אײראָפּע, פּובליציסטיק

ווען וועט ער קומען, דער סוף? מיט דער און נאָר אָט דער פֿראַגע פֿלעגן אויפֿשטיין און זיך לייגן די קאַצעטלער פֿון אוישוויץ. ס'איז געווען קלאָר, אַז דעם טויט וועט דאָ קיינער נישט אויסמײַדן. מ׳האָט אים געוואַרט יעדע מינוט. און דער פּײַניקסטער געדאַנק איז געווען פֿאַרבונדן מיטן לעבן. צי איז עמעצן באַשערט דאָ צו בלײַבן לעבן? אָט די פֿראַגע איז אין אוישוויץ פֿאַרווערט געווען צו שטעלן. אַהין פֿלעג מען ברענגען נאָר צוליב איין זאַך — טייטן! סוף יאַנואַר 1945 האָבן די קוים לעבעדיקע קאַצעטלער דערהערט שיסערײַען, און זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז ניט ווײַט פֿון זיי גייט אָן אַ שלאַכט. די וואַכלײַט פֿונעם לאַגער זײַנען זיך צעלאָפֿן, אָבער עפּעס טאָן צו ראַטעווען זיך, איז נישט געווען קיין כּוח. זײַנען זיי געליגן, אָדער געקוקט וואָס עס קומט פֿאָר פֿון יענער זײַט טויער און געוואַרט. געוואַרט אויפֿן לעבן.

אַרום זעקס אַ זייגער אין דער פֿרי האָט פֿונעם פֿראָסטיקן נעפּל זיך באַוויזן אַ רײַטער. אַ סאָלדאַט, אָנגעטאָן אין אַ שעפּסענעם פּעלץ, אויפֿן אַקסל איז געהאָנגען אַ ביקס, און אויפֿן היטל — צוגעטשעפּעט אַ רויט שטערנדל. דערנאָך האָט זיך באַוויזן נאָך איין רײַטער און נאָך, און נאָך... דאָס איז געווען דער רײַטער־פּאַטרול פֿון דעם מיליטערישן טייל, מיט וועלכן ס׳האָט קאָמאַנדעוועט דער סאָוועטישער גענעראַל פּעטרענקאָ. אינעם זעלבן טאָג, דעם 27סטן יאַנואַר, האָבן די סאָוועטישע סאָלדאַטן באַפֿרײַט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אוישוויץ־בירקענאַו — אַן אָרט אויף דער וועלט, וווּ עס זײַנען געווען אומגעבראַכט 900 טויזנט ייִדן, 150 טויזנט פּאָלאַקן, 21 טויזנט ציגײַנער, אַרום 15 טויזנט סאָוועטישע מיליטער־געפֿאַנגענע, ווי אויך מענטשן פֿון אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן. (לויט די לעצטע ידיעות, זענען פֿון 1940 ביז 1945 דעפּאָרטירט געוואָרן אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אוישוויץ־בירקינאַו איין מיליאָן 300 טויזנט מענטשן, וואָס פֿון זיי זײַנען לעבן געבליבן בלויז 200 טויזנט).

אוישוויץ — דער סימבאָל פֿון אוממענטשעלכן אַכזריות. אַ סימבאָל פֿון אַ ריזיקער, גוט דורכגעטראַכטער און הויך סאָפֿיסטיקירטער סיסטעם פֿון אומברענגען מענטשן. אַ סימבאָל, וואָס וואָלט שוין, דאַכט זיך, געדאַרפֿט אָנזאָגן דער וועלט אויף שטענדיק: אַזוינס טאָר זיך מער נישט איבערחזרן! צום באַדויערן, האָט זיך עס נאָר געדאַכט אַזוי. הײַנט, נאָך 65 יאָר פֿון באַפֿרײַען אוישוויץ, דערוויסן מיר זיך, אַז די קאַטאַסטראָפֿע פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט האָט ווייניק וואָס צו טאָן מיטן זאָג: "לא־תירצח!"

צוריק גערעדט, אויב נעמען דאָס הײַנטיקע דײַטשלאַנד, האָט די ווירקונג פֿונעם נאַצי־שוידער ממש געענדערט דאָס לאַנד; געשאַפֿן דעמאָקראַטישע נאָרמעס פֿון לעבן, טאָלעראַנץ, און מיטלײַד איז אַרײַן אינעם בלוט פֿון די נײַע דורות. דער מינדסטער פּרוּוו אויפֿצולעבן דעם נאַצישן נעכטן, ווערט נישט נאָר באַלד אָפּגעהאַקט און פֿאַראורטיילט מצד דער מאַכט, נאָר די געזעלשאַפֿט אַליין נעמט עס מער נישט אָן.

וואָס שייך די אַנדערע לענדער פֿון מערבֿ־אייראָפּע, וואָס זייערע גרענעצן פֿאַלן בדרך־כּלל צונויף מיט די גרענעצן פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, האָט מען אויך דאָרט נישט פֿאַרגעסן דעם חורבן און דעם אומקום פֿון 50 מיליאָן אייראָפּעער, מע געדענקט די חורבֿות און די נויט, וואָס די צווייטע וועלט־מלחמה האָט געבראַכט מיט זיך. כּמעט אין די אַלע לענדער איז דאָס אָפּלייקענען דעם חורבן צוגעגלײַכט געוואָרן צו אַ קרימינעל פֿאַרברעכן. דאָס מאַכן אַ סוף צו דעם דורותדיקן סיכסוך צווישן פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד, עפֿנט די גרענעצן און פֿאַרטיפֿט כּסדר די מיטאַרבעט אויף אַלע פֿעלדער. עס ברענגט אַ האָפֿענונג, אַז מערבֿ־אייראָפּע האָט סוף־כּל־סוף איבערגעטראָטן די שוועל פֿון דער נאָך־אוישוויץ־תּקופֿה.

גאָר אַן אַנדער זאַך קומט פֿאָר אינעם מיזרח־טייל פֿונעם קאָנטינענט. די באַלקאַנען־מלחמה אין די 1990ער יאָרן, די בילדער פֿון מאַסן־מערדערײַען איבער דער באַפֿעלקערונג און טויזנטער פּליטים, געבליבן אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ, האָבן געצוווּנגען אַ סך אייראָפּעער אויפֿציטערן און דערמאָנען אוישוויץ. אמת, דאָס ערגסטע איז פֿון דעסט וועגן נישט געשען; דאָס אַרײַנמישן זיך פֿון דער וועלט־געזעלשאַפֿט האָט נישט דערלאָזט צו דערפֿירן דעם מצבֿ צו אַ נײַעם אוישוויץ. דאָך, איז געבליבן און טראָגט זיך ביז הײַנט אין דער לופֿטן אַ גרויסער פּאָטענציאַל פֿון עטנישער און רעליגיעזער פֿײַנטשאַפֿט. וווּ און ווען וועט דער בייזער כּוח אויפֿרײַסן, ווייסן מיר נישט, אָבער די סכּנה לאָקערט איבער דער וועלט.

וואָס ווײַטער אויף מיזרח-אייראָפּע, אַלץ געפֿערלעכער זעט אויס די סיטואַציע. אַ פּאָטענציעלער קוואַל פֿון אַזאַ אויפֿרײַס געפֿינט זיך אין מאָסקווע. ריכטיק, נישט פּוטין און נישט מעדוועדיעוו זײַנען נישט קיין אַנטיסעמיטן; זיי באַציִען זיך צו ישׂראל מיט אַ געוויסער סימפּאַטיע און גאָר נייטראַל פֿירן זיי זיך אויף צום ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. מע קאָן אויך נישט זאָגן, אַז זיי לײַדן אויף עפּעס אַ "פֿאָביע", סײַדן, רוסלאַנד איז נאָך אַלץ איבערגעפֿולט מיט אימפּעריאַלע אַמביציעס. זעט אויס, אַז די מאַכט־עליטע קאָן בשום־אופֿן נישט מסכּים זײַן מיטן פֿאַרלירן דעם סטאַטוס פֿון אַ גרויסער מלוכה, וועלכע האָט אין די סאָוועטישע צײַטן אונטערגעדריקט גאַנץ מיזרח־אייראָפּע און געשרעקט די איבעריקע וועלט מיט אַ נוקלעאַרער מלחמה.

דער רוסישער הוראַ־פּאַטריאָטיזם, וואָס ווערט אַזוי צעבלאָזן פֿון דער קרעמל־מאַכט, זעט צו מאָל אויס אַפֿילו קאָמיש, אָבער ער איז גאָר נישט אַזוי אומגעפֿערלעך, ווי עס קאָן זיך דאַכטן. דווקא אָט די דערשײַנונג שטערט דער איצטיקער רוסלענדישער מאַכט זיך צעשיידן מיט איר שרעקלעכער פֿאַרגאַנגענהייט, צו אָנערקענען די פֿאַרברעכנס פֿון דער סטאַליניסטישער און נאָכסטאַליניסטישער תּקופֿה, דעם רעזשים פֿון אומברענגען דאָס אייגענע פֿאָלק און די שכנישע פֿעלקער.

דער סטאַליניזם, נוסח פּוטין, דערלאָזט נישט צו זאָגן קלאָר און אָפֿן, אַז גראָד סטאַלין און זײַן קליקע האָבן אָרגאַניזירט דעם שרעקלעכן הונגער אין די 1930ער יאָרן, באַרויבט און דערפֿירט צום אומקום מיליאָנען פּויערים, ס׳רובֿ אוקראַיִנער. ער גיט נישט צו אָנערקענען, אַז דער אָפּמאַך צווישן סטאַלין און היטלער אין 1939 איז געווען אַ פֿאַררעטערישער, וואָס האָט געבראַכט צו דער אָקופּאַציע פֿון די בײַבאַלטישע לענדער, און צום אויסמאָרדן מאַסנווײַז די פּוילישע אָפֿיצירן אין קאַטין...

רוסלאַנד וויל נישט שטעלן דעם לעצטן פּונקט אויף איר בלוטיקער פֿאַרגאַנגענהייט, ווי דאָס הײַנטיקע דײַטשלאַנד האָט עס געטאָן. דעריבער זײַנען די שכנישע לענדער איבערצײַגט, אַז רוסלאַנד שטרעבט אַלץ אויפֿצולעבן אַ נײַע אימפּעריע, ענלעך צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דערפֿון קומען אַרויס די קאָנפֿליקטן מיט גרוזיע, אוקראַיִנע, אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיט פּוילן. טאַקע צוליב דעם האָט דער פּרעזידענט מעדוועדיעוו זיך אָפּגעזאָגט צו קומען אויף דער טרויער־אַקאַדעמיע, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 27סטן יאַנואַר אין אוישוויץ. זיך אָפּגעזאָגט, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דאָרט זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן 154 טויזנט סאָוועטישע מיליטער־געפֿאַנגענע, ווי אויך טויזנטער מענטשן, וועלכע האָבן געהאַט די סאָוועטישע בירגערשאַפֿט.

מעדוועדיעוו איז נישט געקומען צו דער פֿײַערלעכער אונטערנעמונג, נישט געקוקט וואָס דעם אוישוויץ־לאַגער האָט באַפֿרײַט די סאָוועטישע אַרמיי, כאָטש דער אָנדענק וועגן דער מלחמה ווערט אין רוסלאַנד געהייליקט! דאָס מיינט, אַז אין רוסלאַנד האַלט מען נישט, אַז אוישוויץ איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ סימבאָל פֿון אַן אַלוועלטלעכן מענטשנהאַס.