|
אויף דער ייִדישער גאַס אין צענטראַל-פּאַרק |
|
דער לעבנס־שטייגער אין די קליינע ייִדישע קהילות האָט שוין אין משך פֿון די לעצטע יאָרן אײַנגעפֿירט זײַן אייגענעם לוח, וווּ מע קאָן געפֿינען סײַ די טראַדיציאָנעלע ייִדישע יום־טובֿים און סײַ די דאַטעס און חגאות, וואָס אונדזער טאָג־טעגלעכקייט האָט זיי אײַנגעפֿירט.
אַזוי איז פֿאָרגעקומען אויך הײַיאָר אין סעפּטעמבער־חודש, וווּ די צענטראַלע אונטערנעמען איז פֿאַרבונדן מיט דער טראַגישער יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע אינעם דובאָסאַרער "באַבי יאַר".
67 יאָר זײַנען אַוועק, זינט אין דער מאַסן־אַקציע אין סעפּטעמבער 1941 זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן 18.500 ייִדן פֿונעם שטעטל דובאָסאַר און די אַרומיקע ייִשובֿים.
די יערלעכע טרויער־אַקאַדעמיע האָט דערעפֿנט דער פֿאָרזיצער פֿון דער דובאָסאַרער ייִדישער קהילה אָזיאַס אוקשטיין. מיט ווייטיק האָט ער געזאָגט, אַז ביז הײַנט זײַנען נאָך נישט פֿעסט געשטעלט די נעמען פֿון עטלעכע טויזנט פֿאַרפּײַניקטע אין דעם ברידער־קבֿר, און עס גייט איצט אָן אַ גרויסע אַרבעט דאָס פֿעסטצושטעלן און דערנאָך אויסקריצן אויף די מאַרמאָרנע פּאַנעלן פֿון דעם דענקמאָל.
און וואָס קאָן פֿילן אַ מענטש, וועלכער האָט אַליין איבערגעלעבט די שרעקלעכע מינוטן פֿאַרן ווערן דערשאָסן? וועגן דעם האָט דערציילט שאַפּס רײַף, דער פֿאָרזיצער פֿון דער רעפּובליקאַנער אַסאָציאַציע פֿון געוועזענע קאַצעטלער. צו זײַנע 12 יאָר איז אים אויסגעקומען, צוזאַמען מיט אַנדערע אויסגעהונגערטע אײַנוווינער פֿון דער אָבאָדיווקער געטאָ, צו שטיין אויפֿן ראַנד פֿון אַ גרוב און וואַרטן ביז די פּאָליציאַנטן וועלן אָנהייבן שיסן. דורך אַ נס איז ער געבליבן לעבן.
|
סערגאָ בענגעלסדאָרף ענטפֿערט אויף פֿראַגעס |
|
אין דובאָסאַר, לעבן דעם דענקמאָל, זײַנען אויפֿגעטראָטן דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין אוקראַיִנע און מאָלדאָווע, סטאַוו נעזשינסקי; דער הויפּט פֿון דער סוכנות אין מאָלדאָווע, פּאַול לאַם־חיים; דער פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן קאָנגרעס פֿון מאָלדאָווע, אַלכּסנדר בילינקיס; ווי אויך דער פֿאָרשטייער פֿון "דזשוינט" אין מאָלדאָווע, מיקי קאַציר.
אין דער צערעמאָניע האָבן זיך באַטייליקט די פֿאָרשטייער פֿונעם "צענטער אויסצופֿאָרשן אַנטיסעמיטיזם" בײַם בערלינער אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינען זיך שוין אַ וואָך אינעם לאַנד און פֿאָרשן דאָס לעבן פֿון די אָרטיקע ייִדן. אין זײַן אויפֿטריט האָט דער הויפּט פֿון דער דעלעגאַציע, פּראָפֿ' וואָלפֿגאַנג בענץ, באַטאָנט, אַז ס’איז אים און אַלע זײַנע קאָלעגן שווער צו הערן וועגן די געשעענישן, פֿאָרגעקומען אין די ערטער מיט 67 יאָר צוריק. אַלע מיטגלידער פֿון זײַן אָרגאַניזאַציע טוען הײַנט אַלץ, אַז אַזוינס זאָל זיך שוין מער קיין מאָל נישט איבערחזרן.
* * *
אַ צווייטע וויכטיקע דאַטע אין סעפּטעמבער: דער 80־יאָריקער יוביליי פֿון שׂרה שפּיטאַלניק, די ביבליאָגראַפֿין פֿון דער קעשענעווער ייִדישער ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען. פֿרוי שפּיטאַלניק האָט אָנגעפֿירט מיט עטלעכע וויכטיקן פּראָיעקטן, אַזעלכע ווי "נעמען אין דער ייִדישער וועלט", "ייִדן אין דער וועלט־געשיכטע און קולטור. אָנדענק־דאַטעס", "בעסאַראַבער נוסח", וועגן די ייִדישע שרײַבער, אָפּשטאַמיקע פֿון בעסאַראַביע.
די פֿירערשאַפֿט פֿון דעם "קדם"־צענטער האָט האַרציק באַגריסט די יובילאַרשע און הויך אָפּגעשאַצט איר בײַטראָג לטובֿת דער ייִדישער ביבליאָגראַפֿישער וויסנשאַפֿט. "איר זײַט בלי־ספֿק אַ גרויסער אויטאָריטעט נישט נאָר אינעם אָפּשאַצן עסטעטישע דערשײַנונגען; אײַער מיינונג האָט אַ גרויסע השפּעה אויפֿן פֿאָרמירן די מאָראַלישע אַטמאָספֿער אין אונדזער קהילה," — איז געזאָגט געוואָרן אין דער באַגריסונג.
|
שׂרה שפּיטאַלניק |
|
אין סעפּטעמבער איז פֿאָרגעקומען די פּרעכטיקע אויסשטעלונג פֿון אונדזער ייִדישן מאָלער עדואַרד מײַנדענבערג, וועגן וועלכן ס'האָט זייער פּרטימדיק דערציילט אין זײַן אַרטיקל מיכאל קרוטיקאָוו (זע: "פֿאָרווערטס", סעפּטעמבער 12—18, 2008) דעריבער וועל איך זיך גענויער אָפּשטעלן אויף דער חגא, וואָס איז שוין פֿעסט אַרײַן אין אונדזער אָרטיקן ייִדישן קאַלענדאַר; כ'מיין, דעם עטנאָקולטורעלן פֿעסטיוואַל "אייניקייט דורך פֿאַרשידנאַרטיקייט". ער קומט שוין פֿאָר דאָס אַכטע מאָל אינעם צענטראַלן פּאַרק אויף שטעפֿאַן טשעל מאַרעס נאָמען. עס האָבן זיך אין אים באַטייליקט איבער 50 רעפּובליקאַנער און עטנאָקולטורעלע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע רעפּרעזענטירן צענדליקער עטנישע גרופּעס, וואָס לעבן אין מאָלדאָווע.
כאָטש דער וועטער איז געווען נישט קיין פּאַסיקער — ס'איז געגאַנגען אַ שיטער רעגנדל און געווען קילבלעך — האָט עס דעם עולם נישט אָפּגעשראָקן. אויף דער הויפּט־אַלעע האָבן זיך צונויפֿגענומען אַ סך בעלנים צו באַזוכן דאָס "ייִדישע געסל", וווּ מ'האָט געקאָנט הערן אַ פֿריילעך ייִדיש ליד, צו פֿאַרזוכן די בעסאַראַבער געפֿילטע פֿיש, געהאַקטע לעבערלעך, אַ שטיקל לעקעך און אַנדערע פּאָטראַוועס. די מאַנגער־ביבליאָטעק האָט אַרויסגעשטעלט אַ סטענד מיט ייִדישע ביכער; די אָרגאַניזאַציע "חסד" האָט זיך באַרימט מיט די שיין־קאָליריקע בילדער, אויסגענייט פֿון אירע מיטגלידער; די באַזוכער האָבן געקאָנט אַ בלעטער טאָן די קעשענעווער ייִדישע צײַטונג, וואָס גייט אַרויס אויף רוסיש — "דאָס ייִדישע שטעטל". מיט איין וואָרט, דאָס "ייִדישע געסל" האָט אויסגעזען נישט ערגער ווי אַנדערע נאַציאָנאַלע "גאַסן און געסלעך", הלוואַי אויף איבער אַ יאָר נישט ערגער.