אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז די גאַליציאַנער שטאָט, וועגן וועלכער די רייד וועט גיין ווײַטער, באַקאַנט געוויינטלעך ווי סטאַניסלאַוו. דעם איצטיקן נאָמען איוואַנאָ-פֿראַנקאָווסק, צי איוואַנאָ-פֿראַנקיווסק אויף אוקראַיִניש, האָט די שטאָט באַקומען נאָר אין 1962 — זינט דעמאָלט טראָגט עס דעם נאָמען פֿונעם גרויסן אוקראַיִנישן שרײַבער איוואַן פֿראַנקאָ (וואָס האָט, אַגבֿ, געקענט ייִדיש און זיך באַשעפֿטיקט מיט ייִדישן פֿאָלקלאָר).
אין סטאַניסלאַוו האָבן די ייִדן געלעבט זינט מיטלעלטער, צו מאָל זײַנען ס'רובֿ היגע תּושבֿים געווען ייִדן, צו מאָל אַ ביסל ווייניקער. ערבֿ דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג דערגרייכט אַרום 30 טויזנט נפֿשות. נאָר בערך 5 פּראָצענט פֿון זיי האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.
אין הײַנטיקן איוואַנאָ-פֿראַנקיווסק, וואָס איז אַ שטאָט מיט 200 טויזנט אײַנוווינער, זײַנען פֿאַרבליבן עטלעכע הונדערט ייִדן. ווי כּמעט אומעטום אין אוקראַיִנע, איז דאָס ייִדישע לעבן חב''דיזירט געוואָרן, אָבער אין איוואַנאָ-פֿראַנקיווסק זעט עס אויס אַ ביסל אַנדערש, ווײַל דער ליובאַוויטשער רבֿ איז ניט קיין אויסלענדער, נאָר אַ היגער, משה קאָלעסניק, אַ געוועזענער לערער.
אַזוי צי אַזוי אָבער עפּעס לאָזט ניט פֿאַרגעסן אין איצטיקן איוואַנאָ-פֿראַנקיווסק וועגן דער ייִדישער "פּראָבלעם". געדענקט מען וועגן דעם אין דער היגער אָוונט-צײַטונג "וועטשערני איוואַנאָ-פֿראַנקאָווסק" — זי גייט אַרויס פֿון זומער 2005 ווי אַ פֿאָרום פֿון דער פּאַרטיי, בראָש מיט דער פּרעמיער-מיניסטערשע יוליאַ טימאָשענקאָ. דער רעדאַקטאָר, זינאָווי בויטשוק, איז איינער פֿון די לאָקאַלע פֿירער פֿון דער פּאַרטיי און אַ דעפּוטאַט אין דעם געגנט-ראָט. אין דעצעמבער האָט די צײַטונג זיך אויסגעצייכנט מיט אַ ציקל אַרטיקלען, אָנגעשריבן דורך יורי בודזיק. די טעמע איז — מינערווערטיקייט פֿון ייִדן.
לויט בודזיקן נאָך, זײַנען די ייִדן ניט שולדיק אין זייער מינערווערטיקייט, ווײַל אַזוי האָט אונדז שוין, נעבעך, געמאַכט דער אייבערשטער. די סלאַווישע פֿעלקער האָט ער דאָך אויסגעאַרבעט אויף דעם זעקסטן טאָג, און די ייִדן — אַזש אויף דעם אַכטן. צי דער אייבערשטער איז מיד געווען צו יענער צײַט, צי צוליב נאָך עפּעס אַ סיבה, אָבער ער האָט די ייִדן געמאַכט כאַפּ-לאַפּ, בלויז פֿון צוויי קאָמפּאָנענטן, גוף און נשמה, סתּם אַ בשׂר-ודם, בעת בײַם שאַפֿן די סלאַוון, האָט ער זיך ניט געפֿוילט און אַרײַנגעלייגט אין זיי אויך גײַסט און געוויסן. און אַזוי איז עס שוין פֿאַרבליבן, אַז די צוויי-קאָמפּאָנענטיקע ייִדן זײַנען גענעטיש פֿאַרפּראָגראַמירט געוואָרן צו טאָן אַלע שלעכטע זאַכן און שטערן די פֿיר-קאָמפּאָנענטיקע אוקראַיִנער צו לעבן אַ נאָרמאַלן לעבן. למשל, די ייִדן האָבן די סלאַוון בכלל און די אוקראַיִנער בפֿרט אויסגעלערנט שיכּורן.
ווי אַ שטיקל סך-הכּל, טענהט בודזיק אין זײַנע שרײַבערײַען, אַז "אויף דער גאָרער וועלט זײַנען ניטאָ קיין מער אַנטאַגאָניסטישע נאַציעס ווי די אוקראַיִנער און די ייִדן". כאַראַקטעריש, אַז אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס די צײַטונג האָט זיך דערלויבט צו דרוקן אַזעלכע אַנטיסעמיטישע מאַטעריאַלן, האָט דער רעדאַקטאָר, דער אויבנדערמאָנטער זינאָווי בויטשוק, דערקלערט, אַז בודזיקס אַרטיקלען האָבן קיין שײַכות ניט צום אַנטיסעמיטיזם, ווײַל אין זיי גייט די רייד נאָר וועגן "דער אָביעקטיווער רעאַלקייט און היסטאָרישע פֿאַקטן".
איוואַנאָ-פֿראַנקיווסק געהערט צו די אוקראַיִנישע שטעט, וווּ מע האַלט אַ וועלט פֿון די נאַציאָנאַליסטישע מיליטערישע כּוחות, וואָס זײַנען געווען אַקטיוו אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. אין דער שטאָט גופֿא און אין דער געגנט שטייען שוין עטלעכע מעמאָריאַלן געווידמעט סטעפּאַן באַנדעראַ, דער פֿירער פֿון די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן אין די יאָרן פֿון דער מלחמה. באַנדעראַ איז געבוירן געוואָרן אין דער געגנט, און יעדן 1טן יאַנואַר, אין זײַן געבוירן־טאָג, גייען דאָרטן דורך מאַרשן און אַנדערע צונויפֿקומענישן פֿון באַנדעראַס פֿאַרערער.
דעם 1טן יאַנואַר 2009 איז באַנדעראַס 100־יאָריקער יוביליי, און דער אוקראַיִנישער פּאַרלאַמענט האָט לעצטנס באַשלאָסן אָפּצומערקן עס ווי אַ טאָג פֿון נאַציאָנאַלער וויכטיקייט. אמת, אין מיזרח-אוקראַיִנע קוקט מען אויף דעם גאָר אַנדערש. דאָרטן נוצט מען דאָס וואָרט "באַנדעראָוועץ" ווי אַ סינאָנים פֿאַר נאַציסטישע קאָלאַבאָראַטאָרן. למשל, אין כאַרקאָוו האָט מען שוין אָפֿיציעל באַשלאָסן, אַז אין דער שטאָט וועט מען ניט דערלויבן קיין שום באַנדעראַ-פֿײַערונגען.
די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן האָבן זיך אויסגעצייכנט בעת דעם חורבן. די דײַטשן האָבן זיי געשיקט אויסצוהרגענען די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין פֿאַרשיידענע ערטער פֿון אוקראַיִנע און ניט נאָר אוקראַיִנע. לעצטנס, אָבער, האָבן זיך באַוויזן אַ סך פּובליקאַציעס, אין וועלכע מע פּרוּווט ווײַזן, אַז באַנדעראַ און זײַנע לײַט האָבן זיך באַצויגן גאַנץ גוט צו די ייִדן. נאָך מער — אַז צווישן די באַנדעראָווצעס זײַנען געווען אויך ייִדישע דאָקטוירים און אַפֿילו אידעאָלאָגן. ווי עס האָט זיך געוויצלט איינער אַ קאָמענטאַטאָר, אַז עס בלײַבט איצט נאָר צו ווײַזן, אַז סטעפּאַן באַנדעראַ איז אַליין געווען אַ ייִד.
אָבער וואָס וועט מען אין דעם פֿאַל טאָן מיט יורי בודזיקס לאָגיש-אויסגעשטעלטער טעאָריע? ווײַל דעמאָלט וועט באַנדעראַ אויך ווערן אַ צוויי-קאָמפּאָנענטיקער, ווי די ייִדן, און געפֿערלעך פֿאַר די פֿיר-קאָמפּאָנענטיקע סלאַוון.