אַז זײַנע קאָנצעסיעס זענען נישט צו ישׂראל, נאָר צוליב דער ווירקלעכקייט.

וואָס שייך דעם פּאַלעסטינער שותּף, איז ווען אראַפֿאַט האָט געלעבט, האָט ער זיך זייער ווייניק אינטערעסירט מיט יאָרדאַניע און אַפֿילו אַקטויִרט קעגן דער ספּעציעלער ראָלע פֿון יאָרדאַניע ווי דעם פּראָטעקטאָראַט פֿון די הייליקע מוסולמענישע פּלעצער אין ירושלים. אַבו מאַזען, פֿאַרקערט, האַלט אָן ענגע באַציִונגען מיטן קעניג אַבדאַלאַ און מיט הויכע פּערזענלעכקייטן אין דער יאָרדאַנישער אַדמיניסטראַציע. מאַכמוד אַבאַס באַזוכט אָפֿט אַמאַן און האָט זיך עפֿנטלעך אויסגעדריקט, אַז ער איז פֿאַראינטערעסירט אין באַנײַען די באַציִונגען מיט יאָרדאַניע אויף אַלע געביטן. נאָך דעם ווי קעניג כוסיין האָט עפֿנטלעך איבערגעריסן די פֿאַרבינדונג מיטן מערבֿדיקן ברעג אין יולי 1988, האָט די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט דערזען אין דעם נישט נאָר אַן ענדע פֿון די יורידישע און אַדמיניסטראַטיווע אויפֿגאַבעס פֿון דעם האַשעמעם קינגדאָם, נאָר אויך אַ סוף פֿון יאָרדאַניעס באַטייליקונג אין אַ פּערמאַנענטן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.

אָבער יאָרדאַניע אַליין האָט קיין מאָל נישט געזען אין דעם אַ כּוונה צו פֿאַרלאָזן אין גאַנצן אירע באַציִונגען מיטן מערבֿדיקן ברעג. אַבדאַלאַ האָט זיך, ווײַזט אויס, באמת דערשראָקן, ווען אַבו מאַזען האָט דערקלערט, אַז ער וועט נישט זײַן מער קיין קאַנדידאַט פֿאַרן פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. אַן אײַנגעוואָרצלטער פּאָליטישער אינטערעס פֿון יאָרדאַניע אין די פּאַלעסטינער פּראָבלעמען און די עקאָנאָמישע, סאָציאַלע און פֿאַמיליע־קאָנטאַקטן צווישן דעם מערבֿדיקן ברעג און יאָרדאַניע קענען נישט ווערן איגנאָרירט, און אין יאָרדאַניע שטאַרקט זיך די שרעק פֿאַר אַ צעפֿאַלונג פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט.

צי באַרעכטיקט, צי נישט, יאָרדאַניע האָט מורא, אַז טויזנטער פּאַלעסטינער וועלן אַריבערגיין פֿון מערבֿדיקן ברעג קיין יאָרדאַניע און וועלן דאָרט בעטן אַזיל. דאָס קען דווקא באַדראָען יאָרדאַניעס אינערלעכע סטאַביליטעט. דערווײַל האָט די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט געמאָלדן, אַז די וואַלן וועלן נישט פֿאָרקומען אין יאַנואַר, ביז די סכּנה פֿון אַ כאַאָס אין דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט וועט נישט פֿאַרבײַ. דער איצטיקער פּרעזידענט פֿון אַמעריקע, באַראַק אָבאַמאַ, האַלט זיך נישט בײַ דער "וועגן־מאַפּע", זעט קעניג אַבדאַלאַ אַ מעגלעכקייט, אַז אַמעריקע וועט אויך שטיצן דעם צוריקקער צו דער יאָרדאַנישער אָפּציע. דאָס וואָלט געבראַכט צו אַ הסכּם צווישן ישׂראל און דער יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער קאָנפֿעדעראַציע. דער יאָרדאַנישער דיפּלאָמאַטישער, עקאָנאָמישער און מיליטערישער אַפּאַראַט קען פֿאַרזאָרגן די פּאַלעסטינער מיט אַ שטאַרקער סטרוקטור, כּדי צוריקצוברענגען צום לעבן די עקאָנאָמיע אויפֿן מערבֿדיקן ברעג און אײַנפֿירן אַן אָרדענונג.

אַזוי ווי יאָרדאַניע האַלט אָן מיט ישׂראל דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, וואָלט ישׂראל זיך נישט קעגנגעשטעלט דער יאָרדאַנישער מיליטערישער אָנוועזנהייט אויפֿן מערבֿדיקן ברעג, געשטיצט דורך דער "אַראַבישער ליגע" און דער "יו־ען". יאָרדאַניע וואָלט אויך געקאָנט בײַטראָגן צו דער לייזונג פֿון די ענדגילטיקע גרענעצן צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. און דאַן וואָלט אויך געווען מעגלעך אַרײַנצוברענגען אין עזה מיליטערישע איינהייטן פֿון עגיפּטן און דער "יו־ען", מאַכן דאָרט אַן אָרדענונג און דערמעגלעכן פֿאַר דעם עזה־לאַנדפּאַס זיך צו באַטייליקן אין די אונטערהאַנדלונגען. קאָן זײַן, אַז עס איז ווערט צו פּרובירן דעם וועג צו אַ שלום דורך אַמאַן.