בײַ מאַרטין ווײַנבערגס כּל־בו געשעפֿט אין מאַלמע, האָט מען שוין נײַן מאָל אויסגעהאַקט די שויבן און פֿאַרשמירט די ווענט מיט האַקנקרייצן |
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך זיך אומגעקערט פֿון אַ רײַזע קיין אייראָפּע, וווּ כ׳האָב געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט צוויי קליינע ייִדישע קהילות, און דערבײַ צו האָבן אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס מיינט עס הײַנט זיך אויסצולעבן ווי אַ ייִד אין יענע קאַנטן.
די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס איך און מײַן מאַן, לייבל, זענען געפֿאָרן אַהין איז געווען צו פּראַווען דעם 90סטן געבוירן־טאָג פֿון מײַן שווער, וועלכער וווינט אין מאַלמע — די דריט־גרעסטע שטאָט אין שוועדן. מיר האָבן אויך פֿאַרבראַכט דאָרט ראש־השנה. די שיל, וואָס ווערט אָנגעפֿירט פֿון אַ חב״ד־רבֿ, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גרויסן, שיינעם בנין, און איז דעם ערשטן טאָג יום־טובֿ געווען געפּאַקט. כ׳האָב אָבער באַמערקט, אַז אַ סך פֿון די מתפּללים האָבן נישט געדאַוונט — אַ פּנים, נישט געוווּסט ווי אַזוי.
הגם ס׳רובֿ פֿון די עלטערע און מיטל־יאָריקע ייִדישע אײַנוווינער, וועלכע האָבן אימיגרירט פֿון פּוילן קענען ייִדיש (מײַן מאַנס משפּחה איז געווען איינע פֿון די הונדערטער פּויליש־ייִדישע משפּחות, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין מאַלמע אין יאָר 1969), איז די אַסימילאַציע דאָרט זייער גרויס, און אַ סך פֿון זייערע קינדער האָבן שוין חתונה געהאַט מיט נישט-ייִדן. צום גרויסן טייל, איז עס צוליב דעם, וואָס אין מאַלמע געפֿינען זיך נישט קיין שום ייִדישע שולן אָדער זומער־לאַגערן; וואַקסן די קינדער אויף מיט ווייניק וויסן אָדער אינטערעס צו ייִדישע ענינים.
בעת מײַן וויזיט האָבן די מאַלמער ייִדן מיר דערציילט, אַז זיי פֿילן זיך באַדראָט פֿון דער וואַקסנדיקער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג, בפֿרט צוליב זייערע אַגרעסיווע אַנטי־ישׂראלדיקע מאַניפֿעסטאַציעס און דעם וואַקסנדיקן קרימינעלן עלעמענט. אין דער שטאָט פֿון 280,000 אײַנוווינער, וווינען הײַנט אין מאַלמע 70,000 מוסולמענער, אַקעגן בלויז 1,200 ייִדן.
מאַרטין ווײַנבערג, אַ ייִד, וועלכער פֿאַרמאָגט אַ כּל־בו געשעפֿט אין מיטן דער שטאָט, האָט דערציילט, אַז מע האָט אין זײַן געשעפֿט שוין נײַן מאָל אויסגעהאַקט די שויבן און פֿאַרשמירט די ווענט מיט האַקנקרייצן. "די פּאָליציי האָט אָבער גאָרנישט געקענט טאָן — האָט דערציילט זײַן פֿרוי, דאָראַ — ווײַל די צוויי ייִנגלעך וואָס זיי האָבן געכאַפּט, זענען געווען ייִנגער פֿון 15 יאָר." אַגבֿ, רעדן ביידע ווײַנבערגס אַ פּרעכטיקן ייִדיש.
דער אַנטיסעמיטיזם אַנטפּלעקט זיך נישט בלויז בײַ די מוסולמענער, נאָר אויך בײַ די "פּראָגרעסיווע" שוועדן, וועלכע סימפּאַטיזירן מיט די פּאַלעסטינער. ד״ר סאָלאָמאָן שולמאַן, אַ ייִדישער קינדער־דאָקטער, וועלכער לערנט אַ ייִדיש־קלאַס אין "לונד־אוניווערסיטעט" (און וווּ די סטודענטן ניצן דעם "פֿאָרווערטס" פֿאַר זייער לייען־מאַטעריאַל), האָט מיר דערציילט וועגן אַן אינצידענט מיט זײַנעם אַ גאַסט, אַ שוועדישן דאָקטער. בעת אַ שמועס, האָט דער שוועד פּלוצלינג דערקלערט: "איר, ייִדן, הרגעט דאָך פֿרויען און קינדער."
בנימין און משה האָפֿמאַן אין זייער רעסטאָראַן, "האָפֿיס", אַנטווערפּן |
"איך האָב אים געבעטן איבערחזרן עס נאָך אַ מאָל, ווײַל כ׳האָב געמיינט, אַז אפֿשר האָב איך אים נישט ריכטיק פֿאַרשטאַנען," האָט ד״ר שולמאַן דערציילט. "ווען ער האָט איבערגעזאָגט די זעלבע ווערטער, האָב איך אים געגעבן אַזאַ זעץ, אַז ער האָט זיך איבערגעקערט, און מיך טאַקע אָנגעקלאָגט אין דער פּאָליציי." נאָכן אויסהערן די פֿאַקטן האָט די פּאָליציי אָבער אָפּגעלאָזט דעם ענין.
בדרך־כּלל פֿילן די ייִדן, אַז די פּאָליציי טוט נישט גענוג זיי צו פֿאַרטיידיקן קעגן אַנטיסעמיטיזם, אָבער דאָס הייבט זיך אָן צו בײַטן, האָט איבערגעגעבן די כּלל־טוערין, באַרבראָ פּאָסנער. דעם 3טן סעפּטעמבער, למשל, האָט אַ פֿאָרשטייער פֿון דער פּאָליציי אָפּגעהאַלטן אַ לעקציע פֿאַר אַן עולם פֿון 50 מענטשן, וועגן דער וויכטיקייט צו אינפֿאָרמירן דער פּאָליציי וועגן יעדן אַנטיסעמיטישן אַטאַק. ער האָט אויך איבערגעגעבן די סטאַטיסטיק פֿון אַנטיסעמיטישע פֿאַרברעכנס.
הגם די שריט וועלן אפֿשר העלפֿן די ייִדן זיך צו פֿילן אַ ביסל זיכערער אין מאַלמע, וועט די קהילה ווײַטער לײַדן פֿון דער וואַקסנדיקער אַסימילאַציע און געמישטע חתונות. כּמעט אַלע ייִדן, מיט וועמען איך האָב גערעדט האָבן מיר געזאָגט, אַז צום באַדויערן, זעען זיי נישט קיין צוקונפֿט פֿאַר די ייִדן אין מאַלמע.
ס׳איז געווען אינטערעסאַנט צו פֿאַרגלײַכן מאַלמע מיט אַ צווייטער אייראָפּעיִשער שטאָט, וואָס מיר האָבן באַזוכט: די "געטאָ" און דימענטן־צענטער אין אַנטווערפּן. ווי עס האָט מיר דערציילט דער פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה, פּנחס קאָרנפֿעלד, געפֿינען זיך דאָרט 35 בתּי־מדרשים, 15 כּשרע רעסטאָראַנען און בעקערײַען, און 3 ייִדישע טאָגשולן: "בית־יעקבֿ" פֿאַר די חסידישע און אַנדערע פֿרומע קינדער; די ציוניסטיש־רעליגיעזע שול "יבֿנה"; און די מער סעקולערע "תחכמוני"־שול.
ייִדיש הערט מען אין אַנטווערפּן אַ סך. שבת, אין דער טשאָלטקער שיל, וווּ איך האָב געדאַוונט, האָט מען די דרשה און די מעלדונגען, ווי אויך דעם פּרקי־אָבֿות־שיעור נאָך מיטאָג געהאַלטן אויף ייִדיש. צום באַדויערן, איז דער שיעור פֿאַר די פֿרויען אָבער געווען אויף העברעיִש. ווען איך האָב געפֿרעגט קאָרנפֿעלד פֿאַר וואָס בלויז בײַ די מענער איז אויף ייִדיש, האָט ער געענטפֿערט, אַז די מענער קענען בעסער ייִדיש ווײַל אין די ישיבֿות לערנט מען אַלע לימודי־קודש אויף ייִדיש, בעת אין די מיידלשולן, בפֿרט די צוויי מאָדערנערע, איז אַלץ אין עבֿרית.
אָבער דערפֿאַר, קאָן מען יעדן טאָג הערן די געשמאַקע שמועסן און דעם געפּילדער פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע קינדער אינעם "טשאָלנט־פּאַרק". דער שטאָטישער פּאַרק, וואָס ליגט אין צענטער פֿון דער געטאָ, האָט באַקומען אַזאַ נאָמען צוליב דעם וואָס שבת, נאָכן טשאָלנט גייען די משפּחות אַהין צו שפּאַצירן.
אַ רעפּעטיציע פֿון דער פּיעסע "משוגע, משוגע", וואָס מע וועט פֿאָרשטעלן אין אַנטווערפּן אין אָקטאָבער. פֿון רעכטס: חיים ניס, יואל אַבענד און טערעז האַמעל |
C. Rony Boonen |
ייִדיש הערט מען אויך אויף דער ראַדיאָ: יעדן פֿרימאָרגן, פֿון 10:30 ביז 11:30, קלינגען די צוהערער אָן מיט זייערע פֿראַגעס און קאָמענטאַרן. די פּראָגראַם, אָנגעפֿירט פֿון מרים פֿוקס, ווערט געשטיצט פֿון דער סטודענטן־אָרגאַניזאַציע, "סערקל בן־גוריון".
הײַיאָר, צום ערשטן מאָל זינט 1993, וועט מען אויך שפּילן ייִדיש־טעאַטער. סילוויע פֿאָגעל, וועלכע האָט געשפּילט אין אַן אַנטווערפּער ייִדישן טעאַטער ביז ער האָט זיך געשלאָסן אין 1993, רעזשיסירט די קאָמעדיע "משוגע, משוגע", אַן איבערזעצונג פֿון דער פֿראַנצויזישער פּיעסע "טאָק טאָק" פֿון לאָראַן באַפֿל. די אַקטיאָרן טוען עס פֿרײַוויליק, און דאָס פֿאַרדינסט, זאָגט פֿאָגעל, וועט מען געבן פֿאַר אַ צדקה־אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט די אָרטיקע אָרעמע ייִדן. הגם די שפּילער זענען נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן, רעדן זיי אַלע אַ היימישן פּויליש־ייִדיש, וואָס גיט צו אַ געוויסע אויטענטישקייט.
אינעם רעסטאָראַן "האָפֿיס", וווּ מע סערווירט היימישע אַשכּנזישע מאכלים פֿון אַ הויכער קוואַליטעט (דער רעסטאָראַן האָט באַקומען 4 שטערנס פֿון דער אַלגעמיינער אַנטווערפּער צײַטונג Zone 30), רעדט דער גוייִשער סאַרווער בלויז צוויי שפּראַכן: פֿלעמיש און ייִדיש! די אייגנטימער פֿונעם רעסטאָראַן, משה און בנימין האָפֿמאַן, זענען בעלזער חסידים, אָבער אַזוי ווי אַ סך פֿון די חסידים מיט וועמען איך האָב זיך באַקענט אין אַנטווערפּן, באַציִען זיי זיך זייער פֿרײַנדלעך צו דער מאָדערנער וועלט, און פֿילן זיך דאָרט באַקוועם. ווען איך האָב זיי, אַ שטייגער, געזאָגט, אַז איך בין פֿון אַמעריקע, האָט משה גענומען זינגען דאָס באַקאַנטע לידל פֿונעם מיוזיקל West Side Story:
"I like to be in America, so much to see in America..."
דעם זעלבן מאָדערנעם צוגאַנג האָבן מיר געזען אויך בײַ אַנדערע חרדים. אונדזער טאַקסי־שאָפֿער, שמעלקע פֿעלדמאַן, אַ וויזשניצער חסיד, האָט אונדז דערציילט, אַז ער שפּילט עטלעכע מאָל אַ וואָך פֿוסבאָל אָדער קוישבאָל; ווינטערצײַט נאַרטלט ער זיך (לויפֿט אויף סקי), און זומערצײַט ברענגט ער זײַן משפּחה צו דער פּלאַזשע. און אומעטום זעט מען ווי די חסידים פֿאָרן אויף ביציקלעטן. "אַלע לעבן דאָ גוט אין איינעם — די חסידים און די מאָדערנע, די פֿרומע און די פֿרײַע," האָט האָפֿמאַן באַמערקט.
אַ דאַנק דעם פּלוראַליסטישן צוגאַנג, רעדט הײַנט בנימין מולער, אַ 26־יאָריקער בחור פֿון אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער היים, אַ געשמאַקן ייִדיש. בעת זײַנע יאָרן אין דער "בעת־יעקבֿ"־שול, האָט ער זיך אויסגעלערנט ייִדיש פֿון זײַנע חסידישע חבֿרים. "אַפֿילו הײַנט, ווען איך פֿאַרברענג מיט זיי, איז מיר באַקוועמער צו שמועסן און זיך וויצלען אויף ייִדיש," האָט מולער געזאָגט.
הגם בנימינס טאַטע, סערזש, איז אויך אַן אַנטווערפּן־געבוירענער און רעדט פֿליסיק מאַמע־לשון, האָט מען אין דער היים גערעדט בלויז ענגליש. די מאַמע, נינאַ, איז אַן אַמעריקאַנער־געבוירענע, און סערזש האָט געוואָלט פֿאַרזיכערן, אַז די קינדער וועלן כאָטש איין שפּראַך קענען זייער גוט. "די מענטשן וואָס קומען צו גאַסט קיין אַנטווערפּן, זענען נתפּעל, וואָס מע רעדט דאָ אַזוי פֿיל שפּראַכן, אָבער ס׳איז אַ גרויסע פּראָבלעם! מע מישט אַלץ צוזאַמען, מע מאַכט דערפֿון אַ טשאָלנט. כ׳האָב געוואָלט, אַז מײַנע קינדער זאָלן נישט האָבן קיין שוועריקייטן, למשל, אָנצושרײַבן אַן אָפֿיציעלן בריוו."
אינעם "טשאָלנט־פּאַרק" און (לינקס) אויף דער גאַס, אַנטווערפּן |
כ׳האָב געפֿרעגט נינאַ, ווי אַזוי איז אויסגעקומען, אַז זי, אַ ניו־יאָרקער אַדוואָקאַטין, זאָל חתונה האָבן מיט אַן אַנטווערפּער בחור און זיך באַזעצן דאָ? "מיר האָבן זיך באַקענט אין ניו־יאָרק," האָט זי דערציילט. "ווען איך האָב אים אַהיימגעבראַכט צום ערשטן מאָל, האָט מײַן טאַטע אים געוואָלט פֿאַרהערן. סערזש איז געווען זייער נערוועז, האָט מײַן טאַטע אים געזאָגט, אויף ייִדיש: ׳שאַ, מאַכט זיך באַקוועם, טוט אויס דאָס רעקל...׳ דאָס וואָס מײַן טאַטע האָט אים פֿאַרהערט אויף ייִדיש, האָט מיר אויסגעזען זייער היימיש."
"ס׳איז אָבער געווען אַ שווערער באַשלוס פֿאַר מיר, ווײַל איך האָב געוווּסט, אַז אויב מיר וועלן חתונה האָבן און זיך באַזעצן אין אַנטווערפּן, וועל איך מוזן אויפֿגעבן מײַן קאַריערע ווי אַן אַדוואָקאַט. כ׳האָב דעמאָלט געחלומט, אַז אפֿשר וועל איך נאָך ווערן די ערשטע ייִדישע ריכטערין אינעם העכסטן געריכט..."
סערזש און נינאַ, ווי אַ סך אַנדערע עלטערן, האָבן אָבער געזאָגט, אַז זייערע קינדער וועלן מסתּמא נישט בלײַבן אין אַנטווערפּן, בפֿרט אַז די דימענט־אינדוסטריע איז איצט אויף גרויסע צרות. ס׳רובֿ פֿון דער יוגנט באַזעצט זיך הײַנט אין ישׂראל אָדער אַמעריקע. "ס׳איז דאָך נישטאָ קיין מאָרגן פֿאַר זיי דאָ," האָט נינאַ געזאָגט.
און דאָ ליגט טאַקע די איראָניע. הגם די ייִדישע קהילה אין אַנטווערפּן איז גוט אָרגאַניזירט, שוויבלט און גריבלט מיט שילן, קינדערשולן און אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס, איז איר צוקונפֿט, ווי אין מאַלמע, נישט קיין פֿויגלדיקע. דער איינציקער חילוק: אין מאַלמע פֿאַרלירט מען די קינדער צוליב דער אַסימילאַציע, און אין אַנטווערפּן — צוליב דער עמיגראַציע. אַזוי ווי איין אַמעריקאַנער אײַנוווינערין אין אַנטווערפּן האָט מיר געזאָגט: "דאָ אימפּאָרטירט מען די ווײַבער, און מע עקספּאָרטירט די קינדער."